בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד —"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ". די תּורה הייבט זיך אָן מיט אַן אומגעוויינטלעך וואָרט, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים.
דער מדרש דערקלערט די פֿראַזע "בראשית ברא אלקים" אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן. די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב אַ געוויסן "ראשית" — די וויכטיקסטע ענינים, וועלכע שטעקן אינעם סאַמע יסוד פֿון בריאת־העולם. די דאָזיקע "סאַמע יסודותדיקע זאַכן" זענען די תּורה און דער עם־ישׂראל.
אויב די ייִדן וואָלטן נישט באַקומען די תּורה, וואָלט דער גאַנצער אוניווערס צעשטערט געוואָרן. דאָס זענען די ערשטע זאַכן, פֿון וועלכע עס הייבט זיך אָן דאָס גאַנצע וועזן. אַן אַנדער מדרש זאָגט, אַז דער באַשעפֿער האָט געקוקט אין דער תּורה און זיך געעצהט מיט די נשמות פֿון צדיקים, ווען ער האָט געשאַפֿן די וועלט. דאָס הייסט, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער תּורה און די ייִדישע נשמות.
די חסידישע מפֿרשים פֿאַרבינדן ביידע מדרשים, און גייען נאָך ווײַטער. דער אויסדרוק "בשבֿיל התּורה ובשבֿיל ישׂראל" קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן, בוכשטעבלעך, ווי "דורך דער תּורה און דורך עם־ישׂראל". די תּורה און די ייִדישע נשמות האָבן זיך נישט בלויז באַטייליקט אין מעשׂה־בראשית, נאָר זענען דער גײַסטיקער יסוד, פֿון וועלכן ס׳איז אַנטשטאַנען דער גאַנצער אוניווערס.
דאָס הייסט, אַז די תּורה און די ייִדן זענען די סיבה, דער צוועק און די קולמינאַציע פֿונעם וועלט־באַשאַף, ווי אויך די מיטלען, דורך וועלכע קדוש־ברוך־הוא האָט באַשאַפֿן די וועלט. ווי אַ גײַסטיקער פּאָטענציאַל, זענען זיי די אמתע סובסטאַנץ פֿונעם גאַנצן בריאת־העולם, הגם דער דאָזיקער פּאָטענציאַל האָט זיך ערשט אַנטפּלעקט שפּעטער, ווען די ייִדן, ווי אַ רעאַל פֿאָלק, האָבן מקבל געווען דעם רעאַלן טעקסט פֿון דער תּורה בײַם באַרג סיני.
הגם רש״י דערמאָנט אַזאַ אינטערפּרעטאַציע פֿונעם מדרש, באַמערקט ער, אַז דער פּשוטער פּשט פֿון "בראשית ברא אלקים" איז אַנדערש. דאָס וואָרט "ראשית" טרעפֿט זיך אינעם תּנ״ך תּמיד אין באַהעפֿטונג מיט אַנדערע ווערטער. דער ערשטער פּסוק אין דער תּורה דערציילט וועגן דעם פּראָצעס, און נישט וועגן דעם ענדלעכן צוועק אָדער די סיבות פֿונעם וועלט־באַשאַף: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער..."; לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק גיכער וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש.
די אותיות פֿונעם וואָרט "בראשית" זענען אויך מרמז אויף די זעקס טעג פֿון וועלט־באַשאַף און די ריכטונגען פֿונעם רוים: אַרויף און אַראָפּ, לינקס און רעכנט, פֿאָרויס און צוריק. איידער דער הימל און די ערד זענען באַשאַפֿן געוואָרן, האָט דער אייבערשטער צוגעגרייט פֿאַר זיי די נייטיקע סבֿיבֿה — די צײַט און דעם רוים גופֿא.
אין פֿאַרשיידענע ספֿרים זענען פֿאַראַן אַ סך פּירושים, וואָס דערקלערן דאָס וואָרט "בראשית" אויף כּלערליי אופֿנים. דער גאַנצער קבלה־ספֿר "תּיקוני זוהר" איז באַגרינדעט אויף זיבעציק פֿאַרשיידענע רמזים, וואָס ווערן אַנטפּלעקט, ווען מע בײַט דעם סדר פֿון די אותיות אינעם דאָזיקן וואָרט. הגם אַלע פּסוקים אין דער תּורה דערלאָזן אומצאָליקע אינטעפּרעטאַציעס, האָבן אַ צאָל מפֿרשים זיך פֿאָקוסירט באַזונדערס שטאַרק דווקא אויף די ערשטע פּסוקים אינעם חומש, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם אַלגעמיינעם סדר פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג.
דאָס וואָרט "בראשית" באַצייכנט אַזעלכע אוניווערסאַלע און גלאָבאַלע ענינים, ווי דער אָנהייב פֿון דער צײַט און רוים. אין דער זעלבער צײַט, ווי עס באַטאָנט דער מדרש, איז עס אויך מרמז אויף דער תּורה און עם־ישׂראל. ווי אַזוי קאָן מען פֿאַרגלײַכן אַזעלכע ספּעציפֿישע קולטור־פֿענאָמענען צו די סאַמע יסודות פֿון בריאת־העולם? הגם די ייִדן און אונדזער רעליגיעזע טראַדיציע פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער מענטשלעכער געשיכטע, קלינגט עס ווי אַ שטאַרקע גוזמא צו זאָגן, אַז די תּורה און דאָס ייִדישע פֿאָלק זענען די סיבה און דער תּכלית פֿון דער גאַנצער וועלט־באַשאַפֿונג.
די קבלה־ספֿרים דערקלערן, אַז פֿאַר אונדזער אוניווערס האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן אַנדערע וועלטן, וווּ די תּורה איז אַנטפּלעקט געוואָרן אין אַ אַנדער פֿאָרעם, און וועט זיך אַנטפּלעקן אויף נײַע אופֿנים אין די קומענדיקע תּקופֿות. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס זענען אין די פֿריִערדיקע אוניווערסן נישט געווען קיין ייִדן — לכל־הפּחות, אינעם בוכשטעבלעכן זין. אונדזער הײַנטיקע ציוויליזאַציע איז בלויז אַ קליינער טייל אין דער אומענדלעכער קייט פֿון צײַטן און וועלטן. אויב אַזוי, זאָל מען טאַקע אָננעמען די דערמאָנטע מדרשים אין אַ בוכשטעבלעכן זין, אָדער בלויז ווי אַן אַלעגאָריע?
אין דער אמתן, איז דער דאָזיקער מדרש טאַקע ריכטיק — אָבער נישט אין אַזאַ "שטאָלצן נאַציאָנאַליסטישן" זין, ווי עס פֿאַרשטייען אים אַ טייל מענטשן.
ווי ס׳איז באַקאַנט, איז די תּורה געגעבן געוואָרן די ייִדן, און רעדט פֿון אַ באַזונדערער ייִדישער פּערספּעקטיוו — און פֿאָרט, טראָגט זי אַן אוניווערסאַלן באַדײַט. די גמרא הייסט, אַז יעדער מענטש מוז זאָגן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בלויז צוליב אים. פֿונעם אינדיווידועלן שטאַנדפּונקט פֿון אַ באַזונדערן פּאַרשוין, הייבט זיך די גאַנצע וועלט אָן פֿון אים, און ענדיקט זיך מיט אים. ווען ער איז דאָ — איז אַלץ דאָ, און אויב ער איז נישטאָ — גאָרנישט איז נישטאָ. די גאַנצע וועלט איז נישט בלויז באַשאַפֿן געוואָרן פֿאַר יעדן מענטש, נאָר יעדער מענטש איז די גאַנצע וועלט — פֿון זײַן סוביעקטיווער פּערספּעקטיוו.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, הייבט זיך אָן די ייִדישע צײַטרעכענונג פֿון אָדם־הראשון. נישט פֿון די שטערן, דינאָזאַווערס און פֿריִערדיקע קאָסמישע עפּאָכעס, נאָר דווקא פֿונעם מענטש. די וועלט איז, קודם־כּל, אַ מענטשלעכע וועלט, און די תּורה איז, קודם־כּל, די מענטשלעכע תּורה. הגם אין דער תּורה שטעקן די געהיימע סודות פֿון מעשׂה־בראשית, וועלכע זענען אָן אַ שיעור העכער, ווי די געוויינטלעכע כּללים און באַגריפֿן, איז זי געגעבן געוואָרן "בלשון בני־אָדם", אין דער מענטשלעכער שפּראַך.
די סיבה און דער צוועק פֿונעם גאַנצן וועלט־באַשאַף שטעקט דווקא אינעם מענטש. די ג־טלעכע חכמה אַליין, דורך וועלכער עס זענען באַשאַפֿן געוואָרן הימל און ערד, איז אַראָפּגעגאַנגען אין עולם־הזה, באַקליידט אין די די מענטשלעכע ווערטער.
אַזאַ צוגאַנג קאָן אָבער ברענגען צו עגאָיִזם און גאווה. כּדי מע זאָל נישט ווערן אַזאַ בעל־גאווה, ווי פּרעה, וועלכער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַן אָפּגאָט, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז נישט געקוקט אויף אַלע עצמדיקע מעלות, מוז דער מענטש שטרעבן צו צעברעכן דאָס עגאָיִסטישע "שאָלעכץ", כּדי בטל צו ווערן אינעם ג־טלעכן ליכט.
דער מענטש איז טאַקע די סיבה און דער תּכלית פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית; נישט אַ גראָבער עגאָיִסט, נאָר אַ גײַסטיק־דערהויבענער מענטש, וואָס פֿאַרלאָזט די גרענעצן פֿון זײַן עגאָ, און ווערט פֿאַראייניקט מיטן ג־טלעכן ליכט און חכמה.
הרבֿ מנחם מאירי, דער חסידישער רבי נחמן בראַצלעווער, און אַנדערע דענקער און מקובלים דערקלערן, אַז יעדער עכט־עטישער און גײַסטיקער מענטש ווערט באַטראַכט ווי אַ ייִד, אין אַ גײַסטיקן זין, און קאָן משׂיג זײַן די ג־טלעכע אייניקייט און חכמה אויף זײַן אופֿן. די דאָזיקע השׂגה האָט זיך אַנטפּלעקט בײַ מתּן־תּורה, דערפֿאַר רעדט דער מדרש דווקא וועגן ייִדן — און פֿאָרט, האָט זי, אין דער אמתן, אַן אוניווערסאַלן באַדײַט.