אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן...

נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן. אָבער ווען דער קאָסטיטוציע־געריכט האָט דעם פּראָטעסט נישט באַשטעטיקט, האָט דער פּרעזידענט, וולאַדימיר וואָראָנין, פֿאַרלאָזט זײַן הויכן פּאָסטן און דערמיט אַרויסגערופֿן בײַ זײַנע קעגנער פֿון דער קאָאַליציע "פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע" אַ געוויסע פֿאַרלוירנקייט. זיי האָבן, אַפּנים, געוואַרט, אַז וואָראָנין וועט זיך האַלטן פֿאַר זײַן פּרעזידענטשאַפֿט מיט הענט און פֿיס; לויט דער קאָנסטיטוציע, קאָן ער דאָך רעגירן ביז ס’ווערט נישט אויסגעוויילט אַ נײַער פּרעזידענט. וואָראָנין האָט אָבער נישט געוואָלט זײַן אַ מאַריאָנעטקע אין די הענט פֿון דער רעכטער מערהייט אין פּאַרלאַמענט און דער רעכטער רעגירונג.

איצט האָט דער ספּיקער מיכאַיִל גימפּו איבערגענומען צײַטווײַליק אויך דעם רודער פֿון לאַנד (לויט דער קאָנסטיטוציע). אַליין אַ גאָר געמיינער פּאָליטיקער, מיט איין פּראָצענט פּאָפּולערקייט אין דער באַפֿעלקערונג, האָט ער גיך דערפֿילט דעם טעם פֿון מאַכט. ווי דער ערשטער "ליבעראַל" אין לאַנד, האָט ער קודם־כּל אַרויסגעלאָזט אַ באַפֿעל, וואָס דערמעגלעכט די רומענישע בירגער אַרײַנצופֿאָרן אין מאָלדאָווע אָן אַ וויזע. די קאָמוניסטן נאָך די אַפּריל־פּאָגראָמען, האָבן די דאָזיקע פּריווילעגיע אָפּגעשאַפֿן. וואָס שייך דער מאָלדאַווישער באַפֿעלקערונג, מוזן זיי דווקא יאָ האָבן די אַרײַנפֿאָר־וויזע קיין רומעניע.

זײַן צווייטער אויפֿטו איז געווען דאָס פֿאַרווערן די רוסיש־שפּראַכיקע פּראָגראַם אויף דער אָרטיקער טעלעוויזיע "Top News". וואָס איז די סיבה? זי האָט נישט קיין ליצענץ! פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳האָט באַלד אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל, אַפֿילו אין די פּאַרטייען, וואָס שאַפֿן די רעכטע קאָאַליציע. בײַם אָנהייב האָט גימפּו געפֿאָדערט, אַז די געזעלשאַפֿטלעכע ראַדיאָ און טעלעוויזיע זאָלן דירעקט טראַנסמיטירן אַלע זיצונגען פֿונעם פּאַרלאַמענט, אָבער ווען די טעלעוויזיע איז געקומען צו ווײַזן ווי מע וויילט אויס די נײַע רעגירונג, האָט ער איר פֿאַרווערט עס צו טאָן. אויף אַלע באַמערקונגען און פּראָטעסטן מצד דער מעדיאַ האָט ער איין ענטפֿער: "זאָלן זיי רעדן וואָס מע וויל, מיך אַרט עס נישט!"

דאָס אײַנשטעלן זײַן דיקטאַטור, אַנשטאָט דעמאָקראַטיע; אָפּרעכענען זיך מיט זײַנע קעגנער אין דער מעדיאַ, און דערמיט ברעכן אַלע נאָרמעס פֿון מענטשן־רעכט און וואָרט־פֿרײַהייט; פּראָטעקציאָניזם — אויף אַלע פֿירנדיקע פּאָזיציעס האָט ער געשטעלט זײַנע מענטשן און קרובֿים — די אַלע שיינע מעשׂים האָט גימפּו אַרויסגעוויזן במשך פֿון דעם חודש וואָס ער פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן אין מאָלדאָווע. לעצטנס, האָט ער שוין ממש איבערגעכאַפּט די מאָס, שטעלנדיק בראָש דעם נאַציאָנאַלן באַנק זײַן פּלימעניק, קאָרנעליִו גימפּו, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט בײַ זײַנע נאָעטסטע פּאַרטיי־פֿרײַנד. אינעם זעלבן טאָג האָבן 35 פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן, מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דערלאַנגט זייער קאָלעקטיוון בריוו אינעם צענטראַל־ביוראָ בײַם פּאַרלאַמענט מיט דער פֿאָדערונג אויסצוּוויילן אַ נײַעם ספּיקער.

אַנשטאָט צו קומען צו אַ פּשרה מיט די קאָמוניסטן, וואָס זייער צאָל אין פּאַרלאַמענט דערגרייכט 48 מאַנדאַטן (בלויז מיט 5 מאַנדאַטן ווייניקער, ווי עס האָט די רעגירנדיקע קאָאַליציע), און זיך צוהערן צום רוף פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿאָלגן נאָך די געשעענישן אין מאָלדאָווע, איגנאָרירט גימפּו און זײַן קליקע יעדע פּשרה; נאָך מער, ער טוט אַלץ, כּדי צו דערנידעריקן די קאָמוניסטישע פֿאָרשטייערשאַפֿט. אַזוי, למשל, האָט ער די איינציקע פּאָזיציע, די נידעריקסטע אין פּאַרלאַמענט, דער 4טער ספּיקער, פֿאָרגעלייגט דעם פֿאָרשטייער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

מיט איין וואָרט, אינעם מאָלדאַווישן פּאַרלאַמענט און אין דער רעגירונג ווערט אַלץ געלייזט דורך פּראָטעקציע, קרובֿישע פֿאַרבינדונגען און אַוודאי פּאַרטיייִשער אָנגעהעריקייט. דער נײַער פּרעמיער־מיניסטער, וולאַד פֿילאַט, האָט צוגעזאָגט שטעלן אין שפּיץ פֿון די מיניסטעריומס פּראָפֿעסיאָנעלע און קאָמפּעטענטע קאַדרען. אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז אַ דאָקטער איז געוואָרן דער טראַנספּאָרט־מיניסטער, און דער געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם קעשענעווער טראַקטאָר־זאַוואָד פֿירט איצט אָן מיט דעם מיניסטעריום פֿאַר אינפֿאָרמאַציע און קאָמוניקאַציע. די אַנדערע פּאָרטפֿעלן זײַנען אויך אַרײַן אין זײַטיקע הענט.

ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אַזאַ פֿירערשאַפֿט אין לאַנד, איז באַלד געשטיגן די אויסלענדישע וואַלוטע, אַ באַווײַז פֿון אומצוטרוי צו דער באַלעבאַטישקייט און אומסטאַבילקייט אין דער געזעלשאַפֿט. ווי נאָר דאָס אָרטיקע געלט איז געפֿאַלן, זײַנען באַלד אַרויף די פּרײַזן אויף די וויכטיקסטע שפּײַז־פּראָדוקטן. ווער לײַדט דערפֿון — דער סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, און קודם־כּל, די פּענסיאָנערן און עלטערע לײַט.

דער שווערסטער קלאַפּ איז אָבער געווען, ווען דער מייאָר פֿון קעשענעוו קירטאָקע (גימפּוס צווייטער פּלימעניק) האָט אָפּגעשאַפֿן בײַ די פּענסיאָנערן די לגאָטע צו פֿאָרן אינעם שטאָטישן געזעלשאַפֿטלעכן טראַנספּאָרט בחינם. געטאָן האָט ער עס, ווי אַן איזדעווקע, גראָד דעם 1טן אָקטאָבער, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון עלטערע מענטשן. פֿאַרשטייט זיך, אַזאַ אוממענטשלעכער באַשלוס האָט אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט־כוואַליע. עטלעכע טויזנטער אײַנוווינער פֿון קעשענעוו, פּענסיאָנערן, האָבן במשך פֿון עטלעכע טעג זיך צונויפֿגענומען בײַם הויז פֿון שטאָט־ראַט אין צענטער פֿון דער שטאָט און געפֿאָדערט אָפּצושאַפֿן דעם באַשלוס.

ווער הערט זיך אָבער צו צו די פֿאָדערונגען פֿונעם פֿאָלק. פֿונדעסטוועגן, זײַנען צו די פּראָטעסטן פֿון די פּענסיאָנערן צוגעקומען די פּראָטעסטן פֿון די סטודענטן, וואָס אויך זיי זײַנען געבליבן אָן זייערע נישטיקע לגאָטעס. ווי איר זעט, איז אין אונדזער לענדל פֿריילעך. עס וועט אָבער זיכער דעם ווינטער זײַן נאָך פֿריילעכער.