- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קעשענעוו איז טרויעריק באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב דער דאַטע אַפּריל 4, 1903, ווען הונדערטער צעיושעוועטע פּאָגראָמשטשיקעס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די גאַסן און געסלעך, ס׳רובֿ באַזעצט מיט ייִדן, און זיי צעשטערט און צעראַבעוועט. איבער 40 ייִדן זײַנען דעמאָלט אומגעקומען, הונדערטער — פֿאַרוווּנדעט, געלאָזט אויף הפֿקר פֿון דער רעגירנדיקער צאַרישער מאַכט. אָפּצומערקן דעם טאָג האָבן זיך צונויפֿגענומען אויפֿן בית־עולם, וווּ עס זײַנען באַגראָבן די קרבנות — סײַ פֿון דעם פּאָגראָם און סײַ פֿונעם פּאָגראָם אין 1905 — די פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה. איך מיין, אַז אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, דערצויגן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געהערט וועגן דער באַקאַנטער מוזיקאַלישער משפּחה גנעסין — מיכאַיִל און זײַנע שוועסטער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ דורכגעטראַכטע סיסטעם פֿון אַ מוזיקאַלישער דערציִונג, אָנהייבנדיק פֿון די מוזיק־שולן פֿאַר קינדער ביז דער העכסטער קאָנסערוואַטאָריע־בילדונג. זייער מעטאָדיק, אויך הײַנט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, האָט זיך רעאַליזירט אין מאָסקווע, וווּ זיי האָבן געעפֿנט די מוזיקאַלישע לערן־אַנשטאַלטן: צען־יאָריקע שול, טעכניקום, אינסטיטוט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מיכאַיִל גנעסין. די קעשענעווער קהילה האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ ריי אונטערנעמונגען, אין אָנדענק פֿונעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן רעליגיעזן און געזעלשאַפֿטלעכן טוער הרבֿ לייב־יהודה־משה צירעלסאָן. ער איז געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון בעסאַראַביע פֿון 1918 ביז זײַן טראַגישן טויט אין 1941. הרבֿ צירעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאָזעלעץ, טשערניגאָווער געגנט, אין אַ פֿרומער משפּחה. ער האָט באַקומען אַן ערנסטע רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. פֿרי אַרויסגעוויזן זײַן פֿעיִקייט צו לערנען און אַ סך דערגרייכט — שוין צו 19 יאָר האָט ער באַקומען די שטעלע פֿונעם הויפּט־רבֿ אין פּאָדאָליע. נישט לאַנג צוריק איז אין קעשענעוו אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע קאָנצערטן אונדזער בן־עיר, וואָס וווינט איצט אין אַמעריקע, דער באַקאַנטער פּיאַניסט און דיריגענט אַלכּסנדר פּאַלעי. ער קומט אַהער אָפֿט און שטענדיק ברענגט ער אינטערעסאַנטע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, סײַ ווי אַ פּיאַניסט און סײַ ווי דיריגענט. "ווען איך גיי אַרויס דאָ אויף דער בינע, פֿיל איך מײַן שליחות גאָר אַנדערש, ווי ווען איך שפּיל אין די גרעסטע זאַלן פֿון אייראָפּע אָדער אַמעריקע. מאָלדאָווע איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ איך נעם נישט קיין האָנאָראַר פֿאַר מײַנע אויפֿטריטן. צום ערשטן מאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ אינעם סאַמע צענטער פֿון קעשענעוו, בײַם אַרײַנגאַנג אינעם שטאָטישן פּאַרק, וואָס הייסט הײַנט "אייראָפּע־פּלאַץ". אַזאַ נאָמען האָט צוגעטראַכט דער איצטיקער מעיאָר פֿון קעשענעוו דאָרין קירטאָאַקע, ווי אַ סימבאָל פֿון די באַמיִונגען מצד דער איצטיקער מאַכט אײַנצושליסן מאָלדאָווע אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די מאַכט־פֿאָרשטייער האָבן אַליין פֿאָרגעלייגט דער קעשענעווער ייִדישער קהילה אויפֿצושטעלן אַ מנורה אויף אַזאַ אָרט. אין מאָלדאָווע איז ווידער אַ פּרעזידענטישער קריזיס. דאָס הייסט, אַז קאַנדידאַטן אויף צו פֿאַרנעמען דעם הויכן פּאָסטן פֿעלן נישט אויס, איין קלייניקייט — מע קען אים נישט אויסוויילן. נאָך די לעצטע וואַלן, איז צו דער מאַכט געקומען דער אַזוי גערופֿענער "אַליאַנץ פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע", וואָס האָט אין פּאַרלאַמענט 53 מאַנדאַטן. די קאָמוניסטישע אָפּאָזיציע האָט 48 מאַנדאַטן. כּדי אויסצוּוויילן דעם פּרעזידענט פֿון לאַנד, דאַרף דער קאַנדידאַט אָננעמען די מערהייט פֿון 61 שטימען. פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן... נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן. לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ. אין יוני האָט די ייִדישע קהילה אין קעשענעוו דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. אָנגעהויבן האָט ער זיך מיט דער פֿאָרשטעלונג, "די לעצטע תּפֿילה", וואָס גייט שוין 20 יאָר אויף דער בינע פֿונעם רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער, אַן אינסצעניזאַציע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, געמאַכט פֿונעם באַקאַנטן דראַמאַטורג גריגאָרי גאָרין. במשך פֿון די אַלע יאָרן האָבן שוין אין דער פֿאָרשטעלונג געשפּילט עטלעכע דורות אַקטיאָרן, און זי גייט נאָך אַלץ אָן מיט דערפֿאָלג. מאָלדאָווע, צוליב אירע אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָליטיקער, איז ווידער אַרויף אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער וועלט־פּרעסע. ווי כ‘האָב לעצטנס געשריבן אין "פֿאָרווערטס", זײַנען צו די פּאַרלאַמענט־וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען דעם 5טן אַפּריל, צוגעלאָזט געוואָרן פֿיר פּאַרטייען: צוויי ליבעראַלע, די אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע" און די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. דעם 5טן אַפּריל וועלן אין מאָלדאָווע דורכגעפֿירט ווערן די פּאַרלאַמענט־וואַלן. די איצטיקע וואַל־קאַמפּיין גייט דורך אין אַ באַזונדער שווערער צײַט, צוליב דעם וועלט־קריזיס בכלל, און דעם קריטישן פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד בפֿרט. דערווײַל האָט דער עקאָנאָמישער קריזיס פֿאַרטשעפּעט מאָלדאָווע נאָר מיט איין פֿליגל — ס‘איז געפֿאַלן דאָס בויען נײַע הײַזער, וואָס האָט לעצטנס זיך גוט אַנטוויקלט; צוליב דעם, וואָס פֿון אויסלאַנד, באַזונדערס פֿון מערבֿ־אייראָפּע און רוסלאַנד, אין יאָר 1908 האָט אַ גרופּע יונגע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, גראַדואַנטן פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע — יוסף אַחרון, מיכאל גנעסין, סאָלאָמאָן ראָזאָווסקי, משה מילנער און אַנדערע, וואָס אַלע האָט זיי פֿאַראייניקט דער גרויסער אינטערעס צו דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק, געגרינדעט אין פּעטערבורג "די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק". די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען צו זאַמלען, פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס ייִדישע פֿאָלקס־ליד, חזנות און צו געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי עס אויסנוצן אין דער פּראַקטישער אַרבעט פֿון די מאָדערנע קאָמפּאָזיטאָרן. |