|
אַ פּאַרקיר־פֿעלד אין קאָפּענהאַגען, וווּ מענטשן לאָזן איבער זייערע וועלאָסיפּעדן בעת זיי גייען צו דער אַרבעט אָדער פֿאַרווײַלן זיך |
|
בעת מײַן וויזיט אין בעלגיע, דענמאַרק און שוועדן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק וויפֿל מענטשן פֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן אַנשטאָט מיט אַן אויטאָ. אַפֿילו די חסידים אין אַנטווערפּן פֿאָרן כּסדר אין קראָם, צו דער אַרבעט אָדער אַנדערש־וווּ אויף אַ וועלאָסיפּעד — אָפֿט מאָל מיט אַ קינד אויפֿן הינטערשטן בענקל אָדער מיט אײַנגעקויפֿטער שפּײַז אינעם קויש פֿון פֿאָרנט. בפֿרט ערבֿ־שבת זענען די וועלאָסיפּעדען מיר פֿאַרבײַגעפֿאָרן פֿון אַלע ריכטונגען, יאָגנדיק אַהיים, צו דערליידיקן אַלץ פֿאַר שקיעה.
אין די דרײַ שטעט — מאַלמע, קאָפּענהאַגען און אַנטווערפּן, האָט די מוניציפּאַליטעט געשאַפֿן באַזונדערע סטעזשקעס פֿאַר די וועלאָסיפּעדן פּאַזע אַלע גאַסן און שאָסייען פֿון דער שטאָט. אין צענטער שטייען גרויסע פּאַרקיר־פּלעצער, וווּ מענטשן לאָזן איבער זייערע וועלאָסיפּעדן בעת זיי אַרבעטן אָדער פֿאַרווײַלן זיך. מע קען אויך דינגען אַ וועלאָסיפּעד אין איין אָרט פֿון דער שטאָט, און אים אומקערן אין אַ צווייט אָרט, אַזוי ווי מע טוט מיט אַ געדונגענעם אויטאָ. אין קאָפּענהאַגען, למשל, געפֿינען זיך 110 אַזוינע "סטאַנציעס".
ישׂראל רוקט זיך שוין אויך אין יענער ריכטונג. פֿאַראַיאָרן האָט די תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט אויפֿגעשטעלט אַ דינג־סיסטעם פֿאַר וועלאָסיפּעדן, און באַשטימט 100 פּאַרקיר־סטאַנציעס איבער דער שטאָט. דערווײַל קענען אָבער בלויז די ישׂראלדיקע בירגער, נישט קיין טוריסטן, דינגען די וועלאָסיפּעדן — מסתּמא צוליב זיכערהייט־סיבות.
אין אַמעריקע קען איך זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן, אַז אַזוי פֿיל מענטשן זאָלן פֿאַרבײַטן זייער אויטאָ אויף וועלאָסיפּעדן, און ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל דאָס פֿאָרן אומעטום אויף אַ וועלאָסיפּעד איז אַ ריזיקע מעלה סײַ פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, סײַ פֿאַרן וועלאָסיפּעדיסט אַליין.
ווען מער מענטשן וואָלטן באַניצט דעם וועלאָסיפּעד ווי אַ שטענדיקן טראַנספּאָרט־מיטל, וואָלטן ווייניקער אויטאָס געפֿאָרן אין די גאַסן; במילא וואָלט זיך געשאַפֿן אַ קלענערער פֿאַרקער, און ס׳וואָלט גרינגער געווען צו געפֿינען אַ פּאַרקיר־אָרט פֿאַר אַן אויטאָ (אַ גרויסע מעלה, ספּעציעל בײַ די ניו־יאָרקער, וועלכע מוזן תּמיד קאָנקורירן מיט די אַנדערע שאָפֿערן אויסצוכאַפּן אַ פּאַרקיר־אָרט; אַ קאָנקורענץ, וואָס רופֿט אָפֿט מאָל אַרויס זידלונגען און אין עקסטרעמע פֿאַלן — אַ געשלעג).
ווען די וועלאָסיפּעדן וואָלטן פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון די אויטאָס, וואָלט די לופֿט געהאַט ווייניקער קוילן־זײַערס, און דערבײַ געווען ריינער און געזינטער. דאָס פֿאָרן אויף אַ וועלאָסיפּעד איז אויך אַ פּרעכטיקער מיטל צו מאַכן ריטמישע גימנאַסטיק און פֿאַרלירן וואָג. דערצו ניצט ער נישט קיין בענזין און ס׳איז אים, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך ביליקער און גרינגער אויפֿצוהאַלטן, איידער אַן אויטאָ.
עס זענען דאָ אָרגאַניזאַציעס דאָ אין אַמעריקע, וואָס מוטיקן מענטשן צו פֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן, אָבער זיי אַליין קענען נישט איבערמאַכן אַ געזעלשאַפֿט פֿון אויטאָ־שאָפֿערן אויף וועלאָסיפּעד־פֿירער. דער עפֿעקטיווסטער אופֿן עס צו טאָן איז צו בויען ספּעציעלע וועלאָסיפּעד־סטעזשקעס איבער דער גאַנצער שטאָט. אין אַנטווערפּן ווייסן די פֿוסגייער, למשל, אַז זיי טאָרן נישט גיין אויף די רויטע ברוקירטע סטעזשקעס, ווײַל דאָרטן פֿאָרן בלויז די וועלאָסיפּעדיסטן.
|
אַ חסיד אין אַנטווערפּן גייט אײַנקויפֿן מיט זײַן קינד |
|
כ׳קען שוין הערן די טענות: "וווּ אין די ניו־יאָרקער גאַסן קען מען אַרײַנקוועטשן אַזאַ מין סטעזשקע, ווען מע דאַרף די גאַסן פֿאַר די אויטאָס, אויטאָבוסן און משׂא־אויטאָס?" וואָלט איך זיי געענטפֿערט: גיט אַ קוק וואָס די שטאָט האָט הײַיאָר געטאָן אין "טײַמס סקווער" צווישן 42סטער און 47סטער גאַס: דאָרט וווּ פֿריִער האָט גערעשט מיט געפֿאָר, געפֿינט מען איצט אַן אָאַזיס פֿון בענקלעך, וווּ טוריסטן קענען אַוועקלייגן זייערע פּעק, אָפּכאַפּן דעם אָטעם און פֿאַרפֿירן אַן אויסגעשפּאַנטן שמועס אויף דער מאָבילקע. מע האָט אויך געשאַפֿן דרײַ אַנדערע אַזוי־גערופֿענע "פֿוסגייער־סקווערן", צווישן זיי — אויף בראָדוויי צווישן 33סטער און 35סטער גאַס (לעבן "מייסיס"), וווּ אַ ריי ביימעלעך שאַפֿן אַ גרינע מחיצה פֿונעם רעשיקן אַרום.
ווען דער בירגערמײַסטער, מײַקל בלומבערג האָט לכתּחילה פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרווערן אויטאָס צו פֿאָרן אין געוויסע טיילן פֿון צענטער שטאָט, כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס געפֿאָר, האָט מען רעאַגירט מיט סקעפּטיציזם. דער פּראָיעקט, וואָס ער האָט גערופֿן "בראָדוויי בולוואַר", איז אָבער גיך געוואָרן אַ פּאָפּולער מיטאָג־אָרט פֿאַר ביוראָ־אַרבעטער און טוריסטן. דער פּלאַן איז בלומבערגס נײַסטער עקספּערימענט צו ענדערן ווי אַזוי ניו־יאָרק באַטראַכט אירע גאַסן; צו מאַכן זיי מער צוטריטלעך פֿאַר פֿוסגייער און וועלאָסיפּעדיסטן, און אין איין וועגס אָפּגעוויינען דעם עולם פֿונעם אויטאָ.
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט נישט איין מאָל דערקלערט, אַז אַ גרויסער טייל פֿונעם 787 ביליאָן־דאָלאַרדיקן סטימול־פּלאַן, וואָס דער קאָנגרעס האָט אָנגענומען, כּדי צו ראַטעווען די עקאָנאָמיע, דאַרף גיין צו פֿאַרבעסערן די אַמעריקאַנער אינפֿראַסטרוקטור, וואָס נעמט אַרײַן אַ מאָדערניזירונג פֿון די טראַנספּאָרטאַציע־מיטלען. ער האָט אויך קלאָר געמאַכט, אַז דאָס שאַפֿן אַ מער "גרינעם" סבֿיבֿה־מצבֿ, און אָפּשוואַכן דעם פּראָצענט קוילן־זײַערס אין דער לופֿט, איז אַ וויכטיקע פּריאָריטעט.
טאַקע דערפֿאַר וואָס אָבאַמאַ שטיצט ביידע צוועקן האָבן צוויי אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס, "ליגע פֿון אַמעריקאַנער וועלאָסיפּעדיסטן" און America Bikes, דערפֿילט, אַז איצט איז די בעסטע געלעגנהייט איבערצוצײַגן דעם קאָנגרעס אָנצונעמען אַ געזעץ־פּראָיעקט פֿאַר טראַנספּאָרט, וואָס מוטיקט מענטשן צו פֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדען און שפּאַצירן, דורך בויען באַזונדערע סטעזשקעס פֿאַר זיי; שאַפֿן וועלאָסיפּעד־ און שפּאַציר־נעצן; פֿאַרריכטן געפֿערלעכע גאַסן און שנײַדפּונקטן, און פֿאַרשפּרייטן די מעלות פֿון פֿאָרן אויפֿן וועלאָסיפּעד און גיין צו פֿוס.
דער טראַנספּאָרט־פּראָיעקט איז דערווײַל אָבער געבליבן שטעקן. דער טערמין פֿונעם 30סטן סעפּטעמבער איז שוין פֿאַרבײַ, און ווי אַ רעזולטאַט, האָט דער פּראָיעקט פֿאַרלוירן 8.7 ביליאָן דאָלאַר, וואָס מע האָט געהאַט פֿאַר אים באַשטימט. פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט פֿאַרלענגערט דעם טערמין ביזן 31סטן אָקטאָבער, אָבער די צוקונפֿט פֿונעם געזעץ־פּראָיעקט איז ווײַט נישט קלאָר.
בלויז אין די מער פּראָגרעסיווע שטעט ווי סאַן־פֿראַנציסקאָ זעט מען שוין די אַנטוויקלונג פֿון אַ ממשותדיקער וועלאָסיפּעד־קולטור. אַ דאַנק דער שטיצע פֿון דער "וועלאָסיפּעד־קאָאַליציע פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ", געפֿינען זיך הײַנט 20 מײַל פֿון וועלאָסיפּעד־סטעזשקעס; עטלעכע פּאַרקיר־סטאַנציעס; ספּעציעלע קלאַסן, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, וואָס לערנען מענטשן ווי צו פֿאָרן אויף אַ וועלאָסיפּעד; אויטאָ־פֿרײַע זונטיקן אין געוויסע געגנטן פֿון דער שטאָט, און טרעניר־ווידעאָס פֿאַר פּאָליציאַנטן וועגן די רעכט און אַחריותן פֿון וועלאָסיפּעדיסטן אויף די וועגן.
די באַמיִונגען פֿון דער אָרגאַניזאַציע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ האָבן, אַ פּנים, מצליח געווען. לויט אַן אַנקעטע פֿונעם יאָר 2006, ניצן הײַנט 30,000 אײַנוווינער זייער וועלאָסיפּעד ווי אַ טראַנספּאָרט־מיטל — צוויי מאָל אַזוי פֿיל מענטשן ווי מיט 10 יאָר צוריק.