|
מע גרייט זיך צו אַ בודיסטישער חגא אינעם טעמפּל באָנגעוּנסאַ |
|
אינעם רײַזע־אָפּטייל פֿון דער צײַטונג "ניו־יאָרק־טײַמס" דרוקט מען פֿון צײַט צו צײַט די רובריק — "24 שעה אין ___" — און מע דערציילט, ווי אַזוי מע זאָל פֿאַרברענגען אין אַ געוויסער שטאָט, אויב מע קען זיך נאָר פֿאַרגינען אַ מעת־לעת — אין וואָסער רעסטאָראַן מע זאָל עסן, וועלכע היסטאָרישע ערטער מע זאָל באַקוקן, ווי מע זאָל גיין שפּאַצירן אאַ״וו. צום סוף פֿון אונדזער רײַזע קיין אַזיע, האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז מיר וואָלטן געדאַרפֿט זיצן אין פֿליפֿעלד 12 שעה ביז צו דער עראָפּלאַן־פֿאַרבינדונג פֿון טײַלאַנד צוריק קיין ניו־יאָרק; פֿון 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט.
האָבן מיר פֿון פֿריִער אָנגעקלונגען צו אונדזערס אַ באַקאַנטע, אינוואַ הוּוואַנג, אַ קאָרעאַנישע פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע אין סעוּל, די קרוינשטאָט פֿון דרום־קאָרעע, און זי האָט מסכּים געווען אונדז אָפּצונעמען פֿון פֿליפֿעלד און ווײַזן די "וווּנדער פֿון סעוּל", נישט אין 24, נאָר אין 12 שעה!
דאָס לאַנד דרום־קאָרעע שיידט זיך אונטער פֿון וויעטנאַם און טײַלאַנד, דער עיקר, מיט דעם וואָס עס גייט זיי גוט פֿינאַנציעל; דער קאַפּיטאַליזם בליט דאָרט אין אַלע ווינקעלעך. די תּושבֿים גייען שיין אָנגעטאָן אין "מערבֿדיקע" קליידער; די זעלביקע געשעפֿטן, וואָס מע זעט אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק, לאָנדאָן און תּל־אָבֿיבֿ, זעט מען אויך אויף די גאַסן פֿון סעוּל; און די גאַסן אַליין זעען אויס ריין און פֿאַרראַמט. די פֿאַרשפּרייטע השפּעה פֿון בודיזם, וואָס מע האָט אַזוי שטאַרק געפֿילט אין טײַלאַנד, ווערט דאָ אויסגעדריקט נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער, כאָטש בײַם עלטערן דור, זעט מען אַ מער טראַדיציאָנעל לעבן.
|
אַ קאַווע אין "סטאַרבאָקס" קען מען אויך טרינקען אין סעוּל |
|
פֿון דעסטוועגן, האָט, צום אַלעם ערשטן, אונדזער גאַסטגעבערין געוואָלט ווײַזן דעם הויפּט בוידיסטישן טעמפּל, באָנגעוּנסאַ, און מיר האָבן גיך אײַנגעזען, אַז די בודיסטישע רעליגיע אין קאָרעע האָט זיך אין גאַנצן אַנדערש אַנטוויקלט ווי אין טײַלאַנד. דאָ פֿילט מען שוין דעם אײַנפֿלוס פֿון דעם מעדידאַטיוון "זען"־מיסטיציזם פֿון יאַפּאַן און כינע.
אין 8טן יאָרהונדערט איז אַהער אָנגעקומען דער בודיזם פֿון אינדיע, אָבער די עלטסטע בנינים פֿונעם דאָזיקן טעמפּל שטאַמען פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אַ גלאָק פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, וואָס רופֿט די מענטשן, זיי זאָלן קומען אין טעמפּל, האָט מען געבראַכט פֿון אַ דאָרפֿישן טעמפּל. אַרום דעם טעמפּל האָבן מיר געזען ווי מע גרייט זיך צו אַ קומעדיקער חגא, און די אַרבעטער שטעלן אויס און הענגען אויף בלומען און קאָלירטע פּאַפּיר־לעמפּלעך.
פֿאַרשיידענע מינים בודיזמס האָבן זיך געאַמפּערט צו באַקומען דעם אייבערהאַנט אין קאָרעע במשך פֿון הונדערטער יאָרן, און דער קאָרעער שכן, יאַפּאַן, האָט כּסדר שווער געמאַכט דאָס לעבן פֿון די קאָרעער אין דעם פּרט. אין אַ געוויסער תּקופֿה, ווען די קאָרעער מאָנאַכן זענען געוואָרן פּאָליטיש אַקטיוו, האָבן די יאַפּאַנער, וועלכע האָבן געהערשט דעמאָלט אין לאַנד, זיי געצוווּנגען חתונה צו האָבן, קעגן זייער טראַדיציע. אַזוי אַרום, האָבן די יאַפּאַנער אויסגערעכנט, וועלן די מאָנאַכן אויפֿהאָדעווען משפּחות, און די טאָג־טעגלעכע דאגות וועלן צונעמען בײַ זיי צײַט און ענערגיע; קיין גרויסע קאַמפֿן וועלן זיי נישט קענען פֿירן. דער קאָרעער בודיזם האָט זיך טאַקע פֿאַרקערעוועט אויף אַן אַנדער דרך, אָבער אין די דערפֿער אין די בערג האָט מען זיך געהאַלטן בײַ די אַלטע מינהגים, און מע קען די עלטערע שיטה נאָך אַלץ געפֿינען מחוץ דער גרויסער שטאָט.
|
אינוואַ און נחמה לעבן אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פֿיגור |
|
איינע פֿון די שענסטע אַטראַקציעס אין סעוּל איז דער אַמאָליקער קעניגלעכער פּאַלאַץ — געאָנגבאָקגונג — (טײַטש: פּאַלאַץ וואָס די הימלען האָבן געבענטשט), געבויט אין 1395. דער קאָמפּלעקס פֿון בנינים אַרום דעם פּאַלאַץ איז אַמאָל געשטאַנען אין צענטער פֿון דער שטאָט און איז זיך צעוואַקסן ביז די יאַפּאַנער האָבן עס חרובֿ געמאַכט אין 1592. דרײַ הונדערט יאָר איז דער פּאַלאַץ געבליבן פֿאַרלאָזט ביז די קעניגלעכע משפּחה האָט אים צוריק אויפֿגעבויט אין 1867. אַן ערך 300 בנינים האָט מען רעמאָנטירט צווישן די מויערן, און דער פּאַלאַץ איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט. אָבער די יאַפּאַנער האָבן דאָס נאָך אַ מאָל צעשטערט בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט מיטן תּירוץ, אַז מע וויל דאָרטן מאַכן אַן אויסשטעלונג, און נאָך דער אויסשטעלונג האָט מען אַראָפּגעריסן די אַנדערע בנינים מיט אַן אַנדער תּירוץ — מע דאַרף דאָס האָלץ אויפֿן ווינטער...
ערשט אין 1990 האָט מען זיך גענומען צוריק אויפֿצובויען די חורבֿות, און אין 2007 האָט מען פֿאַרענדיקט דאָס פּרעכטיקע אָרט. דאָס צערעמאָניאַלע לעבן פֿונעם מלכותדיקן הויף ווערט ממש אײַנגעקריצט אין שטיין — סטאַטועס פֿון חיות מערקן אָן, וווּ יעדער מיניסטער מעג גיין מיט זײַנע מיטאַרבעטער צום קעניג. געוויסע קאָרעער נאַציאָנאַלע סימבאָלן האָט מען האַלב־באַהאַלטן אויף די ווענט אין די רחבֿותדיקע זאַלן, כּדי די יאַפּאַנישע אַרמייען זאָלן זיי נישט אַזוי לײַכט געפֿינען, און נישט האָבן נאָך אַ תּירוץ צו צעשטערן דעם פּאַלאַץ.
|
דער קעניגלעכער פּאַלאַץ — געאָנגבאָקגונג |
|
אינעם זעלבן פּאַלאַץ־הויף האָט מען אויפֿעבויט, אין 1993, דעם "נאַציאָנאַלן פֿאָלקסמוזיי פֿון קאָרעע" מיט אויסשטעלונגען פֿון דער געשיכטע פֿון די קאָרעער, דעם לעבנס־שטייגער פֿונעם לאַנד, און די טראַדיציעס און מינהגים פֿון דער באַפֿעלקערונג.
מיטאָג האָבן מיר געגעסן אין אַ "טראַדיציאָנעלן" רעסטאָראַן — "דאַלגעבי" — וואָס וויל געבן דעם טוריסט צו דערפֿילן דעם עכטן טעם פֿונעם קאָרעיִשן עסן. דעם רעסטאָראַן האָט אַ באַקאַנטער אַרכיטעקט געבויט אין די 1930ער יאָרן אין אַ טראַדיציאָנעלן סטיל, און מען איז געזעסן אויף דער‘ערד ווי עס פֿירט זיך בײַ זיי. דאָס קאָרעיִשע עסן איז נישט פֿרעמד די ניו־יאָרקער, און לעבן דער געוועזענער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע אויף דער 33סטע גאַס געפֿינט זיך אַ געגנט וואָס הייסט "קאָרעאַ־שטעטל", מיט צענדליקער קאָרעיִשע רעסטאָראַנען, געשעפֿטן און שפּײַז־קראָמען. קאָרעיִשע טוריסטן קומען גלײַך אַהין צו זען די ניו־יאָרקער קאָלאָניע פֿון זייער היימלאַנד.
|
אַ טראַדיציאָנעלע קאָרעאַנער שטוב בײַם "נאַציאָנאַלן פֿאָלקסמוזיי" |
|
די באָהעמישע געגנט אין סעוּל, אינסאַדאָנג, ציט צו אַ גרויסן עולם און דאָרטן קען מען גיין שפּאַצירן אויף די גאַסן און זען קאָלירפֿולע סחורות. שפּאַצירנדיק אין איין ווינקל פֿון געשעפֿטן, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך הער קלעזמער־מוזיק אויף די הילכערס. ניין, סע קען נישט זײַן, האָב איך געטראַכט — ווער ווייסט דאָ פֿון ייִדישער קלעזמער־מוזיק? אָבער דערנאָך האָב איך דערהערט ווי מע זינגט ייִדישע לידער — "און אַז דער רבי טאַנצט", און איציק מאַנגערס ליד "איינזאַם". דאָס האָט מען געשפּילט פֿאַרן גאַנצן אײַנקויף־צענטער און איך בין געלאָפֿן פֿון געשעפֿט צו געשעפֿט, געטאָן אַ פּרוּוו אויסצוגעפֿינען ווער עס שפּילט די מוזיק. צום באַדויערן האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן עס אויסצוגעפֿינען. ווער עס האָט געזונגען, וועלכע גרופּע, וואָסער רעקאָרדירונג האָב איך זיך אויך נישט דערוווּסט; לויטן אַקצענט שטאַמט די זינגערין פֿון רוסלאַנד אָדער ישׂראל... אַ מיסטעריע וואָס וואַרט אויף איר פֿאַרענטפֿערונג...
וויפֿל קען מען זען אין 12 שעה? אַ סך אינטערעסאַנטע מוזייען וואָס מע קען נאָר געפֿינען אין סעוּל, וועלן מוזן וואַרטן אויף אַן אַנדער געלעגנהייט, ווי למשל — דער "סאָווע־מוזיי", "דער סעוּלער מוזיי פֿון הינער־קונסט", "דער מוזיי פֿונעם זײַדענעם וועג" [דער אַמאָליקער וועג פֿאַר סוחרים פֿונעם ווײַטן מיזרח ביז אייראָפּע].
|
אויף דער גאַס וואַרפֿט מען גורל |
|
געבויט אויף די בערג און לעבן אַ ברייטן טײַך איז סעוּל אויך אַ שיינע שטאָט וואָס פֿאַרדינט מע זאָל דאָרטן פֿאַרברענגען מער ווי אַ האַלבן טאָג. אַז צפֿון־קאָרעע, מיט זײַן עקסטרעמען דיקטאַטאָר און נוקלעאַר געווער, ליגט נאָר אַ שעה צוויי פֿון סעוּל, איז מיר נישט אײַנגעפֿאַלן בעת דעם פֿרײַנדלעכן וויזיט. מע זאָגט, אַז דער חילוק צווישן די צוויי העלפֿטן פֿונעם האַלב־אינדזל איז געוואַלדיק גרויס אויף צפֿון הונגערט מען, און אויף דרום עסט מען צו זאַט; אויף צפֿון קען מען נישט אַרויסווײַזן קיין שום רעליגיעז געפֿיל, און אויף דרום איז מען פֿרײַ צו טאָן וואָס מע וויל: אַן אַבסורדער אָנגעשטרענגטער מצבֿ, וואָס ווערט ערגער פֿון טאָג צו טאָג.
נאָך דעם ווי מיר האָבן אָפּגעטרונקען אַ קאַווע אין אַ קאָרעיִשן "סטאַרבאָקס", האָט אינוואַ אונדז צוריקגעפֿירט צום פֿליפֿעלד, און אָן קיין שום פּראָבלעם (קיין וויזע דאַרפֿן די אַמעריקאַנער נישט האָבן אין דרום־קאָרעע) האָבן מיר ווײַטער ממשיך געווען אונדזער נסיעה צוריק אַהיים און זיך געזעגנט מיט סעוּל נאָך אונדזער בליץ־וויזיט.
פֿאָטאָס: נחמה סאָקאָלאָוו