קינאָ
סצענעס פֿונעם פֿילם "דער ערנסטער מענטש": אין דער אונטערשטער סצענע, געשפּילט אויף ייִדיש, טרעטן אויף (פֿון רעכטס) אַלען ריקמאַן, פֿײַוויש פֿינקעל און יעלענאַ שמולענסאָן
סצענעס פֿונעם פֿילם "דער ערנסטער מענטש": אין דער אונטערשטער סצענע, געשפּילט אויף ייִדיש, טרעטן אויף (פֿון רעכטס) אַלען ריקמאַן, פֿײַוויש פֿינקעל און יעלענאַ שמולענסאָן

דער פּראָלאָג הייבט זיך אָן מיט אַ פֿאַבולע פֿון 19טן יאָרהונדערט, ווען ייִדן האָבן געגלייבט אין שדים און רוחות, דיבוקים און נישט־גוטע, ווען זיי האָבן געלעבט מיט אַבערגלויבנס, זאַבאָבאָנעס און געגלייבט אין עין־הרעס. ווײַזט מען אונדז אַן אַלט ייִדיש פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט ערגעץ אין אַ קליין שטעטעלע, אין אַ האָלצערנער כאַטע. ער — אַ ייִד מיט אַ באָרד (אַלען ריקמאַן) און זי אַ ייִדענע (יעלענאַ שמולענסאָן), מיט אַ פֿול מענה־לשון און שרעק פֿאַר די נישט־גוטע און גרייט זיך אײַנשטעלן. איר מאַן, דער אַלטער ייִד, לאַדט אײַן אַ גרײַז גראָען זקן (פֿײַוויש פֿינקל) אויף וועטשערע, און ווען זײַן פּלוניתטע דערוויסט זיך אַז ס׳איז עפּעס אַ מדינה־גייער, לאָזט זי אים וויסן, אַז יענער איז שוין געשטאָרבן מיט יאָרן צוריק. זי איז זיכער, אַז דאָס איז נישט דער מדינה־גייער, נאָר אַ דיבוק, און וואָס אַן אמת, ווען ער באַווײַזט זיך אין טיר, מיט זײַן חניפֿה און שמייכל, וויל זי אויספּרובירן אים, צי ער איז טאַקע אַ דיבוק צי ניין. זי שטעקט אַרײַן אַ מעסער אין זײַן האַרצן און זאָגט דעם מאַן: "באַלד וועלן מיר זען צי ער איז אַ דיבוק אָדער ניין. אויב ער וועט נישט בלוטיקן איז ער אַן אמתער דיבוק, און אויב יאָ, איז וויי צו מײַנע יאָרן."

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס מעשׂהלע וואָלט זיך בעסער געפּאַסט צו איינע פֿון יצחק באַשעוויסעס מעשׂיות, און מסתּמא האָבן די כּהן־ברידער, וועלכע האָבן געשריבן און פּראָדוצירט דעם פֿילם, געווען באַקאַנט מיט באַשעוויסעס שריפֿטן. כאָטש עס האָט זיי נישט אויסגעפֿעלט קיין געלט אָנצושטעלן אַ מענטש, וואָס האָט זיי געקענט צושטעלן אַזאַ מין מעשׂהלע.

קומען מיר צו די כּהן־ברידער. יואל, 54 און איתן, 52 יאָר אַלט. ביידע ברידער זײַנען פֿילם־מאַכער אין האָליוווּד. זיי האָבן שוין אונטער זיך אַ פּלעיאַדע פֿון פֿילמען. דאָס מאָל האָבן זיי דעם פֿילם צוגעפֿעפֿערט מיט מאַמע־לשון, און צוגעזאַלצן מיט העברעיִש, און דווקא איז עס זיי געלונגען. דער עיקר האָבן זיך אויסגעצייכנט די צוויי אויבן־דערמאָנטע ייִדישע אַקטיאָרן, וועמען מ׳קען זען הײַנט צו טאָג אין זייערע ייִדישע פֿאָרשטעלונגען וועגן ייִדישן טעאַטער. וואָס פֿאַר אַ שײַכות די ייִדישע לעגענדע האָט צום פֿילם? פֿרעגט מיך בחרם, איך הייב נישט אָן צו וויסן.

ביידע ברידער כּהן, כאָטש זיי שרײַבן זיך אונטער (Coen), זײַנען טאַקע געגאַנגען אין אַ נאָכמיטיק־חדר, פֿיר טעג אַ וואָך, וווּ זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט אין נודזשאָטע. זיי שטאַמען פֿון סיינט־לויִ, צפֿון פֿון מינעאַפּאָליס, אין מינעסאָטאַ, וווּ עס האָט געוווינט אַ שיינע פּראָפּאָרציע ייִדן. זייער מאַמע רינה, איז אַרויסגעקומען פֿון אַ חסידישער היים און געהאַלטן אַ כּשרע קיך. דער טאַטע עד, האָט זיך פּרובירט צופּאַסן און נאָכגעגעבן. און כאָטש ער איז געווען אַ לערער פֿון עקאָנאָמיע אין אוניווערסיטעט פֿון מינעסאָטאַ, האָבן די כּהן־ברידער, אַזוי זאָגן זיי, נישט געבויט זייער הויפּט־העלד לערי גאָפּניק (מײַקל שטולבאַרג) אויפֿן מוסטער פֿון זייער טאַטן — כאָטש גאָפּניק איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק אין אוניווערסיטעט. יאָ צי ניין, דעם העלד גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ.

לערי גאָפּניק, דער הויפּט־העלד. אויף אים פֿאַלן אַלע צרות און לייד וואָס אַ מענטש קען אַלץ אויסשטיין. זײַן ברודער (ריטשאַרד קינד), אַ נעבעכדיק באַשעפֿעניש, אַ מרה־שחורהניק אין גאַטקעס, באַנוצט זיך מיט לינקע געשעפֿטן, רייכערט מאַריכואַנע, און קומט געלט דער גאַנצער וועלט. די פּאָליציי זוכט אים אַרום, דאָקוטשעט אים דאָס לעבן ביז ער מוז אַנטלויפֿן.

זײַן צעבאַלעוועטע טאָכטער האַלט אין איין פֿאַרכאַפּן דעם וואַשצימער, און הערט נישט אויף צו וואַשן זיך די האָר. זײַן ווײַב וואַרפֿט גאָפּניקן אַרויס פֿון שטוב ווײַל זי פֿירט אַ לינקע ליבע מיט אַ פּוסטער כּלי פֿון אַ שכן (סײַ אייבלמאַן), אַ ייִד אַ נודניק און אַ כּישוף־מאַכער. גאָפּניקס אַ תּלמיד אין אוניווערסיטעט, וועלכער האַלט בײַם דורכפֿאַלן דעם קורס, פּרובירט באַנוצן זיך מיט כאַבאַר; איבערקויפֿן דעם פּראָפֿעסאָר מיט געלט, יענער זאָל בײַטן דעם צייכן ער זאָל כאָטש קענען גראַדויִרן. עמעצער שרײַבט אַרײַן אַ זידלבריוו פֿול מיט ליגנס אָנצוטאָן צרות גאָפּניקן. די בריוו זײַנען אַדרעסירט צום קאָמיטעט וואָס האַלט בײַם געבן גאָפּניקן זײַן חזקה (tenure). דאַכט זיך, אַז אַ מענטש קען אונטערגיין אונטער אַזאַ דרוק, ממש אַ מאָדערנער ביבלישער איובֿ. דאָס אַלץ דערשלאָגט גאָפּניקן, און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, איז ער פֿאַרמישט אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע, וווּ עס פֿאַלט אַ קרבן דווקא זײַן ווײַבס געליבטער. און אין צווישן רוקט זיך אונטער זײַן זונס בר־מיצווה. דער זון לערנט זיך די גאַנצע הפֿטורה פֿון יאָסעלע ראָזנבלאַטס פּלאַטע.

איינער פֿון די ברידער, יואל כּהן, זאָגט:

"ווען איך בין געוואַקסן און געוואָרן בר־מצווה, האָט עס פֿאַר מיר געמיינט איין זאַך, אַז איך וועל באַקומען אַ סך מתּנות און פּרעזענטן. און זאָגן דעם אמת, ייִדישקייט אין אונדזערע אויגן איז באמת נישט קיין רעליגיע. ס׳איז נישט מער ווי אַן עטנישע אָנגעהעריקייט."

ביידע ברידער כּהן זײַנען נישט רעליגיעז. יואל כּהן וויצלט זיך, און אפֿשר טאַקע מיינט ער עס. כ׳ווייס נישט, אָבער ער גיט צו אַז ער און זײַן ווײַב, די אַקטריסע פֿרענציס מעקדאָרמענט, אַ טאָכטער פֿון אַ גלח, האָבן דערצויגן זייער אַדאָפּטירטן זון פּעדראָ ווי אַ פּאַגאַנער, וואָס מיר רופֿן עס — אַ געצן־דינער.

דער ראַבײַ שקלאַר פֿון ווײַטפּליינס, וועמען די כּהן־ברידער האָבן אָנגעשטעלט אויף קאָנסולטאַציע איבער דעם סוזשעט פֿונעם פֿילם, זאָגט:

"דער פֿילם 'דער ערנסטער מענטש’ איז אַ מיסטישער פֿילם וואָס גרענעצט זיך מיט אַבסורד."

איך בין נישט זיכער צי ער גרענעצט זיך מיט אַבסורד. איין זאַך קען איך אײַך זאָגן, אַז עס גרענעצט זיך מיט אַן אַמעריקאַנער־ייִדישער אינטערפּרעטאַציע פֿון ייִדישקייט.

גאָפּניק, דער שלימזל, זוכט אַן אויסוועג אין לעבן. ער באַמיט זיך צו טרעפֿן מיט דרײַ ראַבײַס, וואָס צו זיי אָנצוקומען קומט אים אָן מיט גרינע ווערעם. די ראַבײַס האָבן אַ פֿול מויל מיט מליצה, אָבער קיין פּראַקטישע עצות גיבן זיי נישט. אין צווישן הערט מען אַ ייִדישע פּלאַטע, וווּ עס זינגט סידאָר בעלאַרסקי "דעם מילנערס טרערן." אינטערעסאַנט צו באַמערקן: דער פֿילם איז פֿול מיט קאָמישע מאָמענטן, און דער עולם האַלט אין איין לאַכן. אפֿשר לאַכן זיי מיט יאַשטשערקעס, אָדער זיי זעען זיך אינעם פֿילם און אידענטיפֿיצירן זיך מיט דער ייִדישקייט וואָס ווערט געשילדערט אינעם פֿילם.

דערווײַל טראַכט איך, וואָס אַזוינס האָבן די כּהן־ברידער געהאַט אין זינען בײַם שרײַבן און פּראָדוצירן דעם דאָזיקן פֿילם. איז עס אַ מעמואַר פֿון זייערע קינדער־יאָרן — אפֿשר? האָבן זיי געהאַט אין זינען דערמיט עפּעס אַ מסור־השׂכּל אונדז צו דערלאַנגען? אָדער זיי האָבן געוואָלט מחיה־מתים זײַן דעם ביבלישן איובֿ, וועלכער האָט געליטן מכּות־רצח, ווײַל דאָס לעבן האָט אים צוגעשטעלט אַ קרום בענקעלע אויף דרײַ פֿיסלעך. אָבער נישט געקוקט אויף די אַלע זיבן זאַכן, האָט איובֿ נישט אָנגעוווירן זײַן גלייבן אינעם רבונו־של־עולם. לערי גאָפּניק ווידער, וואַקלט זיך אין זײַן אמונה. ער פֿאַרשטייט נישט פֿאַרוואָס עס קומט אים די לייד און די פּײַן.

און אפֿשר האָבן די כּהן־ברידער בדעה געהאַט צו ווײַזן די שוועריקײַטן פֿון אַ מענטשן, וואָס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיטן לעבן. מיט יעדער סצענע לאָזט זיך אַראָפּ וואָס נידעריקער אַ שוואַרצע כמאַרע איבער זײַן קאָפּ און לאָזט אים נישט רוען. און אפֿשר האָבן זיי בדעה געהאַט צו נוצן דעם פֿילם ווי אַ סימבאָל און אַן אָנדײַט פֿון די צרות און לייד וואָס די ייִדן זײַנען אויסגעשטאַנען און שטייען אויס עד־היום פֿון דער דרויסנדיקער און אינערלעכער וועלט? איין זאַך קען איך אײַך זאָגן: די הײַנטיקע פֿילם־פּראָדוצירער ווייסן נישט פֿון זייערע הענט און פֿיס ווען עס קומט צו דער ייִדישער טעמע. צעגיסט מען זיך ווי פּאָווידלע איבערן טישטעך מיט יעדן זכּרון פֿון אַ זיידן און באָבען. עפּעס איז בײַ זיי געבליבן שטעקן ערגעץ אַ ייִדישער אָדער, וואָס בלאָנדזשעט אַרום אין זייערע אינגעוויידן און קען זיך נישט קיין אָרט געפֿינען. איין זאַך בין איך דאַנקבאַר, וואָס זיי האָבן צוגענומען די דרײַ ייִדישע אַקטיאָרן וואָס קענען אַ גוטן ייִדיש און דזשאָמדזשען נישט קיין ייִדיש וואָרט אויפֿן עקראַן, ווי עס טוען עס אַנדערע פֿילממאַכער.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער מאָמענט איז גאָר בײַם סוף פֿונעם פֿילם, ווען מען רעכנט אויס די רשימה פֿון די אַקטיאָרן און אַזוי ווײַטער. גאָר אין די לעצטע פּאָר שורות פֿונעם פֿילם לאָזן אונדז וויסן די פּראָדוצענטן, אַז מיט דעם פֿילם האָבן זיי נישט געברענגט קיין שאָדן קיין שום בעלי־חי און נישט אָנגעטאָן קיין שאָדן די ייִדן. פֿאַרפֿעלט נישט דעם פֿילם, ס׳איז זייער אַ גוטער פֿילם. עס שפּילט אין אַ סך קינאָס אין ניו־יאָרק.