יצחק קאָרן (רעכטס) גיט איבער זײַן בוך דעם ישׂראל־פּרעזידענט חיים הערצאָג |
אַדורכרויענדיק זיך צווישן מײַנע פּאַפּירן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פּאָר בריוועלעך וואָס איך האָב אַמאָל געשריבן צום הויפּט־אָנגעשטעלטן פֿון ייִדישן ראַט אין ארץ־ישׂראל, אַ ייִד מיטן נאָמען יצחק קאָרן. ער איז געווען הויך, ברייטפּלייציק. וואָס הייסט ברייט, רחבֿותדיק, מיט אַ פּאָר גוואַלדיקע בערשטל־ברעמען וואָס האָבן שיִער נישט פֿאַרשטעלט זײַנע כיטרע, קאַלמיקן־אייגעלעך, וועלכע האָבן געפֿינקלט מיט עולם־הזהדיקע אַפּעטיטן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך אין יענע ישׂראלדיקע יאָרן געווען שטאַרק נאַיִוו און געגלייבט אַז די מענטשן וואָס פֿאַרטרעטן ייִדיש אין דער וועלט מוזן זײַן די אויסדערוויילטע שליחים פֿאַר ייִדיש. נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן, פֿונעם פֿינגער אויסגעזויגן. קיינער האָט אַפֿילו נישט דערמאָנט ביז אַהער, מעג איך שוין אויסזאָגן פֿון חדר, אַז דער רומענער, יצחק קאָרן, וועלכער האָט לאַנגע יאָרן פֿאַרטראָטן ייִדיש אין מדינת־ישׂראל, האָט אין דער אמתן פֿאַרטראָטן זיך אַליין. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט, אײַנגעשטאַנען אין די בעסטע האָטעלן, געגעסן אין די בעסטע רעסטאָראַנען, לויט זײַן לבֿוש און פֿאַרנעם, גערעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער און געטשאָקעט אַ וועלט.
ווען מיר האָבן זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל האָט אונדז צום ערשטן באַגעגנט אַ טעלעגראַמע פֿון, און שפּעטער פּערזענלעך — אַבֿרהם ליס, וואָס ער האָט געהאַלטן די שליסעלעך צום שלום־עליכם־הויז, און איך מיין אין די צען יאָר וואָס מיר זײַנען דאָרט געווען האָט ער דאָס שלום־עליכם־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ געעפֿנט אפֿשר צוויי מאָל. איז ער געקומען צו לויפֿן צו אונדז אין האָטעל ווי נאָר מיר זײַנען אָנגעקומען און גענומען אונדז האַקן אַ טשײַניק אַז דאָס שלום־עליכם־הויז נייטיקט זיך אין מזומנים, און מיר מוזן מאָמענטאַל עפֿענען די האָפֿמאַן־קאַסעס, און אָן שום צערעמאָניעס בײַשטײַערן "גראָבאָ", ס'הייסט מיט אַ ברייטער האַנט. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשעמט און באַליידיקט און מער נישט געהאַט צו טאָן מיט אים.
די טעגלעכע צײַטונג "לעצטע נײַעס", אונטער מרדכי צאַנינס רעדאַקציע, איז בײַ אונדז געווען שטאַרק אָנגעלייגט, און פֿון דאָרט האָב איך זיך דערוווּסט אַז יצחק קאָרן פּלאַנירט די ערשטע צי די צענטע "ייִדישע וועלט־קאָנפֿערענץ".
כ’האָב נישט אָנגעהויבן צו וויסן מיט וואָס מ’עסט עס. איין זאַך האָב איך זיך דערוווּסט, אַז יצחק קאָרן האַלט בײַם צונויפֿשטעלן אַ פּעדאַגאָגישע קאָאָרדיניר־קאָמיסיע אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס דאַרף צושטעלן וויכטיקע פּונקטן און פֿאָרשלאָגן פֿאַר ייִדישער לערערײַ צו דער קאָנפֿערענץ. האָב איך זיך נישט געפֿוילט און אַוועקגעשריבן אים אַ בריוועלע, דאַטירט מאַרץ דעם אַכטן, 1976, וואָס האָט זיך געלייענט בזה־הלשון:
ליבער פֿרײַנד קאָרן,
איך שיק אײַך צו אַ פּאָר צענטראַלע פּונקטן וועלכע זײַנען פֿון גרויס וויכטיקייט און וואָלטן געדאַרפֿט באַהאַנדלט ווערן בײַ דער "ייִדישער וועלט־קאָנפֿערענץ". דרך־אַגבֿ, וואָלט איך געווען אַ בעלנטע צו באַקומען די בראָשור אײַערע וועגן דער פּלאַנירטער קאָנפֿערענץ. דער עיקר עס זאָל עפּעס געטאָן ווערן און נישט אָפּקומען מיט פּוסטע רייד. מען האָט שוין אויפֿן חשבון פֿון ייִדיש אַזוי פֿיל אָנגעפּוסטעוועט מיט רייד, איז אויב די קאָנפֿערענץ וועט לײַדן פֿון דעם זעלבן חלאַת, וועט עס נישט נאָר זײַן אַ גרויסע עוולה, נאָר אַ בזיון דערצו. און ייִדיש וועט בלויז טיפֿער זיך אַראָפּקײַקלען אין אָפּגרונט. דעריבער האָב איך צוגעגרייט פֿיר פּונקטן וועלכע וואָלטן געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן אויף אַזאַ פּעדאַגאָגישער קאָנפֿערענץ, צווישן זיי:
צונויפֿזאַמלען אַלע ייִדישע לערער וועלכע געפֿינען זיך אין לאַנד, דרך־אַגבֿ האָב איך אַ ליסטע פֿון צען פֿון זיי.
פֿאַרשנעלערן די אויסגאַבע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס “College Yiddish" אויף העברעיִש וואָס דער ירושלימער אוניווערסיטעט האָט זיך אונטערגענומען אַרויסצוגעבן מיט יאָרן צוריק.
באַקענען די ייִדישע לערער מיט ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך". די פֿיר בענד מוזן שטודירט ווערן.
אָרגאַניזירן ייִדישע אָוונט־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע איבערן לאַנד. דערגרייכן די מיטלשולן און פֿאָדערן זיי זאָלן אַרײַננעמען ייִדיש אין זייער לערן־פּראָגראַם ווי אַ צווייטע ייִדישע שפּראַך. לויטן געזעץ דאַרף מען דערויף נישט מער ווי צוויי פֿאַראינטערעסירטע עלטערן און נישט צוואַנציק ווי עס איז אָנגעגעבן.
מיט חבֿרישע גרוסן
איר האָט געהערט פֿון דעם פּאַרשוין מיט די צעבושעוועטע ברעמען? איך אויך נישט. מײַן בריוועלע איז ווי פֿאַרזונקען געוואָרן ערגעץ אין רחלס ברונעם און צען חכמים וואָלטן זיי נישט געקענט דערטאַפּן. יצחק קאָרן, דער באַלײַבטער שווער דעכעדיקער ייִד מיטן גראָבן סיגאַר צווישן זײַנע פֿליישיקע ליפּן, האָט זיך אַפֿילו נישט קיין טרעסל געטאָן פֿון אַזאַ אײַנפֿאַל. האָב איך זיך נישט געפֿוילט און ווידער אַ מאָל זיך אַוועקגעזעצט און אָנגעשריבן אים נאָך אַ בריוועלע און עס אָפּגעשיקט, דאַטירט צווייטער מײַ 1976:
חשובֿער פֿרײַנד קאָרן,
איך שיק אײַך אַרויס נאָך אַ מאָל די רשימה פֿוון ייִדישע לערער, ווײַל איך האָב נישט געהערט פֿון אײַך. איך בין זיכער, אַז עס זײַנען פֿאַראַן נאָך פֿון דער ראַסע אין לאַנד. אויב איך מאַך נישט קיין טעות האָט מיר אַמאָל פֿרײַנד יצחק יאָסאַנאָוויטש אַ שושקע געטאָן אין אויער, אַז ער אַליין קען כאָטש אַ צוואַנציק ייִדישע לערער פּערזענלעך. איז זאָל ער אײַך טאַקע צושטעלן זײַן רשימה.
איז ווידער אַ מאָל די זעלבע מעשׂה, וואָס האָט איר בדעה צו טאָן מיט אָט דער רשימה? איך האָף אַז איר וועט זי נישט באַהאַלטן אין אײַערע שופֿלאָדן. אַ שאָד די טירחה. אויב יאָ, איז שיקט זי מיר אָפּ "נאַזאַד" (צוריק). איך האָב גרעסערע שופֿלאָדן. אויב אָבער עס וועט בײַ אײַך אַ טיאָכקע טאָן אַ ווילן צו טאָן עפּעס דערמיט, טוט מיר אַ טובֿה און לאָזט מיר וויסן, און דווקא, אויב מעגלעך, פֿאַר דער גרויסער קאָנפֿערענץ. ס׳וואָלט גאָרנישט געווען קיין עוולה צונויפֿצורופֿן די לערער און זען וואָס פֿאַר אַ מאַטעריאַל איז דאָ בײַ דער האַנט. צי זײַנען זיי בכלל אַן עדה מיטצונעמען מיט זיך צום ייִדישן באַרג סיני? עס וואָלט געווען פֿון אײַער זײַט אַ וויכטיקער אויפֿטו. אַגבֿ, איך הייב אָן לערנען ייִדיש מיט אַ פֿולן קלאַס יונגע חבֿרה זעכצן־ און זיבעצן־יאָריקע אין איינער פֿון די תּל־אָבֿיבֿער מיטלשולן. גיט עס איבער דעם חבֿר סטאָלאַרסקין, און זאָגט אים אַז כ׳האָב זיך נישט געקענט דערוואַרטן אויף זײַן הילף, און אַז די יונגע חבֿרה האָט זיך אַליין געוואָנדן צו מיר אָן די אַנאָנסן און אָן די אַפֿישן.
איך האָף, אַז איר וועט נישט שמייכלען אויף מײַן חשבון און מײַן אמונה, אַז ס’איז נאָך נישט אַלץ פֿאַרפֿאַלן. איך האָף צו הערן פֿון אײַך אין גיכן.
מיט חבֿרישע גרוסן
אָט האָט איר מײַנע נאַיִווע, קינדערשע בריוו וואָס איך האָב אַמאָל געשריבן צו דער שישקע פֿון ייִדישן וועלט־ראַט. דאָס איז דווקא נישט געווען מײַן איינציקע אַנטוישונג אין אונדזערע מענטשן וואָס זײַנען געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אונדזער ייִדישן קיום, סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ אין ארץ־ישׂראל. מענטשן האָבן ליב בענקלעך, ביוראָקראַטיע, אויסהאַלטן זיך און אַ סעקרעטאַרקע מיט אַ טעלעפֿאָן אויפֿן חשבון־הגבֿיר. זיי האָבן אויך ליב צו דרייען אַ טשײַניק, רעדן, אַז ס'גיסט זיך האָניק פֿון זייערע מײַלער. אָבער צום תּכלית פֿאַר ייִדיש — אַ נעכטיקע וועטשערע. דאָס דראָבניטשקע וואָס ס'קומט יאָ פֿאָר, איז דווקא הײַנט אין דײַטשלאַנד, וווּ דײַטשן לערנען זיך ייִדיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון זייער ייִדיש וועט אויסוואַקסן אַ פּוסטער, אויסגעהאַקטער וואַלד, מיט אַ טשערעדע מעקעדיקע שאָף. זיצן מיר, יעדערער באַזונדער, האָבן נישט מיט וועמען אַ ייִדיש וואָרט אויסצורעדן, און רעדן זיך אײַן אַז ס'איז אַלץ קאָשקעלעך גדולות, ווײַל מען זינגט ערגעץ אַ ייִדיש לידל, און מ'טאָפּטשעט זיך אין עפּעס וואָס מען רופֿט "דזשויִש".
אָבער ווי זאָגט מען, מ'טאָר נישט אַראָפּפֿאַלן בײַ זיך. די ווינטן פֿון דער ייִדישער וועלט בלאָזן אַוועק אַ סך מער ווי מאַמע־לשון, און ווער קען זיך אַנטקעגנשטעלן קעגן זיי? ייִדן בכלל זײַנען אַן אויסער ווי געוויינטלעך פֿאָלק. זיי בויען, זיי צעלייגן, זיי שאַפֿן, און זיי אַנטשאַפֿן. זיי שטעלן אויף און זיי מאַכן חרובֿ. דאָס איז אַ טענדענץ וואָס שלענגלט זיך אונדז נאָך זינט מיר זײַנען פֿאָרמירט געוואָרן ווי אַ פֿאָלק, און קיינער קען נישט אָפּשטעלן אונדזער היסטאָרישן גאַנג צווישן פֿעלקער. איין זאַך איז וויכטיק. אויב מ'קען נישט איבערמאַכן די וועלט מוז מען איבערמאַכן זיך. נישט לאַוו־דווקא צופּאַסן זיך, נאָר זײַן בעל־הבית איבערן אייגענעם ייִדישן זאַפּאַס; ס'הייסט, דעם אָנגעזאַמלטן קולטור־פֿאַרמעג. לאָמיר האַלטן אַן אויג דערויף איידער עס געפֿינט דעם אַרויסגאַנג.
פּ״ס: דאָס בוך איז אַגבֿ שפּעטער אַרויס