‫ייִדיש־נײַעס, װעלט פֿון ייִדיש
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: יעפֿים טראַכטענבערג, לאה שם־טובֿ, כּנסת דעפּוטאַט, אורן דוד און דני קאָרן
פֿון רעכטס: יעפֿים טראַכטענבערג, לאה שם־טובֿ, כּנסת דעפּוטאַט, אורן דוד און דני קאָרן
Credit: Evgeny Marjash & Konstantin Guterman

ממש די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּהין כ׳בין געשיקט געוואָרן אויף אַ וואָך פֿון דעם מאָלדאַווישן ראַדיאָ, בײַצוזײַן און דערנאָך דערציילן אונדזערע צושויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ. אָפּגעמערקט האָט מען עטלעכע קײַלעכדיקע דאַטעס: 70 יאָר, זינט די אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן איז געגרינדעט געוואָרן; 40 יאָר — זינט ס׳איז אויפֿגעבויט געוואָרן "בית־בעסאַראַביע", ווי אויך דאָס דערמאָנען דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון יצחק קאָרן, דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע.

ישׂראל, וועדליק ס׳איז שוין אַוועק אַ האַלבער מײַ, האָט זיך מיט אַ גוטן וועטער נישט צעבאַלעוועט. ס׳איז געווען קיל און כּסדר גערעגנט. די ישׂראלים האָט אַזאַ "וויינענדיקער" אינדרויסן בפֿירוש געפֿרייט: אַ סך רעגנס — אַ סך וואַסער! און באמת, אַלע טײַכלעך און סאָזשלקעס אויפֿן וועג, וווּ ס׳איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן, זײַנען געווען פֿול מיט וואַסער און אַלץ אַרום האָט געגרינט און געבליט.

קיין "בית־בעסאַראַביע" בין איך אָנגעקומען מיט אַ שעה פֿריִער פֿאַר דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. דער עולם האָט זיך ערשט אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען. אינעם בנין אַליין, האָט געקאָכט מיט דער לעצטער צוגרייטונג־אַרבעט, און דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג, דער אויספֿירלעכער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, לעוו ווײַנבוים, האָט געמאַכט זײַנע פֿאַראָרדענונגען. דאָס געפֿיל, אַז דו געפֿינסט זיך סײַ אין ישׂראל און סײַ אין מאָלדאָווע, האָט מיך באַזעצט גלײַך פֿונעם פֿויע, וווּ אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסע מאַפּע פֿון מאָלדאָווע, באַשטעקט מיט פֿענדלעך — די שטעט, פֿון וואַנען עס זײַנען אַמאָל געקומען קיין ישׂראל די הײַנטיקע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ — קעשענעוו, בעלץ, טיראַספּאָל, בענדער, אוריִעוו, סאָראָקע, בריטשאַן, אָטעקע, טעלענעשט, יעדינעץ, ווי אויך כאַטין, נאָוואָסעליץ ,קיליִע, רעני, איזמאַיִל, וואָס זײַנען אַמאָל געווען בעסאַראַבער שטעט און שטעטלעך. אָבער הײַנט געפֿינען זיי זיך, אַדמיניסטראַטיוו, אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע.

איצט שטעלט זיך פֿאָר, ווי עס הייבן זיך אָן צונויפֿצופֿאָרן די אויטאָבוסן פֿון פֿאַרשידענע שטעט מיט די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ; איבער 150 מענטשן, וווּ כּמעט אַלע קענען איינער דעם אַנדערן און זיך שוין נישט געזען אַ היפּש ביסל צײַט; עס שטייט אַ זשום, רעש, מע נעמט זיך אַרום, מע לאַכט, מע פֿאָטאָגראַפֿירט זיך, מיט איין וואָרט — אַ טיפּיש בילד פֿון אַ בעסאַראַבער ייִדישן יאַריד.

געעפֿנט האָט די קאָנפֿערערנץ דני קאָרן, דער זון פֿון יצחק קאָרן און דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער פֿעדעראַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן. אין זײַן אויפֿטריט האָט ער באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון די קאָלעקטיווע באַמיִונגען צו פֿאַרהיטן דעם היסטאָרישן אָנדענק פֿון יענע, וועלכע זײַנען אומגעקומען אָדער גערודפֿט געוואָרן בעתן חורבן. כּדי צו עפֿענען אַזאַ חורבן־מוזיי אין קעשענעוו האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון "בית־בעסאַראַביע" בדעה אָנצוהייבן פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער מאָלדאַווישער רעגירונג. מע פֿאַרשטייט, אַז די פּלענער צו שאַפֿן אַזאַ מוזיי זײַנען דערווײַל גאָר פֿאַרנעפּלטע. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז נאָך גאָר נישט לאַנג צוריק האָבן אייניקע פֿירער אין קעשענעוו, צוליב זייערע פּאָליטישע שפּילערײַען, פֿאָרגעלייגט צו גרינדן אַ בשותּפֿותדיקן מוזיי פֿון ייִדישן אומקום און די קרבנות פֿון סטאַלין־רעפּרעסיעס, שטעלנדיק אויף איין ברעט די 30 טויזנט דעפּאָרטירטע אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע, אין די יאָרן 1940 און 1949 און די איבער 300 טויזנט ייִדן, פֿאַרפּײַניקט און אומגעבראַכט דורך די רומענישע פֿאַשיסטן. ס׳איז גוט, וואָס וועגן דעם פּלאַן פֿון עפֿענען אַ חורבן־מוזיי אין קעשענעוו האָט געהערט אַנאַטאָלי וואַנגעלי, דער צײַטווײַליקער פֿליכט־אויספֿירער פֿונעם מאָלדאַווישן אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל. ער און דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין מאָלדאָווע, אורן דוד, זײַנען אויך געווען פֿאַרבעטן אויף דער קאָנפֿערענץ און באַגריסט די באַטייליקטע. מיט אינטערעס איז אויסגעהערט געוואָרן דער אויפֿטריט פֿון מיקי כאַריש, געוועזענער כּנסת־דעפּוטאַט און מיניסטער, ווי אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדן, אָפּשטאַמיקע פֿון רומעניע. ער האָט דערציילט ווי גרויס איז דער בײַטראָג פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע בײַם פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון רומענישע ייִדן, אומגעבראַכט אונטער דער ממשלה פֿון מאַרשאַל אַנטאָנעסקו.

אַ קורצן באַריכט וועגן דער טעטיקייט פֿון דער אַל־ישׂראלדיקער לאַנדסמאַנשאַפֿט־אָרגאַניזאַציע "איזוואָראַש" (קוואַל), האָט אָפּגעגעבן איר דירעקטאָר אַרקאַדי בראָווער. די קאָנפֿערענץ האָט באַגריסט שריפֿטלעך דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַבֿיגדור ליבערמאַן, אַ געבוירענער אין קעשענעוו. אין דער דאָזיקער באַגריסונג האָט ער אָנגערופֿן די נעמען פֿון די אָנגעזעענע טוער פֿון וויסנשאַפֿט און קולטור, פּאָליטיק און עקאָנאָמיע, אָפּשטאַמיקע פֿון מאָלדאַוויע, וועלכע האָבן נישט בלויז איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין זייער "אַלטער היים", נאָר אויך בײַגעטראָגן אין דער "נײַער היים" — ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן און רוסלאַנד.

די אויפֿטריטן פֿון דער בינע האָבן זיך איבערגעמישט מיט געזאַנג; עס האָבן זיך געהערט היימישע לידער אויף ייִדיש, רוסיש, רומעניש, עבֿרית, און דער עולם אין זאַל האָט זיי באַלד אונטערגעכאַפּט. צום באַדויערן, איז אויף דער קאָנפֿערענץ נישט געווען קיין איין אויפֿטריט אויף ייִדיש, וואָס ס׳רובֿ פֿון די אָנטיילנעמער האָבן געוויס געקענט נאָך פֿון זייער מאָלדאַווישער קינדהייט.

די אָנטיילנעמער אין דער קאָנפֿערענץ האָבן אויך באַקומען אַ מתּנה פֿון דער אַדמיניסטראַציע פֿון "בית־בעסאַראַביע" — צוויי נײַע ביכעלעך: "מיר וועלן נישט פֿאַרגעסן דעם חורבן", אַרויסגעלאָזט צום 70סטן יאָרצײַט זינט די בעסאַראַבער ייִדן האָט מען פֿאַרשפּאַרט אין די געטאָס און טויט־לאַגערן. צונויפֿגעשטעלט האָט עס דוד חכם, אַליין אַן אָפּשטאַמיקער פֿון סאָראָקע. דאָס צווייטע ביכל "טראַגעדיע און פֿאַרס", געמאַכט אויפֿן סמך פֿון די קעשענעווער אַנטיסעמיטישע פּראָצעסן פֿון 1949 און 1971, האָט צוגעגרייט דער ייִדישער שרײַבער משה לעמסטער.

מיט משה לעמסטערן האָב איך זיך שפּעטער געטראָפֿן אין "בית־לייוויק", וווּ ער, שוין אויף זײַן זאַפֿטיקן בעסאַראַבער ייִדיש, האָט פֿאַר מײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם "ייִדיש־לעבן", זיך געטיילט מיט זײַנע אײַנדרוקן וועגן דער קאָנפֿערענץ און געלייענט זײַנע לידער. פֿאַרענדיקט האָב איך מײַן וואָכיקן טור אין ישׂראל אין "בית־שלום־עליכם". דאָרט האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַן אַנדער בעסאַראַבער, לעאָניד רויטמאַן, פֿון בעלץ; הײַנט איז ער דער סעקרעטאַר פֿון דער וויכטיקער אינסטיטוציע אין ישׂראל. פֿון רעכטס: יעפֿים טראַכטענבערג, לאה שם־טובֿ, כּנסת דעפּוטאַט, אורן דוד און דני קאָרן