מוזיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך מיין, אַז אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, דערצויגן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געהערט וועגן דער באַקאַנטער מוזיקאַלישער משפּחה גנעסין — מיכאַיִל און זײַנע שוועסטער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ דורכגעטראַכטע סיסטעם פֿון אַ מוזיקאַלישער דערציִונג, אָנהייבנדיק פֿון די מוזיק־שולן פֿאַר קינדער ביז דער העכסטער קאָנסערוואַטאָריע־בילדונג. זייער מעטאָדיק, אויך הײַנט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, האָט זיך רעאַליזירט אין מאָסקווע, וווּ זיי האָבן געעפֿנט די מוזיקאַלישע לערן־אַנשטאַלטן: צען־יאָריקע שול, טעכניקום, אינסטיטוט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מיכאַיִל גנעסין.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען פֿאַרשוויגן דעם ייִדישן ייִחוס פֿון דער משפּחה גנעסין. ווען דער קאָמוניסטישער רעזשים איז אָבער געפֿאַלן, און מ’האָט אָנגעהויבן אַנטדעקן דעם אמת, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז בעת דעם רעאַקציאָנערן צאַרישן רעזשים האָט אין פּעטערבורג — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אויפֿן הינטערגרונט פֿונעם אויפֿגעלעבטן קינסטלערישן גײַסט אין דער געזעלשאַפֿט — זיך אַקטיוויזירט אויך די ייִדישע נאַציאָנאַלע אינטעליגענץ. צווישן די פֿילצאָליקע אָרגאַניזאַציעס און סבֿיבֿות איז אין יאָר 1908 אויך געגרינדעט געוואָרן די "געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק". זי האָט שפּעטער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם שאַפֿן און אַנטוויקלען די ייִדישע מוזיק.

ווי אַ מיטגליד פֿון דער ערשטער פֿאַרוואַלטונג אין דער "געזעלשאַפֿט", איז אויסגעוויילט געוואָרן מיכאַיִל גנעסין, צוזאַמען מיט נאָך זעקס קאָמפּאָזיטאָרן; ייִדן לויטן אָפּשטאַם; סטודענטן פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע און תּלמידים פֿונעם גרויסן רוסישן מוזיקער ניקאָלײַ רימסקי־קאָרסאַקאָוו. נאָכן פֿאַרענדיקן זײַן לערע איז גנעסין אַוועקגעפֿאָרן אַהיים, קיין ראָסטאָוו־אויפֿן־דאָן, און דערנאָך אין יעקאַטערינאָדאַר, וווּ ער איז געווען אַ לערער און פֿלעגט אויפֿטרעטן מיט קאָנצערטן. ער האָט אויך נישט אָפּגעשטעלט זײַן טעטיקייט אין דער "געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער מוזיק". זײַן מוזיק איז כּסדר געשפּילט געוואָרן אויף די קאָנצערטן פֿון דער "געזעלשאַפֿט". ער האָט אויך געהאַלטן דאָרט לעקציעס אויף אַזעלכע טעמעס, ווי למשל, "מענדעלסאָן און וואַגנער", "חזנות און קאָמפּאָזיטאָר אליעזר העראָוויטש", "דאָס ייִדישע מוזיקאַלישע לעבן אין פּאַלעסטינע", וווּ גנעסין איז געווען אין יאָר 1914.

וועגן זײַן רײַזע קיין פּאַלעסטינע האָב איך איבערגעלייענט אינעם בוך "ווסעוואָלאָד מייערכאָלד און מיכאַיִל גנעסין — געזאַמלטע דאָקומענטן", וואָס איז ערשט דערשינען אין מאָסקווע. אָט וואָס גנעסין האָט געשריבן זײַן פֿרוי, נאַדיאַ: "די פֿאַרחלומטע פּאַלעסטינע האָט זיך נישט זעלטן געמאָלט אין מײַן מוח ווי אַן אָרט פֿון מײַן צוקונפֿטיקער טעטיקייט, ווי אַן אָרט פֿון מײַן לעבן. די אָרטיקע מענטשן האָבן מיך צוגערעדט אַריבערצופֿאָרן אַהין און פֿאָרגעלייגט צו זײַן דער דירעקטאָר פֿון דער מוזיק־שול אין יפֿה... איך בין געווען אין פּאַלעסטינע, כּדי צו ווײַזן דערמיט, אַז כ’בין אַ ייִד. איך האָב נישט פֿאַרגעסן, ווי דער דירעקטאָר פֿון די אימפּעראַטאָרישע טעאַטערס, באַשטעלנדיק בײַ מיר צו שאַפֿן מוזיק פֿאַרן אַלעקסאַנדריִיסקי־טעאַטער, נישט אויפֿגעהערט צו דערמאָנען די ׳זשידעס׳".

גנעסין, ווייניקער ווי אַנדערע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, איז פֿאַרכאַפּט געווען מיט די ייִדישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס. פֿריִער פֿון אַנדערע איז ער אַרויס אויף דער מדרגה פֿון טיף באַזיניקן דעם גײַסט פֿון ייִדישער מוזיק. אַרבעטנדיק אין די אַרכיוון פֿון דער ירושלימער מוזיק־אַקאַדעמיע אויף רובינס נאָמען, ווי אויך אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן צענטער פֿון פּעטערבורג, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו באַקענען זיך מיט אַ סך ייִדישע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿון גנעסין; צווישן זיי, ווערק געשאַפֿן אין זײַנע יונגע יאָרן: "וואַריאַציעס פֿאַר אַ סטרונע־קוואַרטעט", "ייִדישע לידער אויף די ווערטער פֿון רוסישע פּאָעטן", "סימפֿאָנישע פּאָעמע", "ניגון וועגן אור־אַלטער היים", "טריִאָ", געווידמעט דעם ייִדישן דיכטער אָשר שוואַרצמאַן, אינסטרומענטאַלע מוזיק "אַ ניגון פֿון שײַקע פֿײַפֿער", אין וועלכן דער קאָמפּאָזיטאָר האָט אויסגענוצט די מעלאָדיע פֿון זײַן זיידע, שײַע פֿלייזינגער, אַ באַקאַנטער פֿאָלקס־זינגער.

שוין אין די פֿריִיִקע ווערק האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן זײַן באַזונדער אופֿן פֿון מוזיקאַלישן דענקען, באַטאָנט מיט דינע שטריכן פֿון ייִדישן מעלאָס. באַזונדערס האָט זיך עס אויסגעדריקט שפּעטער אין אַזעלכע ווערק ווי די אָפּערע "יוגנט פֿון אַבֿרהם" (1923), אינעם ראָמאַנס־ציקל אויף די העברעיִשע לידער פֿון זלמן שניאור (1923, נאָכן באַזוכן פּאַלעסטינע דאָס צווייטע מאָל), אינעם לידער־ציקל "דערציילונג וועגן דעם רויטן מאָטעלע" אויף די ווערטער פֿונעם רוסישן פּאָעט יוסף אוטקין (1929), אין דעם טריִאָ "לזכּרון די אומגעבראַכטע קינדער" (1943).

צום באַדויערן, נאָך דער מלחמה, ווען דאָס אַנטיסעמיטישע פֿײַער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך צעפֿלאַקערט מיט אַ נײַעם כּוח, האָבן ס’רובֿ קאָמפּאָזיטאָרן, ייִדן, געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס פֿעלד פֿון נאַציאָנאַלער ייִדישער מוזיק. (גנעסינס היסטאָרישע אָפּערע "בר־כּוכבא" איז פֿאַרבליבן נישט פֿאַרענדיקט).

זײַענדיק אין פּעטערבורג אין 2008, בײַ דער פֿײַערונג פֿון 100 יאָר זינט ס’איז געגרינדעט געוואָרן די "געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק", האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט גנעסינס ווערק "ייִדישער אָרקעסטער אויפֿן טאַנץ־באַל בײַם שטאָט־באַלעבאָס", מיט אַן אונטערקעפּל "גראָטעסק". כ׳מוז זאָגן, אַז כ’האָב שוין לאַנג אַזוי נישט געלאַכט ווי דעמאָלט פֿון אַזאַ וווּנדערלעכן גראָטעסק־הומאָר, וואָס די מוזיק טראָגט אין זיך. אויפֿן יסוד פֿון די טראַדיציאָנעלע טענץ, וואָס מ׳האָט געשפּילט אויף די פּראָווינץ־בעלער אין רוסלאַנד — קאַדריל, פּאָלקע, וואַלס, גאַלאָפּ, האָט גנעסין אַזוי שאַרפֿזיניק "אָנגעפֿילט" זיי מיט טיפּיש־ייִדישע טענער און טעמעס, אַז מע זעט ממש פֿאַר די אויגן אַ בילד, אויף וועלכן די אָנגעשראָקענע ייִדישע קלעזמערס קומט אויס צו שפּילן פֿאַר די שטאָט־גדולים די מוזיק, וואָס זיי האָבן קיין מאָל פֿריִער נישט געשפּילט. דעריבער רײַסן זיך יעדעס מאָל אַרײַן אין די רוסישע מעלאָדיעס שטיקלעך פֿון אַ ייִדישן "שער", אָדער "פֿריילעכס", אָדער "בייגעלעך"... גנעסין האָט עס געטאָן מײַסטעריש.

און איצט אַ ביסל וועגן דעם בוך, וואָס כ'האָב וועגן אים פֿריִער דערמאָנט "ווסעוואָלאָד מייערכאָלד און מיכאַיִל גנעסין — געזאַמלטע דאָקומענטן". פֿון דאָרט האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער גרויסער רוסישער רעזשיסאָר־אַוואַנגאַרדיסט, מייערכאָלד האָט פֿאַרבעטן גנעסינען אָנצושרײַבן מוזיק צו זײַן פֿאָרשטעלונג אויף גאָגאָלס פּיעסע "רעוויזאָר", וווּ גנעסין האָט אַזוי קונציק אַרײַנגעפֿלאָכטן די סצענקע מיט ייִדישע קלעזמערס. די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן מייערכאָלד און גנעסין האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין יאָר 1919. דעמאָלט, אין די ווילדע צײַטן פֿון בירגער־קריג, האָט גנעסין געוווינט אין ראָסטאָוו. מייערכאָלד, זוכנדיק זײַן פֿאַרלוירענע פֿאַמיליע, איז אין דער שטאָט נאָוואָראָסיִיסק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון דער ווײַסער אַרמיי, אין שפּיץ מיט גענעראַל דעניקין. זײַן ענין האָט געזאָלט באַטראַכט ווערן אינעם מיליטערישן טריבונאַל, און ס'האָט אויסגעזען, אַז מע וועט אים פֿאַרמישפּטן צום טויט.

אין ראָסטאָוו, וווּ ס'האָט זיך געפֿונען די מיליטערישע פּראָקוראַטור פֿון דעניקינס אַרמיי, האָט גנעסין אָפּגעזוכט אַ פֿײַנעם מענטש, אַ גענעראַל, וואָס איז געווען אַן אַמאַטאָרישער קאָמפּאָזיטאָר און אָנהענגער פֿון מייערכאָלדס קונסט. אַ דאַנק אָט דעם גענעראַל, האָט זיך אײַנגעגעבן צו שליסן דעם "שפּיאָנאַזש־ענין" און צו באַפֿרײַען מייערכאָלדן פֿון דער טורמע.

פּונקט מיט 20 יאָר שפּעטער, אין 1939, איז מייערכאָלד, נאָך אַ מסירה, אַרעסטירט געוואָרן פֿון דער סאָוועטישער זיכערהייט־פּאָליציי (ענ־קאַ־ווע־דע) און פֿאַרפּײַניקט געוואָרן אין דער טורמע פֿון לוביאַנקע. אין דער רויטער אַרמיי האָט זיך שוין קיין לײַטישער גענעראַל נישט געפֿונען. אין סעפּטעמבער 1955, אין זײַן אַרטיקל "אין אָנדענק פֿון מייערכאָלד", האָט מיכאַיִל גנעסין געשריבן: "ווי שרעקלעך עס איז, אַז אין אונדזער צײַט האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו ראַטעווען מייערכאָלדן, און אַז די שוואַרצע פֿאַרברעכונג פֿון באַשמוצן דעם נאָמען פֿון אַ גרויסן קינסטלער איז מעגלעך געווען דורכצופֿירן דווקא אין אונדזער תּקופֿה". גנעסין האָט וועגן דעם באַדויערט באַלד נאָך דעם ווי זײַן פֿרײַנד איז רעהאַביליטירט געוואָרן.