ס'איז פּשוט זיך צו חידושן, ווי עס בײַט זיך גיך די אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק, נאָך די ווינטן, וואָס קומען אַרויס פֿון רוסלאַנד. די וואָך האָט הילאַרי קלינטאָן, די מלוכה־סעקרעטאַרין פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזוכט מאָסקווע. ווי עס איז דערוואַרט געווען, איז איר הויפּט־אויפֿגאַבע געווען צו איבערצײַגן די רוסלענדישע פֿירערשאַפֿט צו שטיצן דאָס אָננעמען נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן. וואָס זשע הערן מיר נאָך דער טרעפֿונג מיטן רוסישן אויסערן־מיניסטער סערגיי לאַווראָוו? אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ דעם 13טן אָקטאָבער האָט קלינטאָן געזאָגט, אַז אײַנצופֿירן האַרבע סאַנקציעס קעגן איראַן איז נאָך נישט געקומען די צײַט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז סערגיי לאַווראָוו איז געקומען צום האַרצן אַזאַ דערקלערונג פֿון זײַן וויזאַווי, ווײַל אין דער אמתן מיינט עס, אַז די רוסישע דיפּלאָמאַטיע האָט זיך דערשלאָגן אירס; אָדער ווי מע זאָגט אין רוסלאַנד: געצוווּנגען די איצטיקע אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע צו טאַנצן אונטער דער רוסישער דודקע.
אַזאַ "טאַנצן" איז נישט קיין גוטער סימן פֿאַר דער גאַנצער אויסערלעכער פּאָליטיק פֿון דער איצטיקער רעגירונג אין "ווײַסן הויז". עס גייט דאָ נישט אין אַרויסווײַזן שוואַכקייט לגבי רוסלאַנד; די פּראָבלעם איז, אַז די מערבֿדיקע לענדער זעען נישט קיין ממשותדיקע לייזונג פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער טעמע. דאָס מיינט, אַז מ'איז שוין בײַ זיך כּמעט מסכּים, אַז טעהעראַן זאָל שאַפֿן איר אייגענע אַטאָם־באָמבע.
צי לוינט עס ישׂראל, אַזאַ דריי אינעם צוגאַנג פֿון אַמעריקע צו דער איראַנישער נוקלעאַרער טעמע? דערווײַל האָט ירושלים גאָרנישט געענטפֿערט; צי איבערראַשט געוואָרן פֿון דער נײַעס, צי געוווּסט שוין וועגן דעם פֿון פֿריִער און מאַכט דערווײַל אַ שווײַג.
טערקײַ און ישׂראל: אויס גוטע פֿרײַנד?
טערקײַ האָט אויסגעשטרעקט איר האַנט צו אַרמעניע, און אַרמעניע צו טערקײַ, וואָס האָט נאָך נעכטן אויסגעזען אומרעאַל, צוליב די בלוטיקע געשעענישן, אַרײַן אין דער געשיכטע ווי די גרויסע שחיטה פֿונעם אַרמענישן פֿאָלק צווישן 1914 און 1918. די אַרמענער אַליין דעפֿינירן עס ווי גענאָציד. אין דער זעלבער צײַט ווערן אַלץ מער אָפּגעקילט און צו מאָל פֿאַרשאַרפֿט די צווישן־באַציִונגען פֿון טערקײַ און ישׂראל. ביז לעצטנס האָט מען אין ירושלים געהאַלטן טערקײַ פֿאַרן ערשטן פֿרײַנד אין דער מוסולמענישער וועלט.
וואָס זשע איז געשען? זעט אויס, אַז די נײַע איסלאַמישע פֿירערשאַפֿט אין טערקײַ האָט זיך אַ קער געטאָן אין דער זײַט פֿון זייערע מוסולמענישע ברידער; און באַמיט זיך אַלץ מער צו שפּילן אַ פֿירנדיקע ראָלע, דערווײַל ווי אַ פֿאַרמיטלער, אין מיטעלן מיזרח. אַזוי האָט זי זיך אונטערגענומען צו פֿאַרמיטלען אין די אומדירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און סיריע. די טערקישע רעגירונג, שטיצט איראַן און האָט אַפֿילו גאָר נישט לאַנג צוריק אָפֿן געמאָלדן, אַז נישט איראַן, נאָר ישׂראל שטעלט מיט איר נוקלעאַר געווער פֿאָר אַ סכּנה פֿאַרן מיטעלן מיזרח.
די דרייסטקייט (אָדער חוצפּה) פֿון טערקײַ איז אַוועק אַזוי ווײַט, אַז זי, זײַענדיק אַ מיטגליד פֿון "נאַטאָ", האָט זיך נישט אָפּגעזאָגט דורכצופֿירן בשותּפֿות מיט סיריע מיליטערישע געניטונגען אין אַפּריל און איצט ווערן געפּלאַנעוועט נײַע בשותּפֿותדיקע געניטונגען. נאָך נישט לאַנג צוריק, וואָלט אַזאַ שותּפֿות מיט סיריע, אַ פּאָטענציעלן פֿײַנט פֿון "נאַטאָ", פֿאַרטײַטשט געוואָרן גאָר אַנדערש. ווי עס דערקלערן די עקספּערטן, איז עס הײַנט דערמעגלעכט געוואָרן צוליב דער אַזוי גערופֿענער "נײַער וועלט־פּאָליטיק" פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ.
צי האָט, פֿונדעסטוועגן אַ שײַכות דאָס איצטיקע שלום מאַכן מיט אַרמעניע, פֿון איין זײַט, און די דערווײַטערונג פֿון ישׂראל, פֿון דער אַנדערער זײַט? און ווידער דערקלערן די עקספּערטן דעם טערקיש־אַרמענישן אָפּמאַך, ווי אַ מין זשעסט לטובֿת דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אין וועלכן טערקײַ וויל זייער ווערן אַ מיטגליד; מיטן דערווײַטערן זיך פֿון ישׂראל ווידער, וואַקסט דער אויטאָריטעט פֿון טערקײַ צווישן די מוסולמענישע לענדער.
די רעגירונג אין ישׂראל, וועדליק איר רעאַקציע, באַציט זיך רויִק צו די ענדערונגען מצד טערקײַ. דערווײַל בלײַבט טערקײַ דער הויפּט־שותּף פֿון ישׂראל סײַ אויפֿן עקאָנאָמישן פֿעלד און סײַ אויפֿן סטראַטעגישן. ווי לאַנג עס וועט אַזוי אָנגיין, איז טאַקע זייער אַ וויכטיקע פֿראַגע.