|
גאַלי דרוקער־ברעם |
|
באַגעגנט צום ערשטן מאָל האָב איך זי אין "אַרבעטער־רינג", אויף קאַלישער־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ זי איז אַן אָפֿטע אַרײַנגייערין, אין זכות פֿון איר באָבען, דער בונדיסטקע. אַזוי שטעלט זי זיך פֿאָר, גאַלי דרוקער־ברעם, אָט די יונגע פֿרוי מיטן מיידלשן אויסזען און אינטעליגענטן קוק, וואָס זעט אויס פֿיל ייִנגער פֿון אירע 36 יאָר און נעמט אָן מיט אויטענטישן ענטוזיאַזם מײַן פֿאָרשלאָג דורכצופֿירן אַן אינטערוויו מיט איר — "נאָר בײַ זיך אין דער היים" — גיט זי גלײַך צו.
מיר גייען אַריבער די רוישיקע גאַס און זי פֿירט מיך אַרײַן צו זיך אין שטוב, וואָס דערמאָנט מער אַ סטודענטישע דירה איידער די וווינונג פֿון אַ מיטלקלאַס־פּאָר; דאָרט וווינט זי מיט איר מאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע נימרוד ברעם, אַ זון פֿון באַוווּסטן פֿאָטאָגראַפֿיסט, מיכה ברעם.
גאַלי דרוקער־ברעם גלייבט נישט אַז זי איז אַן אויסנאַם צוליב איר אָפּגעבן זיך מיט ייִדיש אין ישׂראל. פֿיל אַנדערע יונגע מענטשן טוען עס; זי ווײַזט אָן אויף אירע קלאַס־חבֿרים, אויף אַנדערע יונגע דאָקטאָראַנטן, וועלכע גרייטן צו, גלײַך ווי זי, זייער דאָקטאָראַט בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אַהין פֿאָרט זי פֿיר מאָל אַ וואָך אָנטיילצונעמען אין די קלאַסן אָדער צו נישטערן אין דער ביבליאָטעק, זוכנדיק דעם נייטיקן מאַטעריאַל פֿאַר איר פֿאָרשונגס־אַרבעט.
"ייִדיש פֿאַרמאָגט נישט בלויז אַ רומפֿולע פֿאַרגאַנגענהייט, די שפּראַך בליט אויך הײַנט, און דווקא בײַ אונדז אין לאַנד", זאָגט באַלד בײַם אָנהייב גאַלי דרוקער־ברעם.
"איך שטאַם פֿון אַ היים, וווּ ייִדיש איז געווען אַ לעבעדיקע שפּראַך, מײַן מוטער־שפּראַך, בעסער געזאָגט, מײַן באָבע־שפּראַך". די השפּעה פֿון דער באָבען, דער בונדיסטקע, אויף גאַלין האָט נישט קיין שיעור; דאָס אייניקל דערציילט, ווי אַזוי זי האָט פֿאַרבראַכט לאַנגע שעהען מיט זיידע־באָבע אין זייער היים שוין אין ישׂראל, וווּ זיי זײַנען אָנגעקומען אין מיטן די 1960ער יאָרן פֿון אַרגענטינע; און בעת זיי האָבן געטרונקען "מאַטע", דעם אַרגענטינער געטראַנק, וואָס זיי האָבן מיטגעבראַכט פֿון דאָרט, האָבן זיי גערעדט וועגן ליטעראַטור, אָדער יעדער איינער איז געווען אַרײַנגעטאָן אין זײַנע אייגענע ביכער.
ייִדיש האָט זי געלערנט אין "אַרבעטער־רינג"־שול, וווּ די באָבע איז געווען די ביבליאָטעקאַרין; "ס׳האָבן זיך געלערנט דאָרט נישט בלויז קינדער פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם", דערציילט זי. "דאָרט איז געווען דער טרעפֿפּונקט פֿון אַלע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן און פֿון אַלע עדהס.
אָן שום ספֿק, אַז דער באָבעס טיפֿע פֿאַרערונג פֿאַר ייִדיש־קולטור איז געווען אין אַ געוויסער מאָס דער וועגווײַזער, וואָס האָט גאַלין געפֿירט אויסצוקלײַבן ייִדיש פֿאַר אירע ווײַטערדיקע שטודיעס און איר געהאָלפֿן צו באַשטימען די טעמע פֿאַרן דאָקטאָראַט: "ייִדיש־שרײַבערס אין ישׂראל", וואָס זי גרייט צו אונטער דער השגחה פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן.
דווקא נישט דער פֿיל־קאָמענטירטער שפּראַכנקאַמף וואָס האָט געבושעוועט אין דער מדינה בעת די ערשטע יאָרן פֿון איר אויפֿקום, האָט באַוועגט גאַלין זיך צו באַציִען צו ייִדיש און פֿאַרוואַנדלען עס אין אירס אַ פֿאָרשונג־טעמע; זי האָט געפֿונען אַן אומגעהויער גרעסערן אינטערעס אין די שרײַבער וואָס האָבן זיך באַזעצט דאָ אין לאַנד אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאָרגעזעצט צו שרײַבן ייִדיש, מערסטן טייל פּראָזע; שרײַבער־עמיגראַנטן, וועלכע האָבן באַשריבן זייערע דראַמאַטישע איבערלעבונגען און די ראָלע וואָס זיי האָבן אויסגעפֿירט אין דער ייִדישער לאַנד־באַוועגונג. "ס׳זײַנען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע", זאָגט זי — און זי רעכנט אויס די שרײַבער, וואָס האָבן זי באַאײַנדרוקט מער פֿון אַלע, און וואָס אייניקע פֿון זיי, אויב נישט אַלע, וועט זי זיכער אײַנשליסן אין דער טעזע פֿון איר דאָקטאָראַט: מענדל מאַן, ישיעהו שפּיגל, אַבֿרהם לעוו, יצחק פּערלאָוו, מיטלפּונקט, מרדכי צאַנין, יאָסל בירשטיין און בײַם סוף דערמאָנט זי אויך, אָפּצוהיטן אַ שטיקל גלײַכגעוויכט, דעם נאָמען פֿון אַ פֿרוי — מאַלאַשאַ מאַלי, וואָס ווי גאַלי דערציילט, האָט זי געלייענט אירע שאַפֿונגען מיט גרויס אינטערעס.
גאַלי דרוקער איז איבערצײַגט — און דאָס איז געווען די טעזע פֿון איר "מאַסטער" (דער צווייטער אוניווערסיטעט־טיטל) "די צוויישפּראַכיקייט בײַ מענדעלע מוכר־ספֿרים". דאָרט האָט זי געטענהט, אַז ייִדיש און העברעיִש זײַנען נישט קיין צוויי באַזונדערע שפּראַכן וואָס אַמאָל אויף אַ קורצער תּקופֿה זײַנען זיי געגאַנגען צוזאַמען, אָבער שפּעטער זיך צעשיידט; ווירקלעך זײַנען ביידע שפּראַכן־שטראָמען פֿון דער זעלבער שפּראַך. זי האָט אויסגעפֿונען, אַז "ס׳איז פֿאַראַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן ביידע ליטעראַטורן אַפֿילו הײַנט צו טאָג. "ס׳איז אמת", זאָגט זי, "אַז די שרײַבער האָבן געמוזט אויסוויילן אין וועלכער שפּראַך, צי אין וועלכער קולטור זיי וועלן זיך אויסדריקן. אין תּוך גענומען אָבער, איז נישט געווען אַזאַ שאַרפֿע צעשיידונג צווישן די קולטורן, די טעקסטן און די ליטעראַטורן, אַפֿילו ווען די שרײַבער אַליין זײַנען נישט געווען אַזוי באַוווּסטזיניק וועגן דער דאָזיקער קרובֿישאַפֿט".
און צו באַגרינדן נאָך מער איר שטעלונג לגבי דער צוויישפּראַכיקייט, לייענט זי פֿאָר אַ פֿראַגמענט פֿון אַן אַרטיקל דערשינען אין 1964 אין די "לעבנס־פֿראַגן", "ייִדיש און העברעיִש אין ישׂראל", פֿון י. אַרטוסקי, מיטגרינדער און גײַסטיקער מנהיג פֿון דער בונדישער אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל:
די באַציִונג צו שפּראַך און ליטעראַטור איז נישט בלויז קיין כּלל נאַציאָנאַלער, נאָר אויך אַ יחידיש־סוביעקטיווער ענין. ס׳איז פֿאַרבונדן מיט סענטימענט, מיט ליבע, און ליבע צו אַ מאַמען ווערט נישט קלענער אַפֿילו ווען מ׳ווייסט, אַז זי איז שווער קראַנק און קאָן חלילה שטאַרבן. איך ווייס נישט וואָסערע ס׳וועט זײַן די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין לאַנד; כ׳בין נישט אַזוי אוטאָפּיש צו גלייבן, אַז ייִדיש וועט דאָ נאָך ווערן די הערשנדיקע שפּראַך אין דער מדינה. איך צווייפֿל אויך, צי די גרויסע מאַסע פֿון דער היגער יוגנט וועלן זיך אויסלערנען ייִדיש. אָבער איך האַלט, אַז די סאַמע עקזיסטענץ פֿון ייִדיש איז אומגעהויער וויכטיק פֿאַר דער מדינה. אַפֿילו ווען די יוגנט זאָל נישט קענען קיין ייִדיש, נאָר אַז זי זאָל וויסן, אַז ס׳לעבט דאָ אויך אַ ייִדישע שפּראַך און אַ ייִדישע ליטעראַטור, וועלכע קינסטלעריש שטייט נישט אָפּ פֿון דער העברעיִשער, האָט שוין אַליין פֿאַר זיך אַן אומגעהויער נאַציאָנאַל־דערציִערישן באַטײַט פֿאַרן ייִנגערן דור, פֿאַר אײַנפֿלאַנצן אין אים דעם באַוווּסטזײַן און פֿאַרבינדונג מיט אונדזער פֿאָלק.
אין דעם פּרט דערפֿילט ייִדיש דאָ אין לאַנד אַ וויכטיקע נאַציאָנאַלע פֿונקציע: זי איז אַ דאַמבע קעגן דער נאַציאָנאַלער אָפּפֿרעמדונג און גלײַכצײַטיק אַ בריק וואָס פֿאַרבינדט די יוגנט און דאָס העלפֿט אויך דער מדינה און דער צוקונפֿט פֿאַר אונדזער פֿאָלק. אָן ייִדיש וועט די מדינה פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַן אָפּגעזונדערטן און אָפּגעפֿרעמטן העברעיִשן שבֿט, זי וועט ווערן אַ מדינה פֿון העברייער אָדער ישׂראלים, אָן אַ פֿאָלקס־טראַדיציע און אָן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן. נישט אין קאַמף צווישן שפּראַכן גייט אונדז דאָ; יעדער האָט דאָס רעכט ליב צו האָבן די שפּראַך, וועלכע ער האָט ליב, מיט וועלכער ער איז נשמהדיק פֿאַרבונדן. ס׳איז פֿאַלש און נישט מענטשלעך צו טראַכטן, אַז איין שפּראַך קען זיך אַנטוויקלען נאָר אויפֿן קבֿר פֿון אַ צווייטער. ס׳איז דער היסטאָרישער גורל פֿון ייִדישן פֿאָלק וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן פֿון זיך צוויי שפּראַכן, וועלכע ביידע זײַנען זיי אויסגעוואַקסן, רײַף געוואָרן און זיך אַנטוויקלט. אונדזער פֿאָלק האָט וויכטיקערע און ערנסטערע דאגות ווי שפּראַכנקאַמף. ס׳איז דאָ אָרט אויך אין ישׂראל פֿאַר ביידע שפּראַכן, באַזונדער ווען ביידע אַרבעטן זיי אין תּוך פֿאַרן זעלביקן ציל: פֿאַרשטאַרקן און באַרײַכערן אונדזער פֿאָלקס־קיום.
גאַלי איז איינשטימיק מיט יעדן וואָרט פֿון דעם אַרטיקל. אַ רגע בלײַבט זי פֿאַרטראַכט און בײַם סוף זאָגט זי: "איך האַלט, אַז ס׳איז זייער וויכטיק זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַכן; הײַנט פֿאַרשטייט מען אַ סך מער דאָ אין לאַנד די וויכטיקייט פֿון לערנען זיך ייִדיש, אָדער לאַדינאָ, אָדער ייִדיש־אַראַביש" (די שפּראַך וואָס רעדן ייִדן אָפּשטאַמיקע פֿון די אַראַבישע לענדער). "איך האָף, אַז ס׳וועט נאָך קומען אַ צײַט ווען ס׳וועט זײַן אָבליגאַטאָריש צו לערנען אין די שולן די ייִדישע שפּראַכן. איך בין זיכער, אַז זייער אַ סך קינדער וועלן אויסקלײַבן זיך צו לערנען ייִדיש, ווײַל ייִדיש איז נישט בלויז אַ רעדנדיקע און געשריבענע שפּראַך, נאָר זי פֿאַרמאָגט אויך אַ רײַכע קולטור. איך מיין, אַז אַזוי וועט עס זײַן..."