פּאָליטיק

אין סעפּטעמבער 1993, מיט 16 יאָר צוריק, האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זיך קעגנזײַטיק אָנערקענט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן זיך אויסגעטוישט מיט בריוו און געדריקט די הענט. דעם 13טן סעפּטעמבער איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" צווישן ישׂראל און דער פּל״אָ וועגן אויפֿשטעלן אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקן רעזשים — אַן אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה, ווי אַ צײַטווײַליקע אַדמיניסטראַציע אויף 5 יאָר — און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דרײַ יאָר וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.

איך טרײַב נישט איבער, ווען איך זאָג, אַז ישׂראל, נאָכן אונטערשרײַבן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע", האָט זיך געפֿינען אין אַן אייפֿאָריע; און נאָך דעם ווי די כּנסת האָט זי באַשטעטיקט מיט 61 שטימען (50 קעגן, 8 האָבן זיך אָפּגעהאַלטן און איינער איז נישט בײַגעווען) האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער דעם 4טן סעפּטעמבער 1999 אונטערגעשריבן אין שאַרם־אַ־שייך דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער מעמאָראַנדום, אַז ביזן 13טן פֿעברואַר 2000 וועט ווערן אונטערגעשריבן אַ ראַם־אָפּמאַך וועגן אַלע פּראָבלעמען פֿאַר אַ פּערמאַנענטן סטאַטוס; און ביזן 13טן סעפּטעמבער 2000 וועט ווערן אונטערגעשריבן אַ גלאָבאַלער ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־אָפּמאַך.

9 יאָר זענען פֿאַרבײַ און דער אײַנדרוק איז, אַז פּרעזידענט באַראַק כוסיין אָבאַמאַ און פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו הייבן אַלץ אָן פֿון דאָס נײַ. נאָך אַ זאַך: מיט 16 יאָר צוריק, און ספּעציעל נאָך דעם ווי פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש האָט פּראָקלאַמירט, דעם 24סטן יוני 2002, די "וועגן־מאַפּע" — די לייזונג פֿון קאָנפֿליקט אויפֿן יסוד פֿון 2 מדינות זײַט בײַ זײַט: ישׂראל און פּאַלעסטינע — האָט אויסגעזען, אַז די אַנטוויקלונגען אין די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען הענגען אָפּ פֿון ישׂראל, די פּאַלעסטינער און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

הײַנט זעט עס אויס אַנדערש: בײַם אַנאַליזירן די אויסזיכטן פֿון די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען, מוז מען אויך נעמען אין אַכט די הײַנטיקע סתּירותדיקע באַציִונגען צווישן אַמעריקע, אייראָפּע, דער אַראַבישער וועלט און איראַן.

איז וואָס וועט זײַן? מען קען פּרוּוון ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע אויפֿן סמך פֿון די באַשלוסן פֿון דעם "פֿאַטאַך"־קאָנגרעס אין בית־לחם צווישן 4טן און 7טן אויגוסט הײַיאָר, צוזאַמענגערופֿן דאָס ערשטע מאָל נאָך 20 יאָר. עס זענען אײַנגעלאַדן געוואָרן 2,267 דעלעגאַטן, אָבער דער "כאַמאַס" האָט נישט דערלויבט די 400 דעלעגאַטן פֿון עזה צו קומען קיין בית־לחם.

צוויי דאָקומענטן זענען דיסקוטירט געוואָרן אויפֿן קאָנגרעס: די פּאָליטישע פּראָגראַם און "פֿאַטאַכ׳ס אינערלעכע אָרדענונג". די פּאָליטישע פּראָגראַם קען ווערן ווי אַ דאָקומענט וואָס אָנערקענט אַ פּאָליטישע לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט, אָבער אַנולירט נישט די מעגלעכקייט פֿונעם באַוואָפֿנטן קאַמף. אין דער "אינערלעכער אָרדענונג" זענען אײַנגעשלאָסן אַלע פּונקטן וואָס זענען נישטאָ אין דער פּאָליטישער פּראָגראַם. אָבער אויב אין דער פּאָליטישער פּראָגראַם ווערט געזאָגט, אַז אַ באַוואָפֿנטער קאַמף קען באַנוצט ווערן, אויב עס איז דאָ אַן "אינטערנאַציאָנאַלע לעגאַליטעט", זענען פֿונעם צווייטן דאָקומענט אויסגעשלאָסן געוואָרן אַלע אינטערנאַציאָנאַלע שלום־איניציאַטיוון.

אין דער "אינערלעכער אָרדענונג" האַלט "פֿאַטאַך" אונטער דעם באַוואָפֿנטן קאַמף ווי אַ סטראַטעגיע צו באַפֿרײַען גאַנץ פּאַלעסטינע און ליקווידירן ישׂראל. דער פּאַראַגראַף (פּאַר׳) 12 פֿון דעם דאָזיקן דאָקומענט דערקלערט קלאָר: "די באַפֿרײַונג פֿון גאַנץ פּאַלעסטינע און די ליקווידאַציע פֿון דער ציוניסטישער אָקופּאַציע עקאָנאָמיש, פּאָליטיש, מיליטעריש און קולטורעל". פּאַר׳ 13 רופֿט צו "שאַפֿן אַ סוּווערענע דעמאָקראַטישע פּאַלעסטינער מדינה אויף דער גאַנצער טעריטאָריע פֿון פּאַלעסטינע".

ווײַל אין דער פּאָליטישער פּראָגראַם איז פֿאַראַן די אָפּציע פֿון איין מדינה, אויב די אָפּציע פֿון צוויי מדינות פֿאַלט דורך, דערמאָנט די "אינערלעכע אָרדענונג" די אָפּציע פֿון איין מדינה ווי די איינציקע לייזונג. פּאַר׳ 17 אין דער "אינערלעכער אָרדענונג" דערקלערט, אַז "די באַוואָפֿנטע מאַסן־רעוואָלוציע איז דער איינציקער וועג צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינע"; און פּאַר׳ 19 דערקלערט, אַז "דער קאַמף וועט זיך נישט ענדיקן ביז דער ליקווידאַציע פֿון ציוניסטישער וועזנטלעכקייט און דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַלעסטינע".

מאַכמוד אַבאַס האָט אין זײַן רעדע אויפֿן קאָנגרעס אין בית־לחם דערקלערט, אַז עס וועלן נישט פֿאָרקומען קיין אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל אַזוי לאַנג, ווי זי פֿאַרפֿרירט נישט אין גאַנצן דאָס בויען אויף די שטחים. ער האָט ווידער איבערגעחזרט זײַן דערקלערונג, אַז "פֿאַטאַך" אָנערקענט נישט ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה. אמת, אָבאַמאַס דרוק האָט געגעבן רעזולטאַטן, און נתניהו האָט זיך באַוויליקט און אויסגעדריקט זײַן הסכּמה פֿאַר אַ לייזונג פֿון 2 מדינות. אָבער ער האָט צוגעגעבן אַ תּנאַי: די פּאַלעסטינער מוזן אָנערקענען ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה. נתניהו פֿאַרלאַנגט אויך, אַז אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער זאָל מאַכן אַ סוף צו דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. נתניהו האָט אויך דערקלערט, אַז ישׂראל וועט קיין מאָל נישט מסכּים זײַן צו צעטיילן ירושלים, ווײַל די פּאַלעסטינער און די אַראַבישע לענדער האָבן קלאָר געמאַכט, אַז אָן דער פּאַלעסטינער, אָדער אַראַבישער, באַטייליקונג אין דער סוּווערעניטעט איבערן הר־הבית — דער באַרג אין ירושלים, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער בית־המיקדש — איז נישטאָ וואָס צו דיסקוטירן וועגן אַ הסכּם מיט די פּאַלעסטינער און נאָרמאַלע באַציִונגען צווישן ישׂראל און די אַראַבישע לענדער.

נתניהו האָט אויך דערקלערט, אַז ישׂראל וועט ממשיך זײַן דאָס פֿאַרברייטערן די ייִשובֿים, הגם אָבאַמאַ שטיצט די פּאָזיציע פֿון די אַראַבער, אַז מען טאָר נישט פֿאַרברייטערן די ייִשובֿים אַפֿילו נישט אין פֿאַרבינדונג מיטן נאַטירלעכן וווּקס פֿון דער באַפֿעלקערונג. און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָבן די פּאַלעסטינער און אַראַבער בכלל נישט מוותּר געווען אויף זייער פֿאַרלאַנג, אַז די פּאַלעסטינער פּליטים זאָל דערלויבט ווערן זיך צוריקצוקערן קיין ישׂראל — וואָס זיי רופֿן אָן "דער זכות פֿון צוריקקער".

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס קיין לייזונג פֿון די פֿונדאַמענטאַלע פּראָבלעמען אין דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, זעט מען דערווײַל נישט, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ נישט אויפֿגעגעבן זײַן שלום־פּלאַן, וואָס ווערט אַקטועל אויף 5 געביטן: ישׂראל, די פּאַלעסטינער, אייראָפּע, די אַראַבישע לענדער און איראַן. אָבאַמאַס פּלאַן איז צו באַקומען פֿון ישׂראל אַ פֿאַרפֿליכטונג צו פֿאַרפֿרירן אין גאַנצן די בויונג אויף די שטחים און אין מיזרח־ירושלים; אָנהייבן אונטערהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער אויף דער באַזע פֿון 2 מדינות; נאָרמאַליזירונג־שריט פֿון די אַראַבישע מדינות מיט ישׂראל; פֿאַרגרעסערן די ראָלע פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער אינעם שלום־פּראָצעס אין מיטעלן מיזרח; אין דעם פּלאַנירטן קומענדיקן דיאַלאָג מיט איראַן — נייטראַליזירן טעהעראַן, זי זאָל נישט שטערן זײַן שלום־פּלאַן.

לויט אַבאַמאַס קרײַזן, איז אוממעגלעך צו דערגיין צו אַ שלום צווישן ישׂראל און יעדן אַראַביש לאַנד — באַזונדער, ווי עס האָבן באַוויזן די דורכפֿאַלן פֿון ביל קלינטאָן און דזשאָרדזש בוש. דער סאַודישער שלום־פּלאַן איז מער אַטראַקטיוו, און אָבאַמאַ האָט שוין באַקומען די הסכּמה פֿון קאַטאַר און די פּרינציפּאַליטעטן פֿון פּערסישן ים־אויסגוס. לויט אָבאַמאַס פּלאַן, וועט פֿאָרקומען אַן אויסטויש פֿון טעריטאָריע, וואָס וועט דערמעגלעכן, אַז 80% פֿון די ייִדישע קאָלאָניע־ייִשובֿים זאָלן בלײַבן אונטער ישׂראלס סוּווערעניטעט.

די אַראַבישע ייִשובֿים פֿון ירושלים וועלן איבערגיין אונטער דער סוּווערעניטעט פֿון די פּאַלעסטינער. לויט אָבאַמאַס פּלאַן, וועט ישׂראל האָבן אַן עפֿעקטיוון וועטאָ־רעכט קעגן צוריקקער פֿון די אַראַבישע פּליטים פֿון יאָר 1948, וועלכע וועלן באַקומען אַנטשעדיקונג און האָבן 3 אָפּציעס: אָדער אימיגרירן אין דער פּאַלעסטינער מדינה, אָדער בלײַבן אויף די פּלעצער וווּ זיי געפֿינען זיך איצט, אָדער אַבסאָרבירט ווערן אין אַנדערע לענדער. פֿון דער אַנדערער זײַט, וועלן די פּאַלעסטינער באַקומען אַ הויפּטשטאָט פֿאַר זייער מדינה אין מיזרח־ירושלים און עס וועט געשאַפֿן ווערן אַ ספּעציעלער רעזשים פֿאַר די הייליקע פּלעצער אין ירושלים. ישׂראל שטייט אײַן אויף דעם, אַז די פּאַלעסטינער אומאָפּהענגיקע מדינה זאָל זײַן דעמיליטאַריזירט, נישט האָבן אַן אַרמיי און שווער געווער, און זאָל האָבן נאָר זיכערהייט־איינהייטן צו באַקעמפֿן טעראָר.

ביז נישט לאַנג צוריק איז ישׂראלס פּאָליטיק געווען צו באַגרענעצן די באַטייליקונג פֿון אייראָפּע בײַם לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, אויסער וואָס שייך דער עקאָנאָמישער הילף פֿאַר די פּאַלעסטינער. ישׂראל האָט אויסגעמיטן די מעגלעכע באַטייליקונג פֿון אייראָפּע אין פּאָליטישן פּראָצעס, צוליב דעם וואָס ס׳האָט עקזיסטירט אין אייראָפּע אַ גרעסערע סימפּאַטיע צו די פּאַלעסטינער.

לויטן קוקווינקל פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע Antidefamation League (די ליגע קעגן באַשמוצונג), באַטראַכטן 42% פֿון די אַמעריקאַנער ישׂראל ווי די גערעכטע אין איר קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער. אין אייראָפּע באַטראַכטן בלויז 27%, אַז ישׂראל איז גערעכט. ס׳איז קיין צווייפֿל נישט, אַז ישׂראל דאַרף מאַכן אַ רעוויזיע אין איר אָפּשאַצונג און אַרײַנציִען אייראָפּע אינעם פּאָליטישן פּראָצעס.

אויב אָבאַמאַ וועט מצליח זײַן מיט זײַן שלום־פּלאַן, וועט ענדלעך די קעגנזײַטיקע ישׂראל־פּאַלעסטינער אָנערקענונג פֿון מיט 16 יאָר צוריק ווערן אַ ווירקלעכקייט און עס וועט קומען אַ סוף צום ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אָבער אַבֿיגדור ליבערמאַן, אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, האָט דערקלערט, אַז אויך אין 16 יאָר אַרום וועט נישט זײַן קיין שלום־הסכּם. איז די פֿראַגע: צי קען אָבאַמאַ מצליח זײַן אַזוי לאַנג ווי בנימין נתניהו איז ישׂראלס פּרעמיער־מיניסטער?

אַזוי ווי אהוד ברק (באַראַק) האָט שוין אויסגעדריקט זײַן שטיצע פֿאַר אָבאַמאַס איניציאַטיוו, קען זײַן, אַז די איינציקע לייזונג אויף אָבאַמאַס שלום־פּלאַן זאָל זײַן פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן אין ישׂראל. אין די וואַלן וועלן די "קדימה"־פּאַרטיי און די אַרבעט־פּאַרטיי געוויס שטימען פֿאַר אָבאַמאַס פּלאַן, און נאָך די וואַלן וועלן די צוויי פּאַרטייען, האָפֿנטלעך, אויפֿשטעלן אַ קאָאַליציע און באַשטעטיקן אָבאַמאַס שלום־פּלאַן.