פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויהי ביום השמיני", דעם אַכטן טאָג האָט משה גערופֿן אַהרן און זײַנע קינדער, און זיי געהייסן צו ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם משכּן. דער "אַכטער טאָג", ווען מע האָט צום סוף אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, נאָך זיבן טעג צוגרייטונגען, איז געווען ראָש-חודש ניסן — דער אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן חודש.

די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ געוויסער צאָל — אַכט — הגם זי דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם ערשטן טאָג אינעם ערשטן ייִדישן חודש. ווי ס׳איז באַקאַנט, הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן, אין אַלגעמיין, פֿון ראָש־השנה, הייבט מען אָן צו רעכענען די חדשים פֿון ניסן.

ראָש־חודש ניסן ווערט אויך פֿאַררעכנט פֿאַרן אָנהייב פֿונעם יאָר, "ראָש־השנה למלכים", און איז פֿאַרבונדן מיט יציאת־מצרים, ווען די ייִדן זענען אויס געלייזט געוואָרן פֿון שקלאַפֿערײַ און געוואָרן אַ פֿרײַ פֿאָלק. על־פּי־שׂכל, וואָלט צו דער הײַנטיקער סדרה בעסער צוגעפּאַסט אַ נאָמען, וואָס האָט אַ שײַכות מיטן ענין פֿון אָנהייב, אָדער מיט דער צאָל איינס. פֿאַרוואָס זשע הייסט אונזדער סדרה דווקא "שמיני", און נישט, לאָמיר זאָגן, "ראשון"?

די וואָך, האָבן מיר געפּראַוועט די לעצטע צוויי יום־טובֿדיקע טעג פֿון פּסח — אין אַלע לענדער, אַחוץ ארץ־ישׂראל, וווּ די יום־טובֿים דויערן בלויז איין טאָג. דעם זיבעטן טאָג פֿון פּסח, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַרויס פֿון מצרים, איז געשען דער נס פֿון קריעת־ים־סוף.

בײַם סוף פֿונעם לעצטן, אַכטן טאָג פֿון פּסח, פּראַוועט מען אין די חסידישע קהילות אַ ספּעציעלע "משיחס סעודה" אָדער "בעל־שם־טובֿס סעודה". די ליובאַוויטשער חסידים טרינקען בײַ דער "משיחס סעודה" פֿיר כּוסות ווײַן און עסן מצות, אַזוי ווי בײַם סדר, און זינגען די ניגונים פֿונעם בעל־שם־טובֿ, דעם מעזשריטשער מגיד, און די חב״ד־רביים; אין אַ טייל אַנדערע חסידישע קהילות לייענט מען אויך אַ טייל פֿון דער הגדה.

הגם מע פֿאַרבינדט דעם דאָזיקן מינהג מיט דעם, וואָס דער בעל־שם־טובֿ האָט זיך געראַטעוועט פֿון אַ סכּנה בעת זײַן נסיעה קיין ארץ־ישׂראל, איז ער באַקאַנט נישט בלויז אין דער חסידישער סבֿיבֿה. דער ווילנער גאון פֿלעגט אויך עסן מצות בײַם סוף פֿונעם "אַחרון של פּסח", צוליב אַ אַן אַנדער סיבה: כּדי זיך צו געזעגענען מיט די מצות. הקיצור, ווערט דער אַכטער טאָג פֿון פּסח אַסאָציִיִרט מיטן ערשטן, און די מינהגים פֿון דער "משיחס סעודה" דערמאָנען אויף דער סדר־נאַכט.

די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז די ערשטע צוויי טעג פֿונעם יום־טובֿ, ווען מע פּראַוועט דעם סדר, ווערט אין דער וועלט און אין דער ייִדישער נשמה אַנטפּלעקט דער כּוח פֿון גאולת־מצרים. אָבער, דעם לעצטן טאָג, "אַחרון של פּסח", לויכט דאָס ליכט פֿון משיח, פֿון דער קומענדיקער גאולה. אין אַ געוויסן אַספּעקט, איז דער אַכטער טאָג פֿון פּסח אַפֿילו מער דערהויבן, ווי דער ערשטער.

דער מדרש זאָגט, אַז אין דער קומענדיקער גאולה־צײַט, ווען די גאַנצע וועלט וועט דערגרייכן, מיטאַמאָל, דעם מצבֿ פֿון פֿולער פֿרײַהייט און דבֿיקות מיט ג-טלעכקייט, וועט מען אָננעמען אַכט, און נישט זיבן, מוזיקאַלישע נאָטן. ווי ס׳איז באַקאַנט, טראָגט די אַכטע נאָט אין דער מוזיקאַלישע אָקטאַווע דעם זעלבן נאָמען און דעם זעלבן טאָן, ווי די ערשטע. דער חילוק צווישן זיי באַשטייט אין דעם, וואָס די אַכטע נאָט קלינגט חידושדיק — העכער.

די גאולה איז אַ כּסדרדיקער חידוש. אַפֿילו אַ זאַך, וואָס זעט אויס הײַנט ווי אַ פֿאַרגליווערטע רוטינע, קען זײַן נײַ און חידושדיק, ווי די טענער פֿון פֿאַרשיידענע אָקטאַוועס. אַזוי ווי אינעם בײַשפּיל מיט דער מוזיק, חזרט זיך די וואָך תּמיד איבער; דער אַכטער טאָג נאָך שבת איז ווידער שבת — אַ הייליקער טאָג, וואָס האָט "אַ טעם פֿון עולם־הבאָ". די כּסדרדיקע איבערחזרונג פֿון וואָכעדיקע אַרבעט־טעג און דעם הייליקן יום־המנוחה ברענגט דווקא אַ "גאולהדיק" געפֿיל פֿון חידוש און באַנײַונג.

די חז״ל זאָגן, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן "אַלע טעג ווערן שבת". דאָס געפֿיל פֿון שטענדיקער באַנײַונג וועט זיך פֿילן יעדן טאָג; די צײַט וועט זיך נישט "ציִען" ווי אַ פֿאַרגליווערטער רוטינע. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָבן זיי דערפֿילט, ווי זייער פֿרײַהייט אַנפּלעקט זיך אין דער באַנײַונג פֿון דער אַרומיקער וועלט. צוערשט, זענען זיי על-פּי־נס געראַטעוועט געוואָרן פֿון שקלאַפֿערײַ; דערנאָך, ווען פּרעה האָט ווידער געפּרוּווט זיי צו פֿאַרשקלאַפֿן, זענען זיי אַריבערגעגאַנגען דעם צעשפּאָלטענעם ים, וואָס צוליב דעם פּראַוועט מען אַ יום־טובֿ די לעצטע צוויי טעג פֿונעם פּסח.

דער "רש״ב", פֿינפֿטער ליובאַוויטשער רבי, האָט דערקלערט, אַז דער אַכטער טאָג פֿונעם פּסח איז באַזונדערס פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון גאולה, ווײַל ער צעוואַקלט די גרענעץ צווישן די יום־טובֿים און וואָכעדיקע טעג. אין ארץ־ישׂראל, וווּ מע פּראַוועט די יום־טובֿים בלויז איין טאָג, איז עס אַ געוויינטלעכער אַרבעט־טאָג. אין די אַנדערע לענדער ווערט ער אָבער פֿאַרוואַנדלט אין אַ יום־טובֿ — אַזוי ווי די קומענדיקע גאולה־צײַט, "יום־שכּולו טובֿ", ווען די יום־טובֿדיקייט און באַנײַונג וועט זיך דערהערן יעדן טאָג.

די באַזונדערע פֿאַרבינדונג צווישן דווקא דעם ערשטן און דעם אַכטן טאָג, ווי אַ סימבאָל פֿון שטענדיקער חידושדיקייט, איז אַקטועל נאָר חוץ־לאָרץ, וווּ מע פּראַוועט דעם פּסח אַכט טעג. דאָס איז אויך מרמז אויף די גאולה־צײַטן, ווען די גאַנצע וועלט וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ "הייליק לאַנד", וווּ עס וועט הערשן פֿרײַהייט און רוחניות.

אויפֿן דעם זעלבן ענין איז אויך מרמז די הײַנטיקע פּרשה, וווּ דער ערשטער טאָג פֿון ניסן, ווען דער משכּן — אַ גרויסער גײַסטיקער חידוש אין דער וועלט — איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן, ווערט אָנגערופֿן "יום־השמיני" — דער אַכטער טאָג. אויב מיר שטרעבן צו פֿאַרוואַנדלען אונדזערע נשמות אין אַ "משכּן" פֿאַר ג־טלעכקייט, און מיר פּרוווּן צו פֿאַרשפּרייטן פֿרײַהייט, יושר און ג-טלעכקייט אין דער וועלט, קאָנען מיר שוין הײַנט, אין אַ געוויסער מאָס, דערקענען "דעם טאָן פֿון דער אַכטער נאָט" — די חידושדיקייט און אוניקאַלקייט פֿון יעדן מאָמענט.