ליטעראַטור

דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון נאָוועלן פֿונעם עסטרײַכישן שרײַבער ראָבערט מענאַסע טראָגט אַ טשיקאַווע אונטערקעפּל׃ "דערציילונגען פֿונעם סוף פֿון נאָכמלחמהדיקער אָרדענונג". מענאַסע האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן איראָנישן און צומאָל סאַרקאַסטישן ליטעראַרישן קול, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די עסטרײַכישע ליטעראַטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם פֿאַרן חורבן. זײַן נײַ בוך נעמט אַרײַן דרײַצן נאָוועלן, וועלכע באַרירן דעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ פֿון אַ יחיד, וואָס שטייט פּנים־אל־פּנים מיט היסטאָרישע געשעענישן.

די עסטרײַכישע געשיכטע נאָך דער מלחמה איז געגאַנגען שטיל און גלאַטיק. פֿאַר אַ סך מענטשן איז זייער לעבן געווען ענלעך צו אַ באַן, וואָס פֿאָרט לויט אַ פֿעסטגעשטעלטן צײַטפּלאַן פֿון איין סטאַנציע צו דער אַנדערער. דאָס מאַכט דעם קאָמישן אַספּעקט נאָך בולטער, ווי למשל אין דער געשיכטע פֿון אַ בכּבֿודיקן ווינער קאָלעקציאָנער, וועלכער יאָגט זיך נאָך דעם לעצטן באַנד פֿון דער אויסגאַבע פֿון די געזאַמלטע ווערק פֿון מאַרקס און ענגעלס אין אַ "געפֿערלעכן" מאָמענט, ווען די פּאָליציי יאָגט זיך נאָך ראַדיקאַלע לינקע טעראָריסטן, וועלכע האָבן געקידנעפּט אַ רײַכן פֿאַבריקאַנט. אַ סך מענטשן ווילן דווקא שטילערהייט פּטור ווערן פֿון אַזאַ מין ליטעראַטור, כּדי מען זאָל זיי ניט חושד זײַן אין אַ סימפּאַטיע צו קאָמוניזם. "דאָס טראַגישע פֿון יענער תּקופֿה איז געווען דאָס, וואָס זי איז אין דער זעלביקער צײַט געווען לעכערלעך", פֿאַרסך־הכּלט דער שרײַבער אין די 1970ער יאָרן.

להיפּוך צו עסטרײַך, האָבן די שכנישע מיטל־אייראָפּעיִשע לענדער דורכגעמאַכט דראַמאַטיש־היסטאָרישע טראַנספֿאָרמאַציעס׃ די פֿאַראייניקונג פֿון דײַטשלאַנד, דער צעפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער שליטה אין מיזרח־אייראָפּע, דער אויפֿקום פֿון אַ נײַער פּאָליטישער און עקאָנאָמישער אָרדענונג. דווקא דאָס מיינט מענאַסע, ווען ער רעדט וועגן דעם סוף פֿון דער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער אָרדענונג, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין דער וועלט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה". הײַנטיקס יאָר מערקט מען אָפּ דעם 20סטן יאָרטאָג פֿון די היסטאָרישע געשעענישן אין מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָבן געענדערט דעם גאַנג פֿון דער וועלט־געשיכטע.

אין יעדן לאַנד האָט דער איבערגאַנג פֿון קאָמוניזם צו דעמאָקראַטיע געהאַט אַן אייגנטימלעכן כאַראַקטער. אין פּוילן, למשל, האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג אַליין אָנגעהויבן דעם משׂא־ומתן־פּראָצעס, וואָס האָט געבראַכט די אַנטי־קאָמוניסטישע אָפּאָזיציע צו דער מאַכט. דער באַקאַנטער פּוילישער פּובליציסט, דער רעדאַקטאָר פֿונעם פּויליש־ייִדישן זשורנאַל "מדרש" קאָנסטאַנטי געבערט האָט זיך לעצטנס געטיילט מיט זײַנע זכרונות פֿון יענער צײַט אין אַן אינטערוויו פֿאַרן אינטערנאַציאָנאַלן זשורנאַל "אינדעקס אָן צענזור".

די דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמעס האָבן ליקווידירט די צענזור און געעפֿנט טירן ניט נאָר פֿאַר ליבעראַל־דעמאָקראַטישע, נאָר אויך פֿאַר קאָנסערוואַטיווע און נאַציאָנאַליסטישע כּוחות. אין דער לעצטער צײַט רעדט מען אַ סך וועגן דעם נײַעם אויפֿקום פֿון אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן, וואָס באַשטעטיקט דעם אַלט־באַקאַנטן סטערעאָטיפּ פֿון פּאָליאַקן ווי אַ נאַציע, וואָס איז בטבֿע אַנטיסעמיטיש.

געבערטס קוק פֿון אינעווייניק איז ווײַט ניט אַזוי פּעסימיסטיש׃ "אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן איז ניט קיין פֿאַרברעכן. דערפֿאַר דינט ער ווי אַ באַקוועמער מיטל פֿאַר אַרויסלאָזן כּל־מיני פֿרוסטרירונגען. ווען עמעצער זאָגט בפֿרהסיא, אַז ייִדן זײַנען שולדיק אין אַלע צרות, און אַז מען דאַרף זיי אַרויסוואַרפֿן פֿונעם לאַנד, מיינט דאָס ניט אומבאַדינגט, אַז דער דאָזיקער מענטש איז אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט. דאָס איז אַנדערש אין פֿראַנקרײַך, למשל, וווּ אַנטיסעמיטיזם איז קרימינאַליזירט. אין פּוילן קאָן דאָס פּשוט מיינען, אַז אַ מענטש האָט געהאַט אַ שלעכטן טאָג. נאַטירלעך, מיינט דאָס נישט, אַז מען קאָן דאָס מוחל זײַן פֿונעם מאָראַלישן שטאַנדפּונקט".

געבערט באַשרײַבט די געזעלשאַפֿט, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין פּוילן נאָך אין 1989 ווי אַן "עטנישע", אָבער ניט "ציווילע". פּוילן הײַנט איז אַן עטניש־האָמאָגען לאַנד, וווּ כּמעט אַלע האַלטן זיך פֿאַר פּאָליאַקן. אַ סך מענטשן קאָנען זיך פּשוט ניט אויסמאָלן, אַז אַ פּוילישער בירגער קאָן, למשל, זײַן אַ שוואַרצער אָדער אַ ציגײַנער. דאָס איז ניט גוט, אָבער ניט געפֿערלעך, האַלט געבערט. די לעצטע וואַלן האָבן דערוויזן, אַז די קאַטוילישע קירכע האָט ווײַט ניט אַזאַ שטאַרקע השפּעה אויף דער פּוילישער געזעלשאַפֿט, ווי מען פֿלעגט מיינען. "די פּוילישע געזעלשאַפֿט איז צבֿועקיש, און איך האַלט, אַז דאָס איז גוט", דערקלערט גערבערט. "אַ סך פּאָליאַקן האַלטן זיך פֿאַר פֿרומע קריסטן, אָבער ווען עס קומט, למשל, צו אַזעלכע זאַכן, ווי סעקס, זאָגן זיי 'לא’ צו אַלע פּרוּוון צו באַגרענעצן זייער פֿרײַהייט".

ניט געקוקט אויף דער נאַציאָנאַליסטישער און אַנטיסעמיטישער מליצה איז פּוילן שוין טיף אַרײַנגעגלידערט אין דעם גערעם פֿון דעמאָקראַטישע אייראָפּעיִשע אינסטיטוציעס. גאָר אַנדערש איז דער מצבֿ אין רוסלאַנד, וווּ די געזעלשאַפֿטלעכע שטימונג וויל ניט אָנערקענען, אַז די פּאָסט־מלחמהדיקע תּקופֿה איז שוין פֿאַרבײַ. דער אָנדענק פֿון דער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה" איז געוואָרן דער עיקרדיקער אידעאָלאָגישער און היסטאָרישער יסוד פֿון דער איצטיקער רוסישער מאַכט. די אָפֿיציעלע אידעאָלאָגיע האָט אַ סך אָנהענגער, וועלכע פּרווּוון צו באַפֿאַרבן דעם סאָוועטישן עבֿר אין פֿאַרשידענע פֿריילעכע קאָלירן. אַפֿילו די קריסטלעכע קירך באַטייליקט זיך אינעם דאָזיקן ריינוואַשונג־פּראָצעס, ניט געקוקט אויף די קאָמוניסטישע רדיפֿות קעגן רעליגיע.

דער לעצטער סקאַנדאַל אַרום דעם באַקאַנטן דיסידענט אַלכּסנדר פּאָדראַבינעק אַנטפּלעקט די מעכאַניק פֿון דער בהדריגהדיקער רעהאַביליטאַציע פֿונעם סאָוועטישן עבֿר. עס האָט זיך אָנגעהויבן, ווען די מאָסקווער שטאָט־מאַכט האָט פֿאַרווערט דאָס וואָרט "אַנטיסאָוועטיש" אויפֿן שילד פֿון אַ רעסטאָראַן מיט דער טענה, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט באַליידיקט די גאַנצע "סאָציאַלע גרופּע" פֿון סאָוועטישע וועטעראַנען. פּאָדראַבינעק האָט אָנגעשריבן אַ בייז אַרטיקל אין אַן אינטערנעץ־זשורנאַל קעגן דעם אויפֿלעבן די סאָוועטישע ווערטן. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ שטורעם פֿון פּראָטעסט־אַקציעס, וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿונעם קרעמל. מען האַלט פּיקעטן בײַ זײַן הויז, באַגיסט אים מיט בלאָטע אין "פּאַטריאָטישע" פּובליקאַציעס און מען פֿאָדערט אַפֿילו אים אַרויסצושיקן פֿון רוסלאַנד. דערבײַ שפּילט ניט זײַן ייִדישער אָפּשטאַם קיין קליינע ראָלע.

דער גאַנצער נוסח פֿון די עפֿנטלעכע דעבאַטן אין רוסלאַנד ווײַזט, אַז די געזעלשאַפֿט איז נאָך אַלץ ניט וויליק צו באַנעמען, אַז דער קאָמוניסטישער טרוים איז געווען ניט מער ווי אַ חלום. דאָס לשון, וואָס מען באַנוצט אין די דאָזיקע דעבאַטן, דערמאָנט די ערגסטע יאָרן פֿון סטאַלינס רעזשים. דער חילוק איז, אַז איצט באַנוצט מען דאָס פֿרײַוויליק, אָן צוואַנג.