עדוואַרדס בלינדער פֿאָטער אויף אַ גאַס אין דײַטשלאַנד |
מיר האָבן זיך מיט אַ יאָר צען צוריק צופֿעליק געטראָפֿן אויף אַן אויטאָבוס־סטאַנציע אין רחובֿות. לאַנג באַדאַרפֿט וואַרטן. און פֿאַרשטייענדיק, אַז מיר זײַנען ביידע עולים, פֿאַרפֿירט אַ שמועס: פֿון וואַנען קומט אַ ייִד, ווי גייט אײַך דאָ, וואָס טוט איר. אייגנטלעך איז דאָס ניט געווען קיין פּשוטער שמועס, ווײַל מיר האָבן גלײַך אויפֿגעקלערט, אַז מיר ריידן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. מײַנע שפּראַכן — ייִדיש, רוסיש, פּויליש — האָט דער ייִד ניט געקענט. העברעיִש האָבן מיר נאָך ביידע ניט געהאַט באַהערשט. האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אויף דײַטש, וואָס איז פֿאַר אים, פֿאַר עדוואַרד דאַהל, געווען זײַן מוטערשפּראַך, און פֿאַר מיר — אַ פֿרעמדשפּראַך, וועלכע איך האָב גוט געקענט.
זײַן לעבנס־געשיכטע, וועלכע ער האָט מיר אין קורצן באַוויזן צו דערציילן, האָט מיך אַזוי גערירט, אַז איך האָב באַשלאָסן ספּעציעל זיך נאָך אַ מאָל מיט אים צו טרעפֿן, כּדי זיך צו דערוויסן מער פּרטים. האָבן מיר — איך מיט מײַן מאַן — זיך אויסגעקליבן אים צו באַזוכן אין דעם מושבֿ־זקנים, וווּ ער האָט געוווינט מיט זײַן פֿרוי.
איך האָב שוין נאָך דער ערשטער באַגעגעניש געוווּסט, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק דאַהל איז עולה געווען פֿון מעלבורן (אויסטראַליע), ווײַל זייערע צוויי זין האָבן שוין געוווינט אין ישׂראל, און איינער פֿון זיי האָט דאָ געלערנט, געאַרבעט, פֿיל געביטן אין זײַן שטייגער לעבן, און שוין געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן אייגענעם לאַנד.
די משפּחה דאַהל האָט געשטאַמט פֿון דײַטשלאַנד. "מײַן פֿאָטער", האָט עדוואַרד דערציילט, "איז פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה געקומען קיין האָלאַנד, וווּ זײַנע צוויי עלטערע ברידער און אַ שוועסטער האָבן מיט דערפֿאָלג געפֿירט געשעפֿטן. אָבער ווען ס׳איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה, איז ער גלײַך אַנטלאָפֿן אַהיים, קיין דײַטשלאַנד, זיך געמאָלדן אין דעם מיליטער־באַצירק צו וועלכן ער האָט געהערט, און איז אַוועק אויפֿן פֿראָנט. שוין אין זעלבן, 1914טן יאָר, איז ער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין אַקסל, אָבער די וווּנד איז געווען ניט קיין שווערע. ער וואָלט דאָך באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער אַרמיי", באַמערקט עדוואַרד, "אָבער ער איז ווידער אַוועק פֿרײַוויליק אויפֿן פֿראָנט. ער איז געווען איבערגעגעבן “Dem Vaterland" און דערצו האָט אים געצויגן דער אָנטייל אינעם מאָדערנעם קריג מיט מאַשין־געווער און אַרטילעריע".
עדוואַרדס פֿאָטער האָט געקעמפֿט ביזן יאָר 1917, ווען ער איז שווער געטראָפֿן געוואָרן אין די אויגן און האָט פֿאַרלאָרן די ראיה. מען האָט אים געבראַכט צו פֿירן קיין דיסעלדאָרף און מע האָט מיטגעטיילט דער ייִדישער קהילה, אַז אין לאַזאַרעט איז אָנגעקומען זייערס אַ זעלנער פֿון פֿראָנט. ייִדישע מיידלעך פֿון שטאָט האָבן אָנגעהויבן אים צו באַזוכן און אײַנגעשטעלט אַ ריי, אין וועלכער יעדע פֿלעגט קומען אים אַרויספֿירן אויף אַ שפּאַצירגאַנג. זיי פֿלעגן זיך בײַטן, ביז איינע, עלי סערוואָס, האָט אָנגעהויבן אים באַזוכן אָפֿטער פֿון אַנדערע, פֿלעגט אים עפּעס פֿאָרלייענען און העלפֿן שרײַבן און וועלכע האָט אים מיט דער צײַט געשטעלט אויף די פֿיס.
"אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די ליבע צווישן מײַנע עלטערן", דערצלייט עדוואַרד, "צווישן מײַן מאַמען, דאָס שענסטע מיידל צווישן די וואָס פֿלעגן קומען אין לאַזאַרעט, און מײַן בלינדן פֿאָטער, וואָס האָט קיין מאָל ניט זוכה געווען צו זען איר שיינקײַט".
זייער חתונה איז פֿאָרגעקומען דעם 29סטן יאַנואַר פֿון יאָר 1920, אויסקלײַבנדיק די דאָזיקע דאַטע, ווײַל דאָס איז געווען דער געבורטסטאָג פֿונעם קײַזער ווילהעלם דעם צווייטן. יענעם יאָר האָט דער פֿאָטער, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם לאַזאַרעט, נאָכן קומען צו זיך און באַהערשן די פֿעיִקייט בלינדערהייט צו לעבן און אַרבעטן, זיך אַריבערגעקליבן פֿון דיסעלדאָרף אין אַ נאָענטער קלענערער שטאָט, וווּ ער האָט געעפֿנט אויפֿן וואָקזאַל אַ קרעמל פֿון ציגאַרן און פּאַפּיראָסן. דאָס געשעפֿט אויף אַ שטח פֿון 6 קוואַדראַט־מעטער די גרייס, האָט פּראָספּערירט — דער פֿאָטער האָט ריכטיק אויסגעקליבן דאָס אָרט.
"אין יוני 1921 בין איך געקומען אויף דער וועלט", דערציילט ווײַטער עדוואַרד, "אָבער אויך איך האָב ניט געהאַט דאָס גליק צו פֿאַרגעדענקען, ווי מײַן מאַמע האָט אויסגעזען. צוליב אַן אינפֿעקציע נאָך מײַן געבורט האָט זי שווער געקרענקט און איז אין נײַן חדשים אַרום געשטאָרבן. דער מאַמעס טויט האָט מײַן פֿאָטער אַזוי שווער געטראָפֿן, אַז ער איז שיִער ניט באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. נאָר איך, מײַן עקזיסטענץ, האָט אים אָפּגעהאַלטן דערפֿון. ער האָט אַרײַנגענומען אַהיים אַ ייִדישע שטוב־באַלעבאָסטע און אַ דינסטמיידל און ווײַטער געפֿירט זײַן געשעפֿט.
"די שטוב־באַלעבאָסטע, אַ 40־יאָריקע פֿרײַלין, האָט נאָך פֿינף יאָר אַרבעטן און לעבן בײַ אונדז געוואָלט חתונה האָבן מיט מײַן פֿאָטער. דאַן האָט ער געפֿונען אַן אַנדער באַלעבאָסטע. זיי, די שטוב־ווירטינס, האָבן זיך עטלעכע מאָל געביטן, ביז ס׳איז צו אונדז אָנגעקומען אַרבעטן פֿרוי ד״ר גרינוואַלד און איז געבליבן אונדזער באַלעבאָסטע אויף לאַנגע יאָרן. אָבער דער פֿאָטער האָט קיין מאָל ניט חתונה געהאַט נאָך מײַן מוטערס טויט.
"אין יאָר 1933 איז היטלער געוואָרן אין לאַנד דער רײַכס־קאַנצלער. איך, דאַן אַ 12־יאָריק קינד, פֿלעג לייענען דעם פֿאָטער די צײַטונגען און האָב אָנגעהויבן צו שטעלן פֿראַגעס: ׳וואָס וועלן מיר איצטער טאָן?׳ ‘דו האָסט זיך צו פֿיל אָנגעלייענט’, האָט ער מיר געענטפֿערט, ‘אָבער קיין זאַך ווערט ניט אַזוי געגעסן, ווי עס ווערט געקאָכט’. ס’האָט אויסגעזען, אַז ער איז גערעכט, רופֿנדיק מיך צו האָבן געדולד. זײַן געשעפֿט האָט אין אָנהייב פֿון דער נאַציצײַט טאַקע פּראָספּערירט ניט פּשוט גוט — בעסער ווי פֿאַר דעם! די באַוואָפֿענונג פֿון דער אַרמיי, די באַלעבטע באַוועגונג בײַ די באַנען האָט צוגעגעבן דער קליינער קראָם פֿון ציגאַרן און פּאַפּיראָסן קונים. אין יאָר 1933 האָבן די נאַציס אַפֿילו געדראָט, אַז אַזאַ געשעפֿט בײַ דעם אײַזנבאַן־וואָקזאַל טאָר ניט געהערן צו קיין ייִדן. דער פֿאָטער איז געפֿאָרן קיין בערלין, דאָרט זיך דערשלאָגן, מען זאָל אָפּשאַפֿן דעם באַשלוס צו ליקווידירן זײַן קראָם און ווײַטער אָנגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט פּאַפּיראָסן־אונטערנעמונגען, כּדי יעדן טאָג צו ברענגען אין געשעפֿט פֿרישע סחורה פֿון דער בעסטער קוואַליטעט. דאָס אַלץ האָט געדויערט ביזן 9טן נאָוועמבער 1938 — ביז דער קרישטאָלנאַכט אין דײַטשלאַנד, ווען ייִדישע קראָמען, אַנשטאַלטן, שילן זײַנען צעשטורעמט און צעראַבעוועט געוואָרן...
"מײַן פֿאָטער האָט ביז אַהער נאָך אַלץ געלעבט אין זײַן פֿאַרבלענדונג, אַז אים, אַ באַלוינטן מיטן אָרדן פֿון אײַזערנעם קרייץ, דעם געטרײַען דײַטשישן בירגער, וועט זײַן פֿאָטערלאַנד ניט באַעוולען", דערצלייט עדוואַרד. "אָבער אין מײַן באַוווּסטזײַן איז רײַף געוואָרן די שׂינאה צו די נאַציס. זײַענדיק אַלט אַ יאָר 16 האָב איך שוין באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד, און מײַן גוטער פֿאָטער האָט אַלץ געטאָן, איך זאָל דאָס דערגרייכן אויפֿן בעסטן אופֿן: אַוועקפֿאָרן קיין זשענעווע און אַרײַנטרעטן אין אַ שולע פֿאַר אויסדערוויילטע Ecof Internecional, וווּ ס׳האָט זיך דאַן צווישן אַנדערע געלערנט אַפֿילו די ענגלישע קעניגין. איך האָב זיך, אַגבֿ, געפֿוילט צו לערנען," איז זיך מודה עדוואַרד, "באַזונדערס שווער איז מיר געגאַנגען מיט שפּראַכן (פֿראַנצויזיש, לאַטיין), בעסער — מיט מאַטעמאַטיק. דאָס איז געווען אַ קאָסטבאַרע בידלונג. דער פֿאָטער איז גרייט געווען אַלץ צו דעקן, כאָטש די דײַטשן פֿלעגן היטן, אַז פֿון לאַנד זאָל ניט אַרויספֿליִען קיין געלט."
עלי סערוואָס, די פֿרי פֿאַרשטאָרבענע מוטער פֿון עדוואַרד דאַהל |
"צום לעצטן מאָל האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַן פֿאָטער אין אויגוסט 1939 אין האָלאַנד, וווּ ס׳האָט געוווינט זײַן שוועסטער מיט איר מאַן, אַ באַוווּסטער פּראָפֿעסאָר. דער פֿאָטער האָט געהאַט אַ דערלויבעניש צו זײַן אין האָלאַנד 3 וואָכן, און אַ האָלענדישער פּאָליציאַנט האָט געהיט, ער זאָל אין דעם באַשטימטן טאָג זיך אַרײַנזעצן אין באַן און פֿאָרן צוריק קיין דײַטשלאַנד. איז אָט, פֿאַר זײַן אַוועקפֿאָר האָבן מיר — איך מיט מײַן פֿאָטער, געפֿירט אונדזער לעצטן שמועס. איך האָב עס פֿאַרגעדענקט און גיב אײַך אים איבער גענוי":
איך — טאַטע, לאָמיר צוזאַמען פֿאָרן קיין ענגלאַנד, באַלד וועט דאָך אויסברעכן די מלחמה. לאָמיר דאָס מאַכן, איידער די ענגלענדער וועלן זיך אַרומזען, אַז דו האָסט ניט קיין דערלויבעניש דאָרט צו זײַן און מוזסט זיך אומקערן... און טאָמער וועלן זיי זיך שוין יאָ אַרומזען, וועלן זיי דאָך ניט צוריקשיקן אַ בלינדן מענטש קיין דײַטשלאַנד. אין ערגסטן פֿאַל וועט זיך די ייִדישע קהילה אין ענגלאַנד אָננעמען פֿאַר דיר...
דער פֿאָטער — יאָ, אָבער אויב די מלחמה וועט אויסברעכן, וועט די דײַטשישע אַרמיי פֿון אָנהייב קעמפֿן זיגרײַך, ווי דאָס איז שוין געווען אין יאָר 1915.
איך — די אָנפֿירער אין לאַנד ווייסן אָבער, אַז ווײַטער קען עס ניט גיין אַזוי גלאַט. און דאַן וועט מען אויסלאָזן דעם כּעס צו די ייִדן...
דער פֿאָטער — דאַן וועט מען יעדערן, ווער ס׳איז ניט אין דער אַרמיי שיקן אויף צוואַנגאַרבעט. אָבער וואָס וועלן זיי טאָן אַ בלינדן...
איך — ווען די דײַטשישע אַרמיי וועט שוין שטיין אין רוסלאַנד, וועלן זיי קיין אַלטן ייִדן ניט שפּײַזן...
דער פֿאָטער — טאָמער דאָס פּאַסירט, פֿאָר איך צוריק אין מײַן היימשטאָט גיילענקינכען לעבן אַכען און דאָרטן... דו ווייסט דאָך, אַז אויך הײַנט צו טאָג איז דאָרט ניטאָ קיין משפּחה, וואָס זאָל מיך ניט אײַנלאַדן צו זיך און זאָל זיך מיט מיר ניט טיילן מיטן שטיקל ברויט, ווי קליין דאָס שטיקל ברויט זאָל ניט זײַן...
"אַזוי האָט דער פֿאָטער גערעדט דאַן, אין אויגוסט 1939, דערמאָנענדיק דערבײַ, אַז דאָרט, אין זײַן היימשטאָט לעבט נאָך זײַן ברודער, אַן אָנגעזעענער מענטש. דער פֿאָטער איז אַוועקגעפֿאָרן אַהיים, און שוין אין יאָר 1940 האָבן די עס־עס־לײַט אים אַרעסטירט און אַרויסגעפֿירט אין לאַגער טערעזיענשטאַדט. דרײַ יאָר האָט ער דאָרט אָפּגעלעבט, ביז אַ נאַצי־אָפֿיציר איז אים איבערגעפֿאָרן מיט זײַן מאַשין, ווען ער, דער בלינדער אַסיר, איז אים ניט אַזוי שנעל אַראָפּ פֿון וועג..."
מײַן מיטשמועסער דערציילט מיר וועגן זײַן אייגענעם ווײַטערדיקן גורל ווי ער האָט, לעבנדיק אין ענגלאַנד, ביז אַ געוויסער צײַט דאָרט געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק. אָבער שפּעטער, ווי אַ "דײַטש", געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן אַרבעטסאָרט, ווײַל דאָס איז געווען אַ קריגסזאָנע; ווי די ענגלענדער האָבן אים אַרעסטירט און אַרויסגעשיקט פֿון לאַנד מיט אַ שיף "דונעראַ", וועלכע איז געשוווּמען קיין אויסטראַליע און געבראַכט אַהין 1,500 אינטערנירטע דײַטשישע ייִדן. ער האָט דערציילט, ווי אונטערוועגנס האָט זיי אָנגעגריפֿן אַ דײַטשישע אונטערוואַסער־שיף און ווען זי האָט זיך אויפֿגעהויבן אויפֿן אייבערפֿלאַך און מען האָט פֿון דאָרט דערהערט, אַז אויף דער "דונעראַ" רעדט מען דײַטש, האָבן זיי געמיינט, אַז דאָס זײַנען דײַטשישע קריגס־געפֿאַנגענע...
ווען עדוואַרד איז אָנגעקומען קיין אויסטראַליע און אָפּגעאַרבעט דאָרט עטלעכע יאָר, האָט ער צונויפֿגעקליבן געלט, זיך אײַנגעלעבט אין דעם לאַנד, זיך באַקענט מיט אַ מיידל פֿון דײַטשלאַנד, גרעטאַ שניטלינגער, זיך פֿאַרליבט און אויסקלײַבנדיק דעם טאָג פֿון שׂימחת־תּורה אין יאָר 1949 חתונה געהאַט מיט איר.
דערציילנדיק דאָס איז עדוואַרד זיך מודה, אַז ער האָט געהאַט שווערע ספֿקות, צי זאָל ער מיט איר בויען אַ משפּחה. ער האָט באַמערקט, אַז זי עסט פֿאָרזיכטיק, לויט אַ דיעטע און זיך דערוווּסט אַז זי האָט פּראָבלעמען מיטן געזונט. צי וועלן זיי קענען האָבן קינדער? צי וועט איר קראַנקייט ניט אַריבערגיין בירושה? ער האָט באַזוכט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין, געגאַנגען נאָך אַן עצה צום הויפּט־ראַבינער פֿון סידני. אָבער אויף זײַן באַשלוס האָבן שטאַרקער געווירקט זײַנע אייגענע געדאַנקען און דערינערונגען. ער האָט זיך דערמאָנט וועגן דעם מסירת־נפֿש פֿון זײַן מאַמען, וועלכע האָט ליב באַקומען אַ בלינדן קריגס־אינוואַליד און חתונה געהאַט מיט אים און וועגן דעם פֿאָטער, וועלכער האָט קיין מאָל ניט געזען איר שיינקייט און פֿרי פֿאַרלירנדיק זי, געליבט די מאַמע זײַן גאַנץ לעבן. עדוואַרד האָט זיך פֿאַרשעמט פֿאַר זײַנע ספֿקות און חתונה געהאַט מיט גרעטאַ, וועלכע האָט אים געבוירן צוויי זין און אָפּגעלעבט מיט אים צוזאַמען ביזן טיפֿן עלטער.
* * *
פֿון דעם טאָג, ווען איך האָב צוזאַמען מיט מײַן מאַן באַזוכט עדוואַרדן אין דעם רחובֿותער מושבֿ־זקנים און מיר האָבן גוטע עטלעכע שעה געשמועסט וועגן דעם מענטשנס לעבן, זײַנען פֿאַרלאָפֿן מער ווי צען יאָר. די נאָטיצן, וועלכע איך האָב דאַן געמאַכט, זײַנען בײַ מיר געבליבן ליגן אין אַרכיוו. אין אונדזער אייגענעם לעבן זײַנען אָנגעקומען ביטערע צײַטן — מײַן מאַן האָט לאַנג און שווער געקרענקט און איז אַוועק פֿון דער וועלט. איך ווייס ניט, צי איך וואָלט זיך גיך אומגעקערט צו דער טעמע (דער גורל פֿון דער משפּחה דאַהל), ווען איך וואָלט אין אַ געוויסן טאָג ווידער, ווי צום ערשטן מאָל, ניט געטראָפֿן עדוואַרדן אויף אַן אויטאָבוס־סטאַנציע. ער האָט מיך קוים דערקענט, אָבער דערמאָנענדיק זיך, ווער איך בין, מיך לאַנג אײַנגערעדט און זייער געבעטן איך זאָל באַשרײַבן אין צײַטונג דאָס אַלץ, וואָס ער האָט אונדז געהאַט דערציילט. "הײַנט וואָלט איך דאָס שוין ניט געקענט דערציילן, איך געדענק ניט, איך האָב פֿאַרלוירן מײַן זכּרון", האָט ער געזאָגט, צוגעבנדיק מיט אומעט: "די זיקנה..." און געגעבן מיר צוויי פֿאַרבליבענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע עלטערן.