צום ערשטן מאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ אינעם סאַמע צענטער פֿון קעשענעוו, בײַם אַרײַנגאַנג אינעם שטאָטישן פּאַרק, וואָס הייסט הײַנט "אייראָפּע־פּלאַץ". אַזאַ נאָמען האָט צוגעטראַכט דער איצטיקער מעיאָר פֿון קעשענעוו דאָרין קירטאָאַקע, ווי אַ סימבאָל פֿון די באַמיִונגען מצד דער איצטיקער מאַכט אײַנצושליסן מאָלדאָווע אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די מאַכט־פֿאָרשטייער האָבן אַליין פֿאָרגעלייגט דער קעשענעווער ייִדישער קהילה אויפֿצושטעלן אַ מנורה אויף אַזאַ אָרט.
ווײַזט אויס, אַז זיי האָבן געוואָלט נאָכפֿאָלגן דעם מוסטער פֿון מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע; די חנוכּה־לעמפּ ברענען אין די צענטערס פֿון לאָנדאָן, פּאַריז, מאָסקווע, בריסל און אַנדערע גרויסע שטעט, וווּ די אָרטיקע אָנגעזעענע פּאָליטישע טוער פֿאַרזאַמלען זיך כּסדר בײַם אָנצינדן די ערשטע ליכט.
בײַ אונדז, אין קעשענעוו, האָבן זיך אַ צאָל באַקאַנטע פּערזאָנען אויך באַטייליקט אין דער דאָזיקער פֿײַערלעכער צערעמאָניע: פֿאָרשטייער פֿון דער נײַער רעגירונג, אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַ צאָל מלוכות און אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה. בקיצור, מע האָט דורכגעפֿירט אַ פֿײַערלעכע און לוסטיקע אונטערנעמונג — מ׳האָט צעטיילט פּאָנטשיקעס און ס׳האָט זיך געהערט ייִדישע מוזיק. אַ סך פֿאַרבײַגייער האָבן אויך פֿאַרזוכט די פּאָנטשיקעס און באַגריסט די ייִדן מיטן יום־טובֿ פֿון ליכט — חנוכּה.
די אָנצינדונג־צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק. זונטיק האָבן אַנדערע מינים "געסט" באַזוכט דעם חנוכּה־לאָמפּ. אַ פּראָצעסיע פֿון בערך אַ הונדערט פּאַרשוינען, בראָש מיט אַנאַטאָלי קיבריק, דער גלח פֿון דער "צערקווע פֿון הייליקער פּאַראַסקעווע", איז דורכגעגאַנגען מיט אַ קרייצגאַנג דורך דעם פּאַרק מיט אַנטיסעמיטישע פּלאַקאַטן. שעלטנדיק די ייִדן, האָבן זיי צעשטערט די מנורה, און געבראַכט אירע טיילן צום פּעדעסטאַל פֿונעם מאָלדאַווישן קיניג, שטעפֿאַן טשעל מאַרע, וועלכער שטייט נישט ווײַט פֿונעם פּאַרק, אויפֿן צענטראַלן שטאָטישן פּלאַץ.
דער גאַנצער אינצידענט איז געשען 12 אַזייגער בײַטאָג, פֿאַר די אויגן פֿון אַ גרויסן עולם, אַרײַנגערעכנט קאָרעספּאָנדענטן מיט ווידעאָ־קאַמערעס. דעם זעלבן טאָג אין אָוונט האָט מען געוויזן די גאַנצע סצענע אין די טעלעוויזיע־נײַעס. די פּאָליציי, וועלכע איז דאָרטן אויך בײַגעווען, האָט זיך נישט אַרײַנגעמישט; שפּעטער, האָבן די פּאָליציאַנטן דערקלערט, אַז צווישן דעם המון זענען געווען סכּנותדיקע פּאַרשוינען, באַוואָפֿנט מיט אײַזערנע שטענגלעך, רערן און שטעקנס, דערפֿאַר האָבן זיי געשוויגן, כּדי אויסצומײַדן אַ מעגלעכן בלוטיקן צוזאַמענשטויס.
אין קורצן, איז קעשענעוו ווידער געוואָרן אַ שאַנדע פֿאַר דער גאַנצער וועלט — אַזוי ווי מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אַפּריל. אָבער איך האָב זיך דערמאָנט די געשעענישן פֿונעם יאָר 1903, ווען דער צעיושעוועטער המון, מיט רעליגיעזע געזאַנגען און די אַנטיסעמיטישע לאָזונגען, איז געגאַנגען הרגענען ייִדן.
דער גלח קיבריק האָט אַליין דערקלערט, אַז "דאָס אויפֿשטעלן אַ ייִדישן סימבאָל אינעם צענטער פֿון אַ פּראַוואָסלאַוונער הויפּטשטאָט איז אַ באַליידיקונג פֿאַר אַלע מאָלדאַווישע קריסטן" — דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן דעם דאָזיקן סימבאָל אַראָפּצונעמען. ווער האָט אָבער געגעבן דעם פֿינצטערן המון דאָס רעכט צו וואַנדאַליזירן, פֿאַרשוועכן אַ הייליקטום פֿון אַן אַנדער פֿאָלק?
מיר דאַכט זיך, אַז די איצטיקע פּאָליטישע לאַגע אין מאָלדאָווע, דאָס קרימינעלע הפֿקרות, רופֿט אַרויס אַ העזה־געפֿיל צווישן די באַנדיטן און וואַנדאַלן, בתוכם אַזעלכע, וואָס גייען אין קלויסטער, וווּ עס פּרעדיקט אַנאַטאָלי קיבריק. דער עולם אין קעשענעוו האָט ווידער מורא אַרויסצוגיין אויף דער גאַס בײַנאַכט פֿון דער שטוב; אין די נײַעס הערט מען כּסדר וועגן מאָרד און רויבערײַ.
מאָנטיק, האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער קעשענעווער ייִדישער קהילה פֿאַרזאַמלט אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער מ׳האָט דערציילט די פּרטים פֿונעם זונטיק־אינצידענט און געמאָלדן, אַז מע וואַרט פֿון דער מלוכה און דער פּראַוואָסלאַוונער קירך אַן אָפֿיציעלע רעאַקציע, זיי זאָלן פֿאַרדאַמען דעם הײַנטיקן גענוי אָרגאַניזירטן פּאָגראָם, כּדי אַזעלכע געשעענישן זאָלן מער קיינמאָל נישט געשען.
בעת דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט דער ישׂראלדיקער קאָנסול אין מאָלדאָווע, סטאַוו נעזשינסקי, געזאָגט, אַז דער נײַער אַנטיסעמיטישער אַקט אין קעשענעוו האָט שאָקירט די ישׂראלים. דאָס ישׂראלדיקע אויסערן־מיניסטעריום האָט שוין געשיקט אַ פּראָטעסט־נאָטע אינעם מאָלדאַווישן אויסערן־מיניסטעריום.
וואָס שייך דעם פֿאַרשוועכטן חנוכּה־לאָמפּ, האָט מען צונויפֿגעקליבן די טיילן און אויפֿגעשטעלט די מנורה לעבן דעם חורבן־מעמאָריאַל אויף דער "ירושלים־גאַס", וווּ מע האָט זונטיק אויפֿדערנאַכט אָנגעצונדן די דריטע ליכט.