מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

כאָטש אין ניו־יאָרק האַלט מען, אַז אין אונדזער שטאָט, "דער גרויסער עפּל", געפֿינט זיך דער צענטער פֿונעם אוניווערס, און אַז די וועלט דרייט זיך אַרום איר, קען מען דווקא געפֿינען אין אַנדערע לענדער און קאָנטינענטן, ייִדישע מוזיק־פּראָיעקטן, וואָס זענען מער אַוואַנגאַרדיש, מער עקספּערימענטאַל, ווי מע געפֿינט עס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

איינער אַזאַ פּראָיעקט איז אַן "אַלטע" רעקאָרדירונג פֿון ווין, 1997, וואָס מיר האָבן נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו רעצענזירן, ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן. זי הייסט "אין אַ שטאָט וואָס שטאַרבט: ייִדישע ליריק פֿון ווין פֿון די 1920ער יאָרן", און די קאַפּעליע וואָס האָט זי אַרויסגעלאָזט — "די גויים" [gojim] באַשטייט טאַקע פֿון אַ גרופּע נישט־ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון זייער שטאָט.

אין דער קלעזמער־וועלט אין האָלאַנד געפֿינט זיך נאָך איין קאַפּעליע, וואָס רופֿט זיך "גויים". אָבער די דאָזיקע ווינער "גויים" האָבן זיך פֿאָרמירט אַרום 1987 און פֿון אָנהייב אָן געזונגען ייִדישע לידער, נישט נאָר געשפּילט קלעזמער־מוזיק. זיי אַליין שרײַבן, למשל: "די מיטגלידער זענען נישט קיין ייִדן, אָבער זינגען ייִדישע לידער ווי זייער בײַשטײַער צו באַקעמפֿן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם און קעגנערשאַפֿט צו פֿרעמדע און צו די מינאָריטעטן". דער צוגאַנג שפּיגלט אָפּ אַ ברייטערן באַניץ אין גאַנץ אייראָפּע פֿון קלעזמער־מוזיק און ייִדישער קולטור, ווי אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן אַ פּראָגרעסיווע אידעאָלאָגיע; אין דעם זינען, ווערט ייִדיש אַ סימבאָל פֿון אַן אונטערגעדריקטער נישט־מיליטאַריסטישער אייראָפּעיִשער קולטור, וואָס האָט נאָך עפּעס אונדז הײַנט צו לערנען. בײַ דער ערשטער באַגעגעניש מיט די נישט־ייִדישע ייִדישיסטן ווערט מען סקעפּטיש, אָבער מיט דער צײַט, ווען מע פֿאַרשטייט ווי ערנסט מע נעמט זיך צום ענין ייִדיש, איז מען זיך מישבֿ און מע באַגריסט זיי ווי נײַע שטיצער און שאַפֿער פֿון אונדזער קולטור.

מיט אַזאַ ערנסטקייט און פֿאָקוס האָט די גרופּע זיך גענומען פֿאַר דער רעקאָרדירונג "אין אַ שטאָט וואָס שטאַרבט". אינעם באַגלייט־ביכל ווערט באַטאָנט, אַז "נאָך הײַנט אין ווין ווייסט מען נישט, אַז פֿאַר אַ קורצער צײַט איז די שטאָט [ווין] געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער וועלט. אין די 1920ער יאָרן האָט מען אין ווין געהאַט פֿיר ייִדישע טעאַטערס, געשאַפֿן אַכט ייִדישע שטום־פֿילמען, אַרויסגעגעבן אַ וויכטיקע ייִדישע גראַמאַטיק, און אַ קרײַז פֿון ייִדישע פּאָעטן אין דער ייִדישער שפּראַך האָט זיך געטראָפֿן".

אינעם קאָמפּאַקטל האָט די גרופּע געשאַפֿן מוזיק צו די לידער פֿון מלך כמעלניצקי, משה־לייב האַלפּערן, בער האָראָוויץ, רחל קאָרן, מענדל נײַגרעשל, דוד קעניגסבערג, מלך ראַוויטש, בער שנאַפּער און משה זילבערג. די אַלע דיכטער, אַלע פֿון גאַליציע, האָבן נישט "געהוליעט" צוזאַמען אין ווין אין דער זעלבער צײַט, אָבער האָבן — ווער לענגער, ווער קירצער — געוווינט אין ווין פֿאַר, און נאָך, דער ערשטער וועלט־מלחמה.

די גרופּע "די גויים" האָט אויסגעמיטן קלעזמערישע שטיקלעך און מעלאָדיעס אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און געשאַפֿן מאָדערניסטישע מוזיק, וואָס זאָל זײַן צוגעפּאַסט צו דער מאָדערנער פּאָעזיע פֿון די ווינער פּאָעטן. איך ציטיר נאָך אַ מאָל פֿון זייער באַגלייט־ביכל — "'אין אַ שטאָט וואָס שטאַרבט’ פֿאַרבעטן מיר אײַך אויף אַ נישט־געוויינטלעכן מוזיקאַלישן שפּאַציר איבער ווין; מע זעט ווין בעת דער 'ערשטער רעפּובליק’ דורך די אויגן פֿון די ייִדישע פּאָעטן — אַ שטאָט מיט חלומות און מוראס פֿאַר דער צוקונפֿט, מיט ליבשאַפֿט צום לעבן און טויט, אויסגעדריקט אין עקספּרעסיאָניסטישער פּאָעזיע. די לידער שפּיגלען אָפּ אַ הויך־מאָדערנעם פּאָעטישן בליק פֿון די אימיגראַנטן אין דער שטאָט און פֿאַרמאָגן פּאַראַלעלן צו אונדזערע הײַנטיקע צײַטן".

צווישן די לידער איז משה־לייב האַלפּערנס באַקאַנט ליד "מאָמענטאָ מאָרי". די מוזיקאַלישע באַגלייטונג — אַ שווערער באַס־ריטעם מיט פֿלייט און פֿידל — דערמאָנט אין אַ "ביטניק"־פּאָעטישער פֿאָרשטעלונג פֿון די 1950ער יאָרן; אַן אינטערעסאַנטער אויסטײַטש, און זיכער נישט וואָס מע וואָלט זיך געריכט פֿאַר דעם ליד. דאָס ייִדישע לשון פֿון די זינגער איז קלאָר און פֿאַרשטענדלעך, כאָטש נישט אַלע זינגער אין דער גרופּע זינגען גלײַך אַזוי גוט. די מוזיק צום ליד "נאָענט זענען מיר אַלע וווּנדער" פֿון דוד קעניגסבערג (1889—1942), אַ פֿײַנער פּאָעט באַוווּסט פֿאַר זײַנע סאָנעטן אויף ייִדיש, פֿאַרקירערוועט זיך שוין אין דער ריכטונג פֿון ראָק־און־ראָל. בער שנאַפּערס (1906—1939) ליד "הונגער", גייט שוין אין אַ דריטער ריכטונג, אין אַ טעאַטראַלן, ברעכטישן סטיל, כּמעט אַ רעציטאַטיוו, וואָס פּאַסט זיך פֿאַר שנאַפּערס מער סאָציאַל־באַוווּסטזיניקע ווערטער —

"און ווײַל מיר האָבן אַרײַנגעשריגן: ברויט!

האָט אונדז געחלומט זיך בײַנאַכט דער טויט.

און ווײַל מיר האָבן קיין מאָל נישט געזען די פֿרייד

און נישט איר איין־און־איינציק קינד — דאָס גליק:

איז אונדזער בליק געוועזן טריב און קיל

פֿאַר לויטער שטאַרבנדיקער בענקשאַפֿט אין דער שטיל"

וואָס שייך דער מוזיק שפּילט די גרופּע אין עטלעכע סטילן; פֿון אַ מאָל און פֿון הײַנט. אין מלך כמעלניצקיס (1895—1946) "די שטאָט", הייבט מען דראַמאַטיש אַרויס דעם מחברס כּמעט אַפּאָקאַליפּטישע וויזיע פֿון ווין; צוויי פֿרויען זינגען אין איינעם מיט אַ מינימאַלער אינסטרומענטאַלער באַגלייטונג.

"ווי ווײַט שׂרפֿות גליִען אָוונט־שײַנען
באַשטראַלן אַלץ מיט בלוטיק רויטע פֿאַרבן.
די זון פֿאַרגייט, די לעצטע שטראַלן שטאַרבן,
די שטאָט פֿאַרזינקט אין בלוילעכע טומאַנען.

דערשלאָגן, מיד, ווי אַ געיאָגטער שטיי איך,
וואָס שטייט פֿאַרשטומט פֿאַר שרעק און פֿאַר ירידה,
און קוק אויף דיר מיט אויגן קראַנקע מידע,
אָ שטאָט, אָ שטאָט, אָ בלוטיקער מזבח!"

מיט גרויס דרך־ארץ צו דער פּאָעזיע באַנעמט זיך די גרופּע "די גויים", און נישט וויכטיק אין וואָסער סטיל מע שפּילט, הערט מען די ווערטער. נישט אַלע לידער פֿונעם קאָמפּאַקטל זענען מרה־שחורהדיקע; מע שליסט די רעקאָרדירונג מיט בער האָראָוויצעס (1895—1942) "באַלאַדע 2", אַ שפּילעוודיק, פֿאָלקיש לידל, וואָס די גרופּע טײַטשט אויס מיט פֿיל־וואָקאַלישער האַרמאָניע.

לויט דעם וואָס מע לייענט אויף דער אינטערנעץ, איז די קאַפּעליע "די גויים" זיך שוין צעפֿאַלן ווי אַ גרופּע, אָבער מיר האָפֿן, אַז ווי יחידים, וועלן די מוזיקער פֿון דער קאַפּעליע ווײַטער אָנגיין מיט זייער אויספֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין אייראָפּע; זייערע שאַפֿערישע כּוחות האָבן עפּעס נײַעס אַרײַנגעבראַכט אין דער קלעזמער־וועלט.