פּאָליטיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַרום הונדערט פּאָליציאַנטן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין די צונויפֿשטויסן
אַרום הונדערט פּאָליציאַנטן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין די צונויפֿשטויסן

מאָלדאָווע, צוליב אירע אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָליטיקער, איז ווידער אַרויף אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער וועלט־פּרעסע. ווי כ‘האָב לעצטנס געשריבן אין "פֿאָרווערטס", זײַנען צו די פּאַרלאַמענט־וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען דעם 5טן אַפּריל, צוגעלאָזט געוואָרן פֿיר פּאַרטייען: צוויי ליבעראַלע, די אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע" און די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. ווי עס האָבן געוויזן די וואַלן, האָט די ליבעראַל־דעמאָקראַטישע און ליבעראַלע פּאַרטייען באַקומען צו 12% שטימען, דער אַליאַנץ — 9%, און די קאָמוניסטן — 50% (די איבעריקע שטימען האָבן צעטיילט די קלענערע פּאַרטייען, וואָס זײַנען נישט אַרײַן אינעם פּאַרלאַמענט).

אַזוי האָט דאָס פֿאָלק געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז עס שטימט פֿאַר אַ סטאַביל לעבן און אַנטוויקלונג פֿונעם לאַנד און אומאָפּהענגיקער מאָלדאָווע; אַז די פּראָגראַם פֿון דער ביז־איצטיקער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט איז דעם רובֿ צום האַרצן, ווי די פּראָגראַמען פֿון די עקסטרעמיסטן און אוניאָניסטן, וועלכע שטרעבן זיך צו פֿאַראייניקן מיט רומעניע.

ווי אַזוי זשע האָבן געענטפֿערט די דורכגעפֿאַלענע פּאַרטייען אויף דעם זיג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי? זיי האָבן אַרויסגעפֿירט אויף די גאַסן די סטודענטן און שול־שילער פֿון 12 יאָר און עלטער (פּונקט אַזוי האָבן זיי געטאָן מיט 4 יאָר צוריק, נאָך די פֿאָריקע וואַלן). אָנגעהויבן מיט היסטערישע מיטינגען אויף דעם הויפּט־פּלאַץ אין קעשענעוו, מיט אַנטי־קאָמוניסטישע לאָזונגען "אַראָפּנידערן די דיקטאַטור" — האָבן זיי זיך געלאָזט צו גראָמירן און ברעכן די בנינים, בתוכם די פּרעזידענט־רעזידענץ.

די פֿירער פֿון די אָפּאָזיציאָנעלע פּאַרטייען האָבן נאָך פֿון פֿריִער געוווּסט, אַז זייערע שאַנסן צו געווינען זײַנען גאָר קנאַפּע, האָבן זיי געסטראַשעט מיט בויקאָטירן די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן. זיי האָבן אַפֿילו נישט געוואָלט נעמען אין אַכט די מיינונגען פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרשטייער בײַ די וואַלן, געקומען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אייראָפּעיִשן ראַט, די לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — בסך־הכּל 600 מענטשן, וואָס האָבן אַלע געטענהט, אַז די וואַלן זײַנען געווען פֿרײַע און אָפֿענע. די אָפּאָזיציע האָט אָבער מיט אירע וואַנדאַליסטישע מעשׂים קלאָר געוויזן, וועגן וועלכע פּרינציפּן זיי האַנדלען און וואָס איז זיי מער צום האַרצן. ווי נאָר עס האָט זיך פֿאַרגאָסן בלוט (די צעיושעוועטע יוגנט האָט אָנגעהויבן וואַרפֿן שטיינער אין די פּאָליציאַנטן, וועלכע האָבן באַוואַכט די רעגירונגס־אָביעקטן, אָבער זיך שטרענג געהאַלטן בײַם באַפֿעל נישט צו לאָזן אין גאַנג כּוח), האָבן זיי אונטערגעצונדן און צעראַבעוועט די רעגירונג־ביוראָען. פֿאַרשטייט זיך, אַז די "ליבעראַלע פֿירער", אַזעלכע ווי גימנו (ליבעראַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי), פֿילאַט (ליבעראַלע פּאַרטיי), אורעקיאַנו (די אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע") האָבן באַלד דערקלערט, אַז זיי נעמען אַראָפּ פֿון זיך אַלע אַחריות פֿאַר דעם פּאָגראָם; נאָך מער, זיי האָבן אין דעם באַשולדיקט די קאָמוניסטן, וואָס "האָבן אַליין פּראָוואָצירט די אומאָרדענונגען".

אייניקע פּאָליטיקער טענהן, אַז דאָס איז געווען נישט סתּם אַ כוליגאַנישע אַקציע, אין וועלכער עס האָבן זיך אויך באַטייליקט שיכּורים, נאַרקאָמאַנען און קרימינעלע עלעמענטן; אין דער בלוטיקער חתונה איז דאָ אַן עלעמענט, וואָס גיט דער מאַכט דעם תּירוץ צו פֿאַרטײַטשן די געשעענישן ווי אַ פּרוּוו דורכצופֿירן אַ מלוכישע איבערקערעניש, און לאָזן מאָלדאָווע אָן איר אומאָפּהענגיקייט. פֿאַרוואָס האַלט מען אַזוי? ווײַל נאָכן אַרײַנרײַסן זיך אין פּאַרלאַמענט און אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ, האָט דער צעהיצטער המון צעשטערט די מלוכישע סימבאָלן — דעם הערב, אַראָפּגעריסן די פֿאָן און פֿאַרביטן זי אויף דער רומענישער; אויפֿגעהאָנגען די מאַפּע פֿון גרויס־רומעניע, וווּ מאָלדאָווע איז אין איר אײַנגעשלאָסן ווי אַ פּראָווינץ. דער מאָלדאַווישער פּרעזידענט וואָראָנין האָט געמאָלדן, אַז אין די אַקציעס פֿילט זיך די האַנט פֿון דער רומענישער געהיים־דינסט. דער רומענישער אַמבאַסאַדאָר אין מאָלדאָווע, טעאָדאָרעסקו, איז שוין אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿונעם לאַנד, ווי אַ "פּערסאָנאַ נאָן־גראַטאַ"; עס זײַנען אַרעסטירט געוואָרן בירגער פֿון רומעניע, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די פּאָגראָמען (בכלל האָט די פּאָליציי פֿאַרהאַלטן 200 מענטשן). מאָלדאָווע האָט איצט אײַנגעפֿירט דעם וויזע־קאָנטראָל פֿאַר די רומענישע בירגער, וואָס ווילן באַזוכן מאָלדאָווע.

די אײַנוווינער פֿון קעשענעוו קאָנען נישט דערקלערן, הלמאַי האָט די רעגירונג, וויסנדיק פֿון פֿריִער, אַז עס ווערן דערוואַרט אומאָרדענונגען, גאָרנישט ניט געטאָן. מעגלעך, אַז מ'האָט געמיינט, אַז די אָפּאָזיציע, נאָך זייער פּראָטעסט־מיטינג, וועט אַרויסלאָזן די פּאַרע און מיט דעם זיך באַגרענעצן. אויסגעלאָזט האָט זיך אָבער דער פּראָטעסט אין אַ געשלעג.

דער היזק פֿון די פּאָגראָמען ווערט איצט אָפּגעשאַצט אין 40 מיליאָן דאָלאַר. ס'רובֿ פֿון די געלטער, וואָס וועלן מוזן אויסגעגעבן ווערן צו פֿאַרריכטן די בנינים, וועט מען אָפּרעכענען פֿונעם בודזשעט בײַ די בילדונג־אינסטיטוציעס, וואָס האָבן דערלאָזט, אַז זייערע סטודענטן זאָלן זיך באַטייליקן אין די אומאָרדענונגען.

צוריק גערעדט, קאָן מען אויך פֿאַרשטיין די בירגער פֿון לאַנד, וואָס זײַנען געשטימט נאַציאָנאַליסטיש און אַנטי־קאָמוניסטיש; ווי עס פֿירט זיך אָבער אין יעדער דעמאָקראַטישער מלוכה, דאַרף די אומצופֿרידנקייט מיט דער מאַכט אויסגעדריקט ווערן אויף אַ ציוויליזירטן אופֿן. צוליב זייער נאַציאָנאַליסטישער קורצזיכטיקייט, האָבן די דאָזיקע פּאָליטישע כּוחות נישט גענומען אין אַכט, אַז אין לאַנד וווינען אַרום 40 פּראָצענט בירגער פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. אין זייערע פּראָגראַמען האָבן די "ליבעראַלע און דעמאָקראַטישע פּאַטריאָטן" אין גאַנצן נישט אײַנגעשלאָסן די אינטערעסן פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. די קאָמוניסטישע פּאָליטיקער, פֿאַרקערט, פֿאַרשטעלנדיק זיך מיט די לאָזונגען פֿון אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער, האָבן געווינען די סימפּאַטיעס אויך בײַ דער נישט־מאָלדאַווישער באַפֿעלקערונג.

אויף זײַן באַגעגעניש מיט די צוויי טויזנט וויילער, פֿאָרשטייער פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם "נאַציאָנאַלן פּאַלאַץ", האָט דער פּרעזידענט וואָראָנין באַטאָנט, אַז ער איז בכלל קעגן דעם טערמין "נאַציאָנאַלע מינאָריטעט", ווײַל אַלע פֿעלקער אין מאָלדאָווע שטעלן צוזאַמען צונויף "איין געאייניקט פֿאָלק".

אויף דעם מיטינג פֿאַר דעם ווי די פּאָגראָמען האָבן אויסגעבראָכן, האָבן די אָפּאָזיציע־פֿירער געמאָלדן, אַז די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן זײַנען פֿאַלסיפֿיצירט, און געפֿאָדערט די שטימען איבערצוציילן אויף ס'נײַ און דורכפֿירן נײַע וואַלן. איצט איז דער לאָזונג "צו נײַע וואַלן!" — מער נישט אַקטועל. ווי עס האָט באַטאָנט יורי ראָשקאַ, דער פֿירער פֿון דער פּאַרטיי "קריסטלעכע דעמאָקראַטן", אַז נאָך די איצטיקע פּאָגראָמען, זעען אויס די פֿאָריקע וואַלן, ווי אַ הויך־אינטעליגענטע אונטערנעמונג. "אויב עס וועלן פֿאָרקומען נײַע וואַלן, וועלן די קאָמוניסטן געווינען זיי נישט מיט 50% שטימען, נאָר מיט גאַנצע 70%" — האָט ראָשקאַ געזאָגט.

וואָס שייך דער פֿאָדערונג איבערצוציילן די שטימען, האָט וואָראָנין אַליין, ווי דער פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, זיך געוואָנדן צום קאָנסטיטוציע־געריכט מיט אַ ביטע איבערצוציילן די שטימען און מיט דעם מאַכן אַ סוף צו די פּראָוואָקאַטיווע אויפֿטריטן. דאָס געריכט האָט אויסגעטיילט פֿאַר דעם 10 טעג. לאָמיר האָפֿן, אַז דער רעזולטאַט וועט דערמעגלעכן דעם נײַעם פּאַרלאַמענט אָנצוגיין ווײַטער מיט אַ נאָרמאַלער אַרבעט. קיין פּראָבלעמען פֿעלן אין מאָלדאָווע נישט אויס.