ליטעראַטור
Arguing with the Storm: 
Stories by Yiddish Women Writers. Edited by Rhea Tregubov. 
New York: The Feminist Press at the City University of New York, 2008.
Arguing with the Storm: Stories by Yiddish Women Writers. Edited by Rhea Tregubov. New York: The Feminist Press at the City University of New York, 2008.

די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשידענע לייענערישע סבֿיבֿות. דאָס בוך איז כּולל דערציילונגען פֿון נײַן פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דרײַ צענטערס פֿון דער ייִדישער וועלט׃ מיזרח־אייראָפּע, ארץ־ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ קאָלעקטיווער מי פֿון עטלעכע ליבהאָבערינס פֿונעם ייִדישן וואָרט אין וויניפּעג, קאַנאַדע, וועלכע זײַנען באַווירקט געוואָרן דורך דער ערשטער פּובליקאַציע פֿונעם דאָזיקן מין, דעם זאַמלבוך פֿון פֿרויען־ליטעראַטור "געפֿונענע אוצרות" (1994), און האָבן באַשלאָסן ממשיך צו זײַן דעם דאָזיקן פּראָיעקט.

דאָס נײַע בוך האָט אַ סך מעלות. עס באַקענט דעם ענגלישן לייענער מיט נײַע נעמען פֿון ייִדישע שרײַבערינס, צוזאַמען מיט ווערטפֿולע ביאָגראַפֿישע און ביבליאָגראַפֿישע ידיעות. דער קורצער, אָבער זאַכלעכער אַרײַנפֿיר פֿון דער באַקאַנטער ליטעראַטור־פֿאָרשערין, קעטרין העלערשטיין, רעקאָנסטרויִרט דעם קולטורעל־היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון די ליטעראַרישע שאַפֿונגען. זי דערקלערט, אַז דער טיטל "געראַנגל מיטן שטורעם", וואָס איז גענומען געוואָרן פֿון רחל קאָרנס ליד "מײַן היים", שפּיגלט אָפּ דעם לייטמאָטיוו פֿונעם בוך׃ "די דערציילונגען און זכרונות אינעם דאָזיקן בוך לאָזן הערן שטימען פֿון כּעס און שיינקייט, ווי עס איז אין משך פֿון יאָרהונדערטער געווען דאָס שליחות פֿון דער דערציילערישער קונסט פֿון פֿרויען. מען האָט בײַ זיי אָפּגענומען דעם שופֿר, אָבער זיי האָבן געשריבן אויף ייִדיש."

פּונקט ווי דאָס פֿריִערדיקע זאַמלבוך פֿון פֿרויען־דערציילונגען "געפֿונענע אוצרות", פֿאַרמאָגט די דאָזיקע זאַמלונג אויך אַן אויסגעשפּראָכן פֿעמיניסטישע אָריענטאַציע. די רעדאַקטאָרן זײַנען אויסן צו ווײַזן, ווי אַזוי די פֿרויען זעען די וועלט, כּדי אַרויסצוברענגען די פֿרויען־דאַגות, און צו באַזינגען די פֿרויען־מעלות. אין אַזאַ "פּאַרטיייִשן" צוגאַנג צו ייִדיש שטעקט אַ געוויסע סכּנה פֿון פֿאַרוואַנדלען די ייִדישע קולטור אין אַ מין אילוסטראַציע פֿון געוויסע אידעאָלאָגישע פּרינציפּן.

די צרה מיט דער פֿעמיניסטישער, פּונקט ווי מיט יעדער אַנדערער אידעאָלאָגישער קריטיק פֿון ליטעראַטור, באַשטייט אין דעם, וואָס מען פּרוּווט, בכּיוונדיק אָדער ניט־בכּיוונדיק, צוצופּאַסן די ליטעראַרישע שעפֿערישקייט צו אַ סדום־בעטל פֿון פֿעסט־באַשטימטע פּרינציפּן. אָבער ליטעראַטור, ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער ווירקלעכקייט, איז פֿול געפּאַקט מיט כּלערליי קאָנפֿליקטן און סתּירות און לאָזט זיך ניט אויסטײַטשן פֿון איין אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, איז יעדע קריטיק אַזוי אָדער אַנדערש אידעאָלאָגיש, און עס איז ניצלעך פֿאַרן לייענער, ווען דער קריטיקער דערקלערט, וואָס ער האָט אין זינען געהאַט.

די דערציילונגען אין "געראַנגל מיטן שטורעם" אַנטפּלעקן פֿאַרן הײַנטיקן ענגלישן לייענער ביז גאָר פֿאַרשידענע צדדים פֿונעם ייִדישן לעבן אין פֿאַרשידענע עקן וועלט. די מחברינס האָבן כּסדר אַ באַשטימטע קריטישע פּאָזיציע לגבי דער ווירקלעכקייט, און דאָס מאַכט זייערע ווערק שאַרפֿער און מער קאָנטראַסטיש. זייער לעבנס־דערפֿאַרונג האָט געדינט ווי אַ רוישטאָף פֿאַר זייער כּוח־הדמיון, און גאַנץ אָפֿט נעמען זיי אויף זיך די ראָלע פֿון פֿאַרמיטלערינס צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם דור, און צווישן דער אַלטער און דער נײַער וועלט. די פֿרויען־שעפֿערישקייט איז ניט קיין אָפּגעגרענעצטער שטח, וואָס עקזיסטירט פֿאַר זיך, נאָר אַ וויכטיקער צענטראַלער טייל פֿון דער וועלט־לאַנדשאַפֿט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ פֿאַרבינדונג צווישן פֿאַרשידענע געביטן פֿון ייִדישן לעבן.

דאָס קאָן מען זאָגן סײַ וועגן די באַקאַנטע שרײַבערינס, אַזעלכע ווי רחל בראָכעס (וועלכע האָט, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל זוכה געווען צו ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש), חוה ראָזענפֿאַרב, ריקודה פּאָטאַש, און מלכּה לי; סײַ וועגן די, וואָס האָבן געשריבן, דער עיקר, פֿאַר די ייִדישע צײַטונגען (פֿרומע האַלפּערן, חנה ווידערמאַן), און סײַ וועגן די מעמואַריסטנס (ברײַנע בערקאָוויטש, פּעסיע פֿריינקל־זאַלצמאַן).

די קורצע, צומאָל גאַנץ פּשוטע, מעשׂיות באַהאַנדלען ברייטע היסטאָרישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס, פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם חורבן ביז צו די פּראָבלעמען פֿון ייִדישער אַסימילאַציע אין אַמעריקע. די האַנדלונג און די פּערסאָנאַזשן פֿון די דערציילונגען באַוועגן זיך צווישן דעם טורקעסטאַנישן מידבר און די לוקסוס־אַפּאַרטאַמענטן אויף פּאַרק־עוועניו אין ניו־יאָרק. בסך־הכּל, שפּיגלט די דאָזיקע ליטעראַטור אָפּ דעם קאָמפּליצירטן פּראָצעס, וואָס די היסטאָריקער רופֿן "די מאָדערניזירונג פֿונעם ייִדישן ציבור". אָבער יעדע באַזונדער דערציילן זיי וועגן עפּעס אַ צופֿאַל, אַ געשעעניש, וואָס האָט, אַזוי אָדער אַנדערש, געענדערט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער, אָדער שטעלן אונטער אַ פֿראַגע־צייכן דעם אַלגעמיינעם אמת.

די מעטאַפֿאָרן און אימאַזשן זײַנען לרובֿ גאַנץ פּשוטע, ווײַל די מעשׂיות זײַנען אָנגעשריבן פֿאַר אַ צײַטונג־לייענער. די פּאָליטישע אָריענטאַציע פֿון די שרײַבערינס איז כּסדר געווען אַ לינקע, ווײַל דווקא די לינקע פּרעסע האָט געהאַט מער אינטערעס אין דער סאָציאַלער קריטיק בכלל און אין דעם מצבֿ פֿון דער פֿרוי בפֿרט. יעדער גוטער שרײַבער איז במילא אַ קריטיקער פֿון זײַן סבֿיבֿה.

עס וויל זיך נאָך איין מאָל באַטאָנען, ווי וויכטיק ס׳איז פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש די טעטיקייט פֿון אָט די לייענקרײַזלעך, וועלכע קומען זיך צונויף אין פֿאַרשידענע עקן וועלט, כּדי צו לייענען און אַרומרעדן די ייִדישע ליטעראַטור. מע אַנטדעקט פֿאַרגעסענע נעמען און מע לייענט איבער פֿון דאָס נײַ די באַקאַנטע קלאַסיקער. פֿון דעם וואַקסט אַרויס אַ נײַער קאָרפּוס פֿון דער "ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק" און עס שאַפֿט זיך אַ נײַער מין לייענער, וואָס זוכט אַ לעקטור פֿאַר זיך. מען דאַרף אויך ספּעציעל באַדאַנקען די נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־צענטראַלע פֿאַר דער פּרעכטיקער מתּנה, וואָס זי האָט געגעבן אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש אין דער וועלט׃ די אָפֿענע עלעקטראָנישע ביבליאָטעק פֿון ייִדישע טעקסטן. איצט זײַנען מיר באַזאָרגט מיט ייִדישע ביכער ביז הונדערט־און־צוואַנציק.