דווקא אין די טעג, ווען ייִדן איבער דער וועלט מערקן אָפּ דעם 66סטן יאָרצײַט נאָך אונדזערע אומגעקומענע קדושים, די העלדישע אויפֿשטענדלער אין דער וואַרשעווער געטאָ, גייט ווײַטער אָן דער מיאוסער האַנדל אַרום דעם מערדער איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק. ער ווערט באַשולדיקט דורך דעם דײַטשישן געריכט אין דער אַקטיווער מיטהילף בײַם אומברענגען אַרום 30 טויזנט ייִדן אין די טויט־לאַגערן סאָביבאָר, מײַדאַנעק און טרעבלינקע.
ער האָט דערלעבט ביז 89 יאָר. אין 1988 איז ער געווען פֿאַרמישפּט אין ישׂראל צום טויט, אָבער אין 1993 אַרויסגעלאָזט צו לעבן פֿרײַ ווײַטער, מחמת ס‘איז נישט געווען גענוג באַווײַזן, אַז דווקא דעמיאַניוק איז געווען דער שרעקלעכער מערדער, וואָס איז געקרוינט געוואָרן מיטן צונאָמען "איוואַן גראָזני". זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, איז ער אין 2001 ווידער געשטעלט געוואָרן פֿאַרן געריכט, ווי אַ באַשולדיקטער אין אויסבאַהאַלטן פֿאַקטן פֿון זײַן נאַצישער פֿאַרגאַנגענהייט בײַם אַרײַנפֿאָרן אין לאַנד. איצט וואַרט ער אַרויסגעשיקט צו ווערן קיין דײַטשלאַנד.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דעמיאַניוק לייקנט אָפּ זײַנע פֿאַרברעכנס, און דערווײַזן זיי איז אויך נישט אַזוי פּשוט. די פֿאַרפּײַניקטע קאָנען קיין עדות נישט זײַן, און די וואָס ס‘האָט זיך זיי אײַנגעגעבן אַרויסצורײַסן פֿון דעם גיהנום, זײַנען שוין אויך מער נישטאָ צווישן די לעבעדיקע. איוואַן דעמיאַניוק לעבט, און שלאָגט זיך, צוזאַמען מיט זײַנע אַדוואָקאַטן, פֿאַר זײַן שטיקל לעבן מיט אַלע כּוחות און קונצן. ווי מיר ווייסן, האָט אַ ספּעציעלער קאָמיטעט פֿון דער אימיגראַציע־דינסט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָפּגעוואָרפֿן די ביטע פֿון דעמיאַניוק, וואָס וואָלט געקאָנט אָפּשטעלן זײַן דעפּאָרטאַציע קיין דײַטשלאַנד.
יאָ, מיר לעבן אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט מיט געזעצן, וואָס די פֿאַרברעכערס און זייערע אַדוואָקאַטן נוצן זייער פֿיפֿיק אויס. אַזוי אויך איצט, האָבן זיי דערלאַנגט אַן אַפּעלאַציע אינעם אַמעריקאַנער פֿעדעראַלן געריכט, וווּ עס ווערט אָנגעוויזן, אַז אַזאַ יאַזדע קיין דײַטשלאַנד, וועט דער אַלטער נישט אויסהאַלטן. ס’איז פֿאַר אים ממש אַ פּײַניקונג... דערצו איז ער נאָך נישט געזונט אויך. אין דער ביטע, דערלאַנגט אינעם מינכענער קרײַז־געריכט, ווערט אָנגעוויזן, אַז דעמיאַניוק האָט אַ ראַק אויף די נירן און ער מוז דורכמאַכן כעמיע־טעראַפּיע.
שטעלט זיך די פֿראַגע: שוין זשע איז פֿאַר די ייִדן אַזוי וויכטיק, אַז דער 89־יעריקער דעמיאַניוק זאָל זײַן פֿאַרמישפּט און פֿאַרענדיקן זײַן נישטיק לעבן אין תּפֿיסה? פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַן עלטער און זײַן געזונט־צושטאַנד רופֿן אַרויס מיטפֿילונג. צי האָט אָבער דער זעלבער דעמיאַניוק, מיט אַרום יאָר 65 צוריק, זײַענדיק אַ פֿעסט־צונויפֿגעקלאַפּטער אוקראַיִנישער בחורעץ, כאָטש אויף אַ רגע געצווייפֿלט, ווען ער פֿלעגט זיך באַטייליקן אין די אַקציעס פֿון אומברענגען אַלטע און יונגע, קראַנקע און געזונטע מענטשן און קינדער?
דאַכט זיך אַ נאַיִווע פֿראַגע. און דאָך, קאָן מען הײַנט לייענען אין דער צעצווײַגטער עלעקטראָנישער פּרעסע, אַז איוואַן דעמיאַניוק איז "אַ מענטש מיט אַ קאָמפּליצירטן גורל", און דאַרף געשטעלט ווערן אין איין ריי "מיט די העלדן, וואָס האָבן געקעמפֿט צו באַפֿרײַען די ווײַסע נאַציע".
ס‘איז דאָ אויך אַן אַנדער מיינונג, למשל, פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון דער אַנאַליטישער דינסט בײַ דער רוסלענדישער באַוועגונג פֿון "מענטשנרעכט", יעווגעני איכלאָוו. און אָט וואָס ער האָט געזאָגט: "דעמיאַניוק איז שוין זייער אַן אַלטער מענטש. לויט די געזעצן פֿון דער נאַטור, וועט ער אין עטלעכע יאָר אַרום שטאַרבן. דעם גאַנצן אמת ווייסט נאָר ער אַליין. איך מיין, אַז אויף יענער וועלט וועט מען אים צושטעלן אַ פֿולן חשבון, אַזוי ווי ער פֿאַרדינט עס: צי ווי דעם וועכטער, צי ווי דעם אָנטייל־נעמער אין די מאַסן־הריגות. דאָרטן וועט מען שוין אַלץ אויסקלאָרן..."
מיר האָבן געשטעלט די פֿראַגע דעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער, מישע לעוו, וואָס האָט זײַן גאַנץ שאַפֿעריש לעבן אָפּגעגעבן צו שילדערן די ייִדישע גבֿורה, בתוכם אינעם טויט־לאַגער סאָביבאָר. זײַן ענטפֿער איז געווען קורץ און פּינקטלעך, ווי אַ פּסק־דין: "דאָ גייט אַ רייד נישט נאָר וועגן נקמה, כאָטש מע זאָגט, אַז פֿאַרגאָסן בלוט רוט נישט; דאָ גייט די רייד וועגן די הײַנטיקע רוצחים און ייִדן־פֿײַנט, וואָס קענען עס איבערחזרן. זאָל אויף זיי ציטערן די הויט!"
מע זאָגט אויך, אַז אַ שטיין אויפֿן קבֿר שטעלט מען נישט אַזוי פֿאַר די טויטע, נאָר אַז די לעבעדיקע זאָלן עס געדענקען. דער מערדער איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק מוז אַרויסגעשיקט ווערן פֿון אַמעריקע קיין דײַטשלאַנד און דאָרט געמישפּט ווערן. זאָל שוין דער יושר מאַכן אַ סוף צו די ווילדע מאַניפּולאַציעס מיטן אָנדענק פֿון אונדזערע קדושים.