‫פֿון רעדאַקציע

דווקא אין די טעג, ווען ייִדן איבער דער וועלט מערקן אָפּ דעם 66סטן יאָרצײַט נאָך אונדזערע אומגעקומענע קדושים, די העלדישע אויפֿשטענדלער אין דער וואַרשעווער געטאָ, גייט ווײַטער אָן דער מיאוסער האַנדל אַרום דעם מערדער איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק. ער ווערט באַשולדיקט דורך דעם דײַטשישן געריכט אין דער אַקטיווער מיטהילף בײַם אומברענגען אַרום 30 טויזנט ייִדן אין די טויט־לאַגערן סאָביבאָר, מײַדאַנעק און טרעבלינקע.

‫רעפּאָרטאַזשן
מע גרייט זיך צו אַ בודיסטישער חגא אינעם טעמפּל באָנגעוּנסאַ

אינעם רײַזע־אָפּטייל פֿון דער צײַטונג "ניו־יאָרק־טײַמס" דרוקט מען פֿון צײַט צו צײַט די רובריק — "24 שעה אין ___" — און מע דערציילט, ווי אַזוי מע זאָל פֿאַרברענגען אין אַ געוויסער שטאָט, אויב מע קען זיך נאָר פֿאַרגינען אַ מעת־לעת — אין וואָסער רעסטאָראַן מע זאָל עסן, וועלכע היסטאָרישע ערטער מע זאָל באַקוקן, ווי מע זאָל גיין שפּאַצירן אאַ״וו. צום סוף פֿון אונדזער רײַזע קיין אַזיע, האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז מיר וואָלטן געדאַרפֿט זיצן אין פֿליפֿעלד 12 שעה ביז צו דער עראָפּלאַן־פֿאַרבינדונג פֿון טײַלאַנד צוריק קיין ניו־יאָרק; פֿון 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט.

פּובליציסטיק, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רעקלאַמע פֿון פּסח־אונטערנעמונגען אין פּעטערבורג, רוסלאַנד

איר ווייסט, אַוודאי, אַליין, ווי איבערגעלאָדן ווערט דער טעלעפֿאָן אין די פּסחדיקע טעג: מע קלינגט פֿון אַנדערע שטעט און לענדער, מע ווינטשט איינער דעם אַנדערן געזונט, מזל וכ׳, און מע שמועסט פּשוט. רעד איך אָט אַזוי מיט אַ גוטן חבֿר מײַנעם, וואָס וווינט אין פּעטערבורג (אין רוסלאַנד, ניט אין פֿלאָרידע), און ער זאָגט מיר: “דו ווייסט, איך וועל דיר באַלד איבערשיקן אַ טשיקאַוון פֿאָטאָ פֿון דער רעקלאַמע, וואָס איך זע פֿון מײַן פֿענצטער".

ייִדיש־וועלט
מרדכי שעכטער (אין מיטן) בײַ זײַן חתונה, אין פֿעברואַר 1957, וווּ ער האָט געטראָגן אַ קיטל.
עס באַגלייטן אים זײַן שוואָגער, יונה גאָטעסמאַן, און זײַן שוועסטער, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

ווען איך בין געווען 17 יאָר אַלט האָב איך זיך זייער פֿאַראינטערעסירט מיט רעליגיעזע ענינים, געלייענט הערמאַן העסעס "דיימיען" און "סעדאַרטאַ". איין מאָל האָב איך פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיטן טאַטן, אים געפֿרעגט וועגן זײַן השׂגה פֿון גאָט, זע איך ער פֿילט זיך נישט זייער באַקוועם, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס. מיט אַ מאָל גיט ער אַ זאָג: "פֿאַר וואָס פֿרעגסטו מיר די אַלע שאלות? דו ווייסט דאָך, אַז איך בין אַן אַטעיִסט."

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק קאָרן (רעכטס) גיט איבער זײַן בוך דעם ישׂראל־פּרעזידענט חיים הערצאָג

אַדורכרויענדיק זיך צווישן מײַנע פּאַפּירן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פּאָר בריוועלעך וואָס איך האָב אַמאָל געשריבן צום הויפּט־אָנגעשטעלטן פֿון ייִדישן ראַט אין ארץ־ישׂראל, אַ ייִד מיטן נאָמען יצחק קאָרן. ער איז געווען הויך, ברייטפּלייציק. וואָס הייסט ברייט, רחבֿותדיק, מיט אַ פּאָר גוואַלדיקע בערשטל־ברעמען וואָס האָבן שיִער נישט פֿאַרשטעלט זײַנע כיטרע, קאַלמיקן־אייגעלעך, וועלכע האָבן געפֿינקלט מיט עולם־הזהדיקע אַפּעטיטן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויהי ביום השמיני", דעם אַכטן טאָג האָט משה גערופֿן אַהרן און זײַנע קינדער, און זיי געהייסן צו ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם משכּן. דער "אַכטער טאָג", ווען מע האָט צום סוף אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, נאָך זיבן טעג צוגרייטונגען, איז געווען ראָש-חודש ניסן — דער אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן חודש.

די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ געוויסער צאָל — אַכט — הגם זי דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם ערשטן טאָג אינעם ערשטן ייִדישן חודש.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Arguing with the Storm: 
Stories by Yiddish Women Writers. Edited by Rhea Tregubov. 
New York: The Feminist Press at the City University of New York, 2008.

די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשידענע לייענערישע סבֿיבֿות. דאָס בוך איז כּולל דערציילונגען פֿון נײַן פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דרײַ צענטערס פֿון דער ייִדישער וועלט׃ מיזרח־אייראָפּע, ארץ־ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ קאָלעקטיווער מי פֿון עטלעכע ליבהאָבערינס פֿונעם ייִדישן וואָרט אין וויניפּעג, קאַנאַדע,

פּאָליטיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַרום הונדערט פּאָליציאַנטן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין די צונויפֿשטויסן

מאָלדאָווע, צוליב אירע אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָליטיקער, איז ווידער אַרויף אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער וועלט־פּרעסע. ווי כ‘האָב לעצטנס געשריבן אין "פֿאָרווערטס", זײַנען צו די פּאַרלאַמענט־וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען דעם 5טן אַפּריל, צוגעלאָזט געוואָרן פֿיר פּאַרטייען: צוויי ליבעראַלע, די אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע" און די קאָמוניסטישע פּאַרטיי.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישע קולטור האָט צוויי פּאַראַלעלע מסורות: איינע פֿון זיי שטעלט מיט זיך פֿאָר “סתּם געשיכטע", בעת די צווייטע — די ייִדישיסטיש-אַפּאָלאָגעטישע — איז אידעאָלאָגיש אָנגעזעטיקט און זינדיקט אַפֿילו צומאָל קעגן דעם אמת. די ערשטע שטעלט פֿאַר זיך אַ ריין אַקאַדעמישן ציל, די צווייטע — האָט די נטיה צו בויען מיטאָלאָגיעס. צווישן די מיטאָלאָגעמעס שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע, למשל, די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. יאָר-אײַן יאָר-אויס חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה.

טעאַטער
אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "קאַרעל שווענקס קאַבאַרע"

דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן 20 יאָר אַלט. ס׳איז אַ היפּשער צײַט־אָפּשניט פֿאַר אַ טעאַטער. דאָס יוביליי־יאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט די גאַסטראָלן, פּרעמיערעס, און אויך מיט אַ גרויסן פֿײַערונג־קאָנצערט אין דעם "טעאַטער פֿון עסטראַדע" אין מאָסקווע. אויף דעם קאָנצערט זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן געסט פֿון פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד און פֿון אויסלאַנד; די טעאַטער־שטערן און אָנגעזעענע אַרטיסטן פֿון דער בינע:

פּובליציסטיק
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עדוואַרדס בלינדער פֿאָטער אויף אַ גאַס אין דײַטשלאַנד

מיר האָבן זיך מיט אַ יאָר צען צוריק צופֿעליק געטראָפֿן אויף אַן אויטאָבוס־סטאַנציע אין רחובֿות. לאַנג באַדאַרפֿט וואַרטן. און פֿאַרשטייענדיק, אַז מיר זײַנען ביידע עולים, פֿאַרפֿירט אַ שמועס: פֿון וואַנען קומט אַ ייִד, ווי גייט אײַך דאָ, וואָס טוט איר. אייגנטלעך איז דאָס ניט געווען קיין פּשוטער שמועס, ווײַל מיר האָבן גלײַך אויפֿגעקלערט, אַז מיר ריידן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. מײַנע שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש, פּויליש — האָט דער ייִד ניט געקענט. העברעיִש האָבן מיר נאָך ביידע ניט געהאַט באַהערשט.