טעאַטער
אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "קאַרעל שווענקס קאַבאַרע"

דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן 20 יאָר אַלט. ס׳איז אַ היפּשער צײַט־אָפּשניט פֿאַר אַ טעאַטער. דאָס יוביליי־יאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט די גאַסטראָלן, פּרעמיערעס, און אויך מיט אַ גרויסן פֿײַערונג־קאָנצערט אין דעם "טעאַטער פֿון עסטראַדע" אין מאָסקווע. אויף דעם קאָנצערט זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן געסט פֿון פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד און פֿון אויסלאַנד; די טעאַטער־שטערן און אָנגעזעענע אַרטיסטן פֿון דער בינע: