‫פֿון רעדאַקציע

ס'איז פּשוט זיך צו חידושן, ווי עס בײַט זיך גיך די אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק, נאָך די ווינטן, וואָס קומען אַרויס פֿון רוסלאַנד. די וואָך האָט הילאַרי קלינטאָן, די מלוכה־סעקרעטאַרין פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזוכט מאָסקווע. ווי עס איז דערוואַרט געווען, איז איר הויפּט־אויפֿגאַבע געווען צו איבערצײַגן די רוסלענדישע פֿירערשאַפֿט צו שטיצן דאָס אָננעמען נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן. וואָס זשע הערן מיר נאָך דער טרעפֿונג מיטן רוסישן אויסערן־מיניסטער סערגיי לאַווראָוו?

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענעס פֿונעם פֿילם "דער ערנסטער מענטש": אין דער אונטערשטער סצענע, געשפּילט אויף ייִדיש, טרעטן אויף (פֿון רעכטס) אַלען ריקמאַן, פֿײַוויש פֿינקעל און יעלענאַ שמולענסאָן

דער פּראָלאָג הייבט זיך אָן מיט אַ פֿאַבולע פֿון 19טן יאָרהונדערט, ווען ייִדן האָבן געגלייבט אין שדים און רוחות, דיבוקים און נישט־גוטע, ווען זיי האָבן געלעבט מיט אַבערגלויבנס, זאַבאָבאָנעס און געגלייבט אין עין־הרעס. ווײַזט מען אונדז אַן אַלט ייִדיש פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט ערגעץ אין אַ קליין שטעטעלע, אין אַ האָלצערנער כאַטע. ער — אַ ייִד מיט אַ באָרד (אַלען ריקמאַן) און זי אַ ייִדענע (יעלענאַ שמולענסאָן), מיט אַ פֿול מענה־לשון און שרעק פֿאַר די נישט־גוטע און גרייט זיך אײַנשטעלן. איר מאַן, דער אַלטער ייִד, לאַדט אײַן אַ גרײַז גראָען זקן (פֿײַוויש פֿינקל) אויף וועטשערע, און ווען זײַן פּלוניתטע דערוויסט זיך אַז ס׳איז עפּעס אַ מדינה־גייער, לאָזט זי אים וויסן, אַז יענער איז שוין געשטאָרבן מיט יאָרן צוריק. זי איז זיכער, אַז דאָס איז נישט דער מדינה־גייער, נאָר אַ דיבוק, און וואָס אַן אמת, ווען ער באַווײַזט זיך אין טיר, מיט זײַן חניפֿה און שמייכל, וויל זי אויספּרובירן אים, צי ער איז טאַקע אַ דיבוק צי ניין. זי שטעקט אַרײַן אַ מעסער אין זײַן האַרצן און זאָגט דעם מאַן: "באַלד וועלן מיר זען צי ער איז אַ דיבוק אָדער ניין. אויב ער וועט נישט בלוטיקן איז ער אַן אמתער דיבוק, און אויב יאָ, איז וויי צו מײַנע יאָרן."

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
אַ פּאַרקיר־פֿעלד אין קאָפּענהאַגען, וווּ מענטשן לאָזן איבער זייערע וועלאָסיפּעדן בעת זיי גייען צו דער אַרבעט אָדער פֿאַרווײַלן זיך

בעת מײַן וויזיט אין בעלגיע, דענמאַרק און שוועדן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק וויפֿל מענטשן פֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן אַנשטאָט מיט אַן אויטאָ. אַפֿילו די חסידים אין אַנטווערפּן פֿאָרן כּסדר אין קראָם, צו דער אַרבעט אָדער אַנדערש־וווּ אויף אַ וועלאָסיפּעד — אָפֿט מאָל מיט אַ קינד אויפֿן הינטערשטן בענקל אָדער מיט אײַנגעקויפֿטער שפּײַז אינעם קויש פֿון פֿאָרנט. בפֿרט ערבֿ־שבת זענען די וועלאָסיפּעדען מיר פֿאַרבײַגעפֿאָרן פֿון אַלע ריכטונגען, יאָגנדיק אַהיים, צו דערליידיקן אַלץ פֿאַר שקיעה.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון נאָוועלן פֿונעם עסטרײַכישן שרײַבער ראָבערט מענאַסע טראָגט אַ טשיקאַווע אונטערקעפּל׃ "דערציילונגען פֿונעם סוף פֿון נאָכמלחמהדיקער אָרדענונג". מענאַסע האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן איראָנישן און צומאָל סאַרקאַסטישן ליטעראַרישן קול, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די עסטרײַכישע ליטעראַטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם פֿאַרן חורבן. זײַן נײַ בוך נעמט אַרײַן דרײַצן נאָוועלן, וועלכע באַרירן דעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ פֿון אַ יחיד, וואָס שטייט פּנים־אל־פּנים מיט היסטאָרישע געשעענישן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין סעפּטעמבער 1993, מיט 16 יאָר צוריק, האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זיך קעגנזײַטיק אָנערקענט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן זיך אויסגעטוישט מיט בריוו און געדריקט די הענט. דעם 13טן סעפּטעמבער איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" צווישן ישׂראל און דער פּל״אָ וועגן אויפֿשטעלן אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקן רעזשים — אַן אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה, ווי אַ צײַטווײַליקע אַדמיניסטראַציע אויף 5 יאָר — און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דרײַ יאָר וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד —"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ". די תּורה הייבט זיך אָן מיט אַן אומגעוויינטלעך וואָרט, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים.

דער מדרש דערקלערט די פֿראַזע "בראשית ברא אלקים" אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן. די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב אַ געוויסן "ראשית" — די וויכטיקסטע ענינים, וועלכע שטעקן אינעם סאַמע יסוד פֿון בריאת־העולם. די דאָזיקע "סאַמע יסודותדיקע זאַכן" זענען די תּורה און דער עם־ישׂראל.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

כאָטש אין ניו־יאָרק האַלט מען, אַז אין אונדזער שטאָט, "דער גרויסער עפּל", געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם אוניווערס, און אַז די וועלט דרייט זיך אַרום איר, קען מען דווקא געפֿינען אין אַנדערע לענדער און קאָנטינענטן, ייִדישע מוזיק־פּראָיעקטן, וואָס זענען מער אַוואַנגאַרדיש, מער עקספּערימענטאַל, ווי מע געפֿינט עס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

איינער אַזאַ פּראָיעקט איז אַן "אַלטע" רעקאָרדירונג פֿון ווין, 1997, וואָס מיר האָבן נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו רעצענזירן, ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן. זי הייסט "אין אַ שטאָט וואָס שטאַרבט: ייִדישע ליריק פֿון ווין פֿון די 1920ער יאָרן", און די קאַפּעליע וואָס האָט זי אַרויסגעלאָזט — "די גויים" [gojim] באַשטייט טאַקע פֿון אַ גרופּע נישט־ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון זייער שטאָט.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן...

נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן.

ייִדיש־וועלט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גאַלי דרוקער־ברעם

באַגעגנט צום ערשטן מאָל האָב איך זי אין "אַרבעטער־רינג", אויף קאַלישער־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ זי איז אַן אָפֿטע אַרײַנגייערין, אין זכות פֿון איר באָבען, דער בונדיסטקע. אַזוי שטעלט זי זיך פֿאָר, גאַלי דרוקער־ברעם, אָט די יונגע פֿרוי מיטן מיידלשן אויסזען און אינטעליגענטן קוק, וואָס זעט אויס פֿיל ייִנגער פֿון אירע 36 יאָר און נעמט אָן מיט אויטענטישן ענטוזיאַזם מײַן פֿאָרשלאָג דורכצופֿירן אַן אינטערוויו מיט איר — "נאָר בײַ זיך אין דער היים" — גיט זי גלײַך צו.

מיר גייען אַריבער די רוישיקע גאַס און זי פֿירט מיך אַרײַן צו זיך אין שטוב, וואָס דערמאָנט מער אַ סטודענטישע דירה איידער די וווינונג פֿון אַ מיטלקלאַס־פּאָר;

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַקס ווײַנרײַך

איך קוק אַרײַן פֿון מאָל צו מאָל אין דעם "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער זינט 1897", צונויפֿגעשטעלט דורך אליהו שולמאַן און שמעון וועבער. קיין יאָר טראָגט אויף זיך ניט די אויסגאַבע, אָבער אַרויס איז עס, אַ פּנים, אין 1986. וועגן מאַקס ווײַנרײַכן שטייט דאָרטן געשריבן: "אין 1919 האָט ווײַנרײַך אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס’ און זינט דעמאָלט געדרוקט פּאָפּולערע אַרטיקלען וועגן צײַט-פּראָבלעמען און קאָרעספּאָנדענציעס.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 23סטן אויגוסט 1915 האָט די רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט "סאָציִאַל-דעמאָקראַט" פֿאַרעפֿנטלעכט וולאַדימיר לענינס אַרטיקל "וועגן דעם לאָזונג פֿון אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אייראָפּע". לענין האָט געטענהט, אַז דעם דאָזיקן רעאַקציאָנערן געדאַנק האָט מען געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן כּל-זמן קאַפּיטאַליזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו הערשן אין אייראָפּע. אָבער אַפֿילו סטראַטעגיש האָט ער פֿאַר סאָציאַליסטן ניט געזען קיין זין אין אַזאַ פֿאַראייניקונג, מחמת דער ציל האָט דאָך געמוזט בלײַבן אַן אַנדערער — אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער גאָרער וועלט.

װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער נאָבעל־קאָמיטעט אָנגערופֿן די הײַיאָריקע פּרעמיע־לאַוראַעטן אין וויסנשאַפֿט.

דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר די וויכטיקסטע דערגרייכונגען אין פֿיזיאָלאָגיע און מעדיצין האָבן באַקומען, בשותּפֿות: עליזאַבעט בלעקבערן, אַן אויסטראַליש־געבוירענע אַמעריקאַנער ביאָלאָגישע פֿאָרשערין פֿונעם סאַן־פֿראַנציסקער אוניווערסיטעט;