טעאַטער
אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "קאַרעל שווענקס קאַבאַרע"
אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "קאַרעל שווענקס קאַבאַרע"

דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן 20 יאָר אַלט. ס׳איז אַ היפּשער צײַט־אָפּשניט פֿאַר אַ טעאַטער. דאָס יוביליי־יאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט די גאַסטראָלן, פּרעמיערעס, און אויך מיט אַ גרויסן פֿײַערונג־קאָנצערט אין דעם "טעאַטער פֿון עסטראַדע" אין מאָסקווע. אויף דעם קאָנצערט זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן געסט פֿון פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד און פֿון אויסלאַנד; די טעאַטער־שטערן און אָנגעזעענע אַרטיסטן פֿון דער בינע: יוסיף קאָבזאָן, מיכאַיִל זשוואַנעצקי און אַ סך אַנדערע זײַנען געקומען צו באַגריסן פֿון דער בינע דעם טעאַטער "שלום" און זײַן קינסטלערישן אָנפֿירער אַלכּסנדר לעווענבוק. די פֿײַערונג איז געוואָרן אַ גאַנצע געשעעניש אין דעם קולטור־לעבן פֿון מאָסקווע.

הײַנט איז דער טעאַטער "שלום" דער איינציקער ייִדישער טעאַטער אין רוסלאַנד. "דער פֿעניקס, וואָס האָט ווידער אויפֿגעלעבט" — אַזוי האָט די צײַטונג "גאַרדיאַן" (Guardian) אָנגערופֿן דעם טעאַטער "שלום" בעת זײַנע אויפֿטריטן אין לאָנדאָן. דער טעאַטער איז אויפֿגעקומען אין יאָר 1988. זײַן גרינדונג איז געווען ווי אַן אָטעם פֿון פֿרישער לופֿט און פֿרײַהייט. די ערשטע פֿאָרשטעלונג האָט געטראָגן דעם נאָמען "דער צוג נאָך גליק", וואָס איז געשטעלט געוואָרן דורך דעם קינסטלערישן אָנפֿירער אַלכּסנדר לעווענבוק. די פּיעסע האָט אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַרן טעאַטער "שלום" דער טאַלאַנטירטער בינע־דראַמאַטורג אַרקאַדי כײַט.

פֿון דער בינע האָט דער "שלום"־טעאַטער אָנגעהויבן רעדן מיט זײַן צושויער וועגן דער געשיכטע און דעם גורל פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס ווערט געטריבן ווי אַ צוג דורך די יאָרן און יאָרהונדערטער. עס שווימען דורך פֿאַר די אויגן בילדער פֿון דער ווײַטער פֿאַרגאַנגנהייט און פֿון די הײַנטיקע טעג, — האָט דער טעאַטער אָנגעהויבן רעדן מיט אויף קלאָרן און היימישן לשון. און הײַנט איז די אויפֿגאַבע פֿון דעם טעאַטער צו דערטראָגן צו דעם צושויער די ייִדישע ווערטן, צו באַקענען אים מיט דער ייִדישער קולטור און געשיכטע, פֿאָרצוזעצן די טראַדיציע פֿונעם "גאָסעט", בראָש מיט שלמה מיכאָעלס.

אין משך פֿון די 20 יאָר איז דער "שלום"־טעאַטער 25 מאָל אַרויסגעפֿאָרן מיט גאַסטראָלן קיין אויסלאַנד — אַמעריקע, ענגלאַנד, ארץ־ישׂראל, דײַטשלאַנד, טשעכיע, נײַ־זילאַנד און אַ סך אויפֿטריטן איבער רוסלאַנד. און שטענדיק זײַנען די דאָזיקע אונטערנעמונגען דורכגעגאַנגען מיט דערפֿאָלג.

דער רעפּערטואַר פֿונעם טעאַטער איז אַ פֿאַרשידנאַרטיקער: עס זײַנען דאָ סײַ לעאָן פֿויכטוואַנגערס "די שפּאַנישע באַלאַדע", סײַ שלום־עליכמס "די בלאָנדזשענדע שטערן"; סײַ די פֿאָרשטעלונג "וואָס האָסטו אין איר געפֿונען?", לויט באַשעוויסעס ראָמאַן "שאָשע", סײַ "דער שלימזל", לויט איליאַ ערענבורג; און אויך דראַמעס, קאָמעדיעס, מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, ספּעקטאַקלען פֿאַר קינדער.

דרײַ פּרעמיערעס האָט דער "שלום"־טעאַטער דורכגעפֿירט נאָר אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. די ערשטע איז "די קאַרוסעל", וואָס איז געשטעלט געוואָרן לויט דעם ראָמאַן פֿון יוז אַלעשקאָווסקי. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג, ווי אויך דער ראָמאַן, איז וועגן דער ליבע צו אונדזער לאַנד און צו דעם פֿאָלק; וועגן דעם ווי אַ ייִד דוד לאַנג און זײַן פֿראָנט־חבֿר פֿיאָדאָר פּעסקאַראָוו האָבן דאָס לאַנד געבויט און פֿאַרטיידיקט, און דערנאָך האָט זיי די משוגענע קאַרוסעל פֿון געשעענישן ממש אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם לאַנד. יוז אַלעשקאָווסקי האָט אויסגעבויט זײַן ראָמאַן אויפֿן סמך פֿון אַ ריי בריוו, וואָס דער ייִד דוד לאַנג שרײַבט מיט איראָניע און אַמאָל מיט סאַרקאַזם צו זײַנע פֿרײַנד סאָל און דזשאָ אין אַמעריקע, וועלכע האָבן אים אַרויסגעשיקט אַ פֿאַרבעטונג ער זאָל קאָנען עמיגרירן קיין אַמעריקע.

"די קאַרוסעל" איז דער ערשטער מאָנאָ־ספּעקטאַקל אין רעפּערטואַר פֿונעם טעאַטער. די פֿאָרשטעלונג האָט זייער שטרענג און אַסקעטיש געשטעלט די רעזשיסאָרין וויזמאַ וויטאָלס. די ראָלע פֿון דוד לאַנג שפּילט אַלכּסנדר לעווענבוק, וואָס זײַן דראַמאַטישער טאַלאַנט האָט זיך ממש אַנטפּלעקט אין דער פֿאָרשטעלונג. "די פֿולקאָמע פּערל פֿון אַלעשקאָווסקיס פּראָזע האָבן פֿאַרכאַפּט מײַן האַרץ... אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָט שלום־עליכם אַרײַנגעפֿירט אין אונדזער ליטעראַטור אַ ייִדישן העלד — טבֿיה דער מילכיקער. דוד לאַנג איז אַ מין טבֿיה דער מילכיקער פֿון דעם הײַנטיקן טאָג — דער האָרעפּאַשניק מיט דעם שאַרפֿן מוח, מיט איראָניע, מיט טרויער און מיט סאַרקאַזם; מיט דער ליבשאַפֿט צו דעם לאַנד, וווּ ער לעבט, מיט שלום־עליכמישן געלעכטער דורך טרערן, און מיט דעם פּײַנלעכן זוכן דעם יושר. איך קען זיך נישט דערמאָנען אין קיין אַנדערן אַזאַ מין פּערסאָנאַזש אין דער מאָדערנער ליטעראַטור" — זאָגט אַלכּסנדר לעווענבוק.

"קאַרעל שווענקס קאַבאַרע" — אַ ספּעקטאַקל לויט באָריס ראַצערס פּיעסע וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין דער טערעזינער געטאָ און די אומגעקומענע אַקטיאָרן, וואָס זיי האָבן געדינט דער קונסט ביז זייער לעצטן אָטעם. די פֿאַשיסטן האָבן צונויפֿגעפֿירט אין דער טערעזינער געטאָ די ייִדישע קינסטלערישע עליטע פֿון די מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער: שרײַבער, מוזיקער, אַרטיסטן, רעזשיסאָרן, קינסטלער. אין די באַדינגונגען פֿון שווערער פֿיזישער אַרבעט, אַ מאָגערן ביסן, האָבן די דאָזיקע מענטשן פֿאָרגעזעצט צו שאַפֿן, כאָטש זיי האָבן גוט געוווּסט וועגן זייער גורל. עס זײַנען אויפֿגעקומען די אָרקעסטערס, די אָפּערע־סטודיע און די דראַמע־סטודיע. עס זײַנען געשטעלט געוואָרן 600 ספּעקטאַקלען און אָנגעשריבן 100 מוזיקאַלישע ווערק. ס׳איז געווען אין טערעזין אַ קאַבאַרעט, וואָס זײַן גרינדער און אָנפֿירער — אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און פּאָעט, קאַרעל שווענק — איז אומגעבראַכט געוואָרן אין דעם טויט־לאַגער, ווי ס׳רובֿ אַנדערע אַסירים.

אייניקע צייכענונגען, וואָס די טערעזינער קינדער האָבן געצייכנט, האָבן זיך פֿאַרהיט און מ׳האָט פֿון זי געמאַכט אַן אויסשטעלונג, וואָס איז געוויזן געוואָרן איבער דער וועלט. דווקא אָט די אויסשטעלונג האָט סטימולירט צו שאַפֿן דעם ספּעקטאַקל "קאַרעל שווענקס קאַבאַרע" אויף דער בינע פֿון דעם טעאַטער "שלום".

און לעצטנס, די דריטע פּרעמיערע — דער מיניאַטורן־ספּעקטאַקל "אודזער פֿריילעכער כײַט", געשטעלט דורך לעווענבוק, לויט די ווערק פֿון אַרקאַדי כײַט, צו זײַן יוביליי. אַרקאַדי כײַט אַרבעט ווי אַ דראַמאַטורג אין "שלום"־טעאַטער פֿון דעם ערשטן טאָג אָן. הײַנט גייען אויף דער בינע זײַנע עטלעכע פּיעסעס, צווישן זיי: "מײַן כּשרע ליידי", און עטלעכע פּאָפּולערע ספּעקטאַקלען פֿאַר קינדער. ווי אַ וווּנדערלעכער גוטהאַרציקער כּישופֿמאַכער מאַכט כײַט אַזוי, אַז מיר זאָלן לאַכן און פֿרייען זיך. לעווענבוק זאָגט: "די ייִדן האָבן אַזאַ טבֿע, אַז זיי קענען דערציילן קאָמיש אַפֿילו אַ טראַגישע געשעעניש. דאָס קומט מעגלעך פֿאָר אַ דאַנק דעם, וואָס די ייִדן האָבן אַ פּאַראַדאָקסאַלן שׂכל, פֿאַרמישט מיט דער ספּעציפֿיש־ייִדישער וועלט־אָנשויונג. דווקא אין דעם, צוזאַמען מיט די עלעמענטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און מוזיק, אַנטפּלעקט זיך די ייִדישקייט און דער ייִדישער טעאַטער".