די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער נאָבעל־קאָמיטעט אָנגערופֿן די הײַיאָריקע פּרעמיע־לאַוראַעטן אין וויסנשאַפֿט.
דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר די וויכטיקסטע דערגרייכונגען אין פֿיזיאָלאָגיע און מעדיצין האָבן באַקומען, בשותּפֿות: עליזאַבעט בלעקבערן, אַן אויסטראַליש־געבוירענע אַמעריקאַנער ביאָלאָגישע פֿאָרשערין פֿונעם סאַן־פֿראַנציסקער אוניווערסיטעט; קעראָל גרײַדער, אַן אַמעריקאַנער ביאָלאָגין פֿונעם דזשאָן־האָפּקינס־אוניווערסיטעט; און דזשאָן שאָסטאַק, אַן ענגליש־געבוירענער ביאָלאָג און פּראָפֿעסאָר פֿון גענעטיק בײַם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט. די דאָזיקע וויסנשאַפֿטלער האָבן פֿאַרדינט די הויכע פּרעמיע פֿאַרן "אַנטדעקן, ווי אַזוי די כראָמאָסאָמען ווערן באַשיצט דורך די טעלאָמערן און דעם ענזים טעראָמעראַזע".
די נאָבעל־לאַורעאַטן אין כעמיע זענען: דער אינדישער ביאָלאָג ווענקאַטראַמאַן ראַמאַקרישנאַן, וועלכער אַרבעט איצט אין דער לאַבאָראַטאָריע פֿון מאָלעקולערער ביאָלאָגיע פֿון קעמברידזש, ענגלאַנד; טאָמאַס סטײַץ, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר־ביאָכעמיקער פֿונעם יעיל־אוניווערסיטעט; און עדה יונת, אַ ישׂראלדיקע קריסטאַלאָגראַפֿין און פּראָפֿעסאָרין פֿונעם ווײַצמאַן־אינסטיטוט. די פֿאָרשער זענען באַלוינט געוואָרן צוליב זייערע "שטודיעס וועגן דער סטרוקטור און פֿונקציע פֿון דער ריבאָסאָמע".
דער קאַנאַדישער פֿיזיקער וויליאַם בויל, וועלכער אַרבעט איצט בײַ דער "בעל־לאַבאָראַטאָריע", אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און דזשאָרדזש סמיט, אַן אַנדער פֿאָרשער פֿון דער "בעל־לאַבאָראַטאָריע", האָבן באַקומען די פּרעמיע אין פֿיזיק פֿאַר דערפֿינדן דעם האַלב־דורכפֿירנדיקן בילד־סענסאָר (CCD), בשותּפֿות מיט טשאַרלז קאַאָ, אַ כינעזישער טעלעקאָמוניקאַציע־פֿאָרשער פֿון האָנג־קאָנג, וועלכער האָט פֿאַרדינט זײַן פּריז פֿאַרן אַנטוויקלען די טעכנאָלאָגיע פֿון אָפּטישער קאָמוניקאַציע.
ביידע דערמאָנטע דערגרייכונגען אין פֿיזיק האָבן געביטן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן, און זענען אָפֿט פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער. די אָפּטישע פֿיברע־קאָמוניקאַציעס האָבן דערמעגלעכט צו אַנטוויקלען די מאָדערנע גיכע אינטערנעץ, און די "CCD"־סענסאָרס שטעקן אין אַלע הײַנטיקע דיגיטאַלישע פֿאָטאָאַפּאַראַטן און ווידעאָ־קאַמערעס.
ווען מע רעדט אויפֿן טעלעפֿאָן, קוקט טעלעוויזיע, פֿאָטאָגראַפֿירט און באַזוכט אַ וועבזײַט, באַנוצט איר זיך, נישט וויסנדיק, מיט די ביידע דערגרייכונגען פֿון די הײַיאָריקע נאָבעל־לאַורעאַטן. אַ ריזיקער טייל פֿונעם אינטערנעץ־פֿאַרקער באַשטייט פֿון בילדער און ווידעאָ־מאַטעריאַלן, וועלכע ווערן צעשיקט דורך די אָפּטישע פֿיברע־נעצן. ווען איר קוקט דעם Youtube, זאָלט איר וויסן, אַז די הײַנטיקע דיגיטאַלישע ווידעאָ־רעוואָלוציע איז געוואָרן מעגלעך צוליב די דאָזיקע דערפֿינדונגען. פֿאַרשטייט זיך, אַז די אָפּטישע סענסאָרס און פֿיברע־ליניעס ווערן אויך אויסגענוצט אין אַ סך קריטיש־וויכטיקע פֿאַלן; למשל, אינעם הויפּט־געביט פֿון די אַנדערע הײַאָריקע נאָבעל־פּרעמיעס — מעדיצין.
ביידע פּריזן — סײַ אין פֿיזיאָלאָגיע, סײַ אין כעמיע — זענען פֿאַרבונדן מיט די טיפֿע סודות פֿון גענעטיק, וואָס די לאַורעאַטן האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן. בײַ די "עקן" פֿון די כראָמאָסאָמען, די סטרוקטורן פֿון "די־ען־איי", וואָס טראָגט די גענעטישע אינפֿאָרמאַציע אין די לעבעדיקע אָרגאַניזמען, זענען פֿאַראַן טעלאָמערן — ספּעציעלע ראַיאָנען פֿונעם זיך־איבערחזרנדיקן קאָד, וואָס היטן אָפּ די גאַנצקייט פֿון דעם כראָמאָסאָם. אַזעלכע ראַיאָנען זענען בנימצאָ בײַ אַלע באַשעפֿענישן, וואָס זייערע צעלן האָבן אַ יאָדער, ווי אויך בײַ אייניקע באַקטעריעס. ווען נישט די טעלאָמערן, וואָלטן די קעמערלעך נישט געקאָנט זיך טיילן ווי געהעריק.
צוליב די פֿאָרשונגען פֿון בלעקבערן, גרײַדער און שאָסטאַק, האָבן די וויסנשאַפֿטלער פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי דער דאָזיקער שוץ־מעכאַניזם אַרבעט, און אויפֿגעוויזן, אַז אַ געוויסער ענזים — טעלאָמעראַזע — שפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס. בײַ אַ מענטש, איז טעלאָמעראַזע אַקטיוו אין די עמבריאָנען, אָבער צוביסלעך ווערט עס פֿאַרשוווּנדן, ווען אַ קינד דערגרייכט דעם עלטער פֿון 4—5 יאָר. יעדעס מאָל, ווען אַ צעל טיילט זיך אין אַ דערוואַקסענעם אָרגאַניזם, ווערן די נײַע קאָפּיעס פֿון די טעלאָמערן אַלץ קירצער; סוף־כּל־סוף, מוז דער אָרגאַניזם עלטער ווערן און שטאַרבן, נישט קאָנענדיק באַנײַען דעם צעל־מאַטעריאַל.
טעלאָמעראַזע קאָן געבן די לעבעדיקע צעלן אַ נײַעם רעפּראָדוקטיוון כּוח. צום באַדויערן, אָבער, קאָן דער דאָזיקער שטאָף נישט דינען ווי אַ "סגולה פֿאַר אייביק לעבן"; אַ מענטש ווערט עלטער צוליב אַ סך פֿאַרשיידענע סיבות. די וויסנשאַפֿטלער האָפֿן אָבער, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען אין דעם געביט וועלן העלפֿן צו פֿאַרלענגערן דאָס לעבן.
די פֿאַרקערטע צרה טרעפֿט זיך, ווען אַ מענטש האָט ראַק; די קראַנקע צעלן טיילן זיך אָן אַן אויפֿהער. אויב מע קאָן שאַפֿן אַ רפֿואה, וואָס בלאָקירט טעלאָמעראַזע, וועט מען קאָנען אָפּשטעלן די קראַנקייט. מע האָפֿט, אַז די אַנטדעקונגען פֿון די הײַנטיקע פּרעמיע־לאַורעאַטן וועלן העלפֿן צו באַקעמפֿן די סכּנותדיקע מחלה.
די פּרעמיע אין כעמיע האָט צו טאָן מיט די ריבאָסאָמען — דער וויכטיקסטער טייל פֿון דער אינערלעכער "פֿאַבריק", וואָס "לייענט" די גענעטישע "אינסטרוקציעס" און פּראָדוצירט די מאַטעריאַלן, פֿון וועלכע עס ווערן "אויסגעבויט" לעבעדיקע צעלן. די פֿאָרשונגען פֿון ראַמאַקרישנאַן, סטײַץ און יונת האָבן דערמעגלעכט צו לייזן די אינערלעכע סטרוקטור פֿון די ריבאָסאָמען, ביז דער מדרגה פֿון באַזונדערע אַטאָמען, און צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי זיי "טײַטשן אָפּ" דעם גענעטישן קאָד, דינענדיק ווי אַ מין נאַטירלעכער קאָמפּיוטער־פּראָצעסאָר.
די דאָזיקע פֿאָרשונגען האָבן שטאַרק געווירקט אויף אַלע געביטן פֿון דער הײַנטיקער ביאָכעמיע. מע האָפֿט אויך, אַז די קענטעניש פֿון די פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר בעת דער "אָפּטײַטשונג" פֿונעם גענעטישן קאָד, וועלן העלפֿן צו אַנטוויקלען נײַע רפֿואות, בפֿרט מער עפֿעקטיווע אַנטיביאָטיקן, וואָס וועלן אַטאַקירן די ריבאָסאָמען פֿון שעדלעכע באַקטעריעס.