|
רעקלאַמע פֿון פּסח־אונטערנעמונגען אין פּעטערבורג, רוסלאַנד |
Getty Images |
איר ווייסט, אַוודאי, אַליין, ווי איבערגעלאָדן ווערט דער טעלעפֿאָן אין די פּסחדיקע טעג: מע קלינגט פֿון אַנדערע שטעט און לענדער, מע ווינטשט איינער דעם אַנדערן געזונט, מזל וכ׳, און מע שמועסט פּשוט. רעד איך אָט אַזוי מיט אַ גוטן חבֿר מײַנעם, וואָס וווינט אין פּעטערבורג (אין רוסלאַנד, ניט אין פֿלאָרידע), און ער זאָגט מיר: “דו ווייסט, איך וועל דיר באַלד איבערשיקן אַ טשיקאַוון פֿאָטאָ פֿון דער רעקלאַמע, וואָס איך זע פֿון מײַן פֿענצטער".
די דיגיטאַלע טעכניק טוט ניסים, אַזוי אַז איר קענט אויך הנאה האָבן קוקנדיק אויף דעם דאָזיקן פֿאָטאָ: דעם פּלאַקאַט האָט מען אויפֿגעהאָנגען אויף דער פּעטערבורגער גאַס, וווּ עס געפֿינט זיך מײַן פֿרײַנדס דירה.
די גאַס טראָגט דעם נאָמען פֿון מאָריס טאָרעז, וואָס איז בשעתּו געשטאַנען בראָש דער פֿראַנצויזישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. אַגבֿ, אויב עס גייט שוין די רייד וועגן טאָרעזן, וועל איך דערמאָנען, אַז ער האָט אין די סוף 1950ער יאָרן צוגעלייגט די האַנט צום אויספּועלן בײַ די סאָוועטישע מנהיגים, מע זאָל אין מאָסקווע ווידער — נאָך דעם פּאָגראָם אין סוף 1940ער יאָרן — אָנהייבן דרוקן ייִדישע ביכער. אָבער ער האָט, בלי-ספֿק, אין קיין קאָשמאַר ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אויף “זײַן" גאַס, אין דער וויג-שטאָט פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, וועט דער חב״דישער אַגיטפּראָפּ אויפֿהענגען דעם ריזיקן פּלאַקאַט “וועסנע, מצה, פּסח".
ס׳איז טאַקע משיחס צײַטן. ווי עס האָט מיטגעטיילט די צענטראַלע רוסישע אינפֿאָרמאַציע-אַגענץ “איטאַר-טאַס", זײַנען אין לאַנד איצט טעטיק צוויי הונדערט ייִדישע קהילות פֿון דרײַ מינים (מיר געפֿעלט די אייגנאַרטיקע קלאַסיפֿיקאַציע זייערע!): אָרטאָדאָקסישע, מאָדערנע און חסידישע. וואָס שייך דער חסידישער ריכטונג, הערט מען רק וועגן די ליובאַוויטשער. זייער וועבזײַטל www.matza.ru דערקלערט, וואָס מע דאַרף טאָן אין די פּסחדיקע טעג און אין וועלכע שילן דאַרף מען גיין. מע ברענגט, פֿאַרשטייט זיך, נאָר די אַדרעסן פֿון די צענדליקער ליובאַוויטשער שילן, אין רוסלאַנד און אין אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע מקומות.
אין דער פּרעסע האָט זיך לעצטנס “דורכגעטריפֿט" שוין אַ גאָר האָליוווּדער סיפּור-המעשׂה. מע טענהט, אַז זיבן טאָן מצה, אויסגעאַרבעט אין דניעפּראָפּעטראָווסק, אוקראַיִנע, האָט דער חב״ד בגנבֿה איבערגעשיקט אין איראַן, וווּ עס בלײַבט נאָך אַ ייִשובֿ פֿון בערך 20 טויזנט ייִדן. מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, ניט געטאָרט שיקן קיין מצה פֿון ישׂראל, ווײַל פֿאַר אַרײַנפֿירן אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן סחורה פֿון דאָרטן קען מען אין איראַן באַשטראָפֿט ווערן מיט דרײַ יאָר תּפֿיסה. אַזוי אַרום איז מצה פֿון אוקראַיִנע אַ סך כּשרער אין טעהעראַן און אין איראַן בכלל. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער היסטאָריש-סימבאָלישער וויכטיקייט, וואָס די שטאָט דניעפּראָפּעטראָווסק (פֿריִער — יעקאַטערינאָסלאַוו) האָט פֿאַר ליובאַוויטשער חסידים. דאָרטן איז דאָך דער הויפּט-רבֿ געווען דעם ליובאַוויטשער רביס פֿאָטער, הרבֿ לוי יצחק שניאורסאָן. אין יאָר 1939, ערבֿ פּסח, האָט די סאָוועטישע פּאָליציי אים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין קאַזאַכסטאַן, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעבן אין 1944. הײַיאָר, אויך ערבֿ פּסח, איז דער בנין, וווּ הרבֿ שניאורסאָן האָט געוווינט אין דניעפּראָפּעטראָווסק געווען פֿײַערלעך באַפּוצט מיט אַ מעמאָריאַל-טאָוול.
אין רוסלאַנד האָט ערבֿ פּסח אַ שטיקל סקאַנדאַל געמאַכט אַ לערנבוך מכּוח דער סאָוועטישער געשיכטע אין די יאָרן פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס “פּערעסטרויקע", 1985—1991. דער מחבר פֿונעם בוך, וואַסילי דראָזשין, איז אַן 80־יאָריקער פּראָפֿעסאָר אין דעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט פֿאַר פּאָליציי-אָפֿיצירן. דראָזשין איז שוין לאַנג באַקאַנט ווי אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון אַמעריקאַנער אימפּעיראַליזם, אָבער אַזאַ פּאָזיציע איז לחלוטין ניט קיין סענסאַציאָנעלע אין רוסלאַנד, בפֿרט אויב די רייד גייט וועגן דעם עלטערן דור היסטאָריקער. דראָזשינס לערנבוך האָט יאָ געמאַכט אַ סענסאַציע, ווײַל ס׳איז פֿול מיט אַנטיסעמיטישע ווילדקייטן. למשל: “טראָצקי איז געווען אַ שליח פֿון ציוניסטישע קרײַזן", “די ציוניסטן האָבן פֿיזיש ליקווידירט סטאַלינען", און גאָרבאַטשאָוו איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ ייִד און דערפֿאַר טאַקע האָט ער רויִנירט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ווען די רוסישע מעדיאַ האָט דערציילט וועגן אָט די אײַנפֿאַלן פֿונעם היסטאָריקער, האָט מען דעם טיראַזש פֿונעם בוך צעשטערט, אָבער דער פּראָפֿעסאָר האָט ניט אויפֿגעהערט צו לערנען ווײַטער די יונגע פּאָליציאַנטן. עס לערנען דאָרטן אויך די צוויי אַנדערע פּראָפֿעסאָרן, וועלכע האָבן גוטגעהייסן די אויסגאַבע.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ קליינער עפּיזאָד אין פֿאַרגלײַך מיט דער ראַדיקאַלער שינוי, וואָס מע זעט אין רוסיש-ייִדישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען, אַז אין די סאָוועטישע יאָרן האָט מען אָפֿט מאָל געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט קריגן מצה. כ׳געדענק ווי מײַן מאַמע פֿלעגט עס אַליין באַקן, כּדי באַזאָרגן, לכל-הפּחות, די באָבע און דעם זיידן. מצה האָט מען געפּרוּווט שיקן קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿון אויסלאַנד, אָבער מע האָט עס אויך גאָר ניט שטענדיק דורכגעלאָזט, ווײַל די פּאַרטיי-חכמים האָבן אין דעם געזען "אַן אידעאָלאָגישע דיווערסיע“. אין יאָר 1977 האָט די רעגירונג פֿאַרבאָטן אַרײַנצופֿירן אין לאַנד אַלע “מעליקע אויסאַרבעטונגען", אָבער געמיינט האָט עס פֿאַקטיש נאָר איין פּראָדוקט פֿון מעל — מצה.
די שפּראַך אַליין שפּיגלט אָפּ די דראַמאַטישע שינוי. פֿריִער האָט מען אין רוסיש ניט גענוצט די ווערטער песах אָדער пейсах, ד׳׳ה. “פּסח", מחמת אויף רוסיש האָט מען עס תּמיד גערופֿן еврейская пасха, “ייִדישע פּאַסכע". הײַנט איז דאָס וואָרט אַרײַן אין רוסיש. כאַראַקטעריש, אַז מיט פּסח, און ניט מיט דער “רוסישער פּאַסכע", האָט די ייִדן באַגריסט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדעוו.