דעם 5טן אַפּריל וועלן אין מאָלדאָווע דורכגעפֿירט ווערן די פּאַרלאַמענט־וואַלן. די איצטיקע וואַל־קאַמפּיין גייט דורך אין אַ באַזונדער שווערער צײַט, צוליב דעם וועלט־קריזיס בכלל, און דעם קריטישן פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד בפֿרט. דערווײַל האָט דער עקאָנאָמישער קריזיס פֿאַרטשעפּעט מאָלדאָווע נאָר מיט איין פֿליגל — ס‘איז געפֿאַלן דאָס בויען נײַע הײַזער, וואָס האָט לעצטנס זיך גוט אַנטוויקלט; צוליב דעם, וואָס פֿון אויסלאַנד, באַזונדערס פֿון מערבֿ־אייראָפּע און רוסלאַנד,
האָבן זיך אָנגעהויבן אומצוקערן די מאָלדאַווישע גאַסט־אַרבעטער, האָט זיך אויסגעשעפּט דער וואַלוטע־אַרײַנשטראָם, וואָס איז געווען אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם מלוכה־בודזשעט; די אַרבעטלאָזיקייט שטײַגט פֿון טאָג צו טאָג.
פֿונדעסטוועגן, האָט דער פֿאַקט, וואָס אין מאָלדאָווע איז נאָך זייער שוואַך אַנטוויקלט די בערזע־סיסטעם און כּמעט אַלע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען זײַנען ענג פֿאַרבונדן מיט דער דאָרף־ווירטשאַפֿט, דאָס הייסט, מיט פּראָדוצירן שפּײַז־פּראָדוקטן, ווײַן און בראָנפֿן, קאָנסערוון פֿון הייבסטן און פֿרוכטן (עסן מוז מען דאָך סײַ־ווי, נישט געקוקט אויפֿן קריזיס), פֿילט זיך מאָלדאָווע נישט זייער געטראָפֿן פֿון דער גלאָבאַלער אָנשיקעניש. אין דער רשימה, צוגעשטעלט פֿון דער "יו־ען", געפֿינט זיך מאָלדאָווע אויפֿן 5טן אָרט פֿון די געליטענע.
און ס'איז טאַקע אמת, די פֿינאַנץ־סיסטעם איז אַ סטאַבילע; קיין איין באַנק האָט נישט באַנקראָטירט; די אָרטיקע וואַלוטע — לעי, האַלט זיך סטאַביל צום דאָלאַר און יוראָ. אין דער זעלבער צײַט, איז בײַ אונדזערע שכנים, רוסלאַנד און אוקראַיִנע, דאָס געלט זייער געפֿאַלן. אַוודאי, קוקנדיק אויף דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין דער וועלט, ווערט קאַלעמוטנע אויפֿן האַרצן, אָבער די מאַכט פֿון די קאָמוניסטן, וואָס פֿירט אָן מיטן לאַנד שוין אָט אַכט יאָר, האַלט אין איין פֿאַרזיכערן די באַפֿעלקערונג, אַז קיין סיבות צו זײַן נישט רויִק איז ניטאָ — אַלץ געפֿינט זיך אונטער דעם קאָנטראָל. ווי אַ באַווײַז דערפֿון, האָט די רעגירונג, פֿון ערשטן יאַנואַר געהעכערט די געהאַלטן בײַ אַלע בודזשעט־אַרבעטער — דאָקטוירים, לערער, קולטור־טוער און אַנדערע — אויף 20 פּראָצענט. אויך די פּרײַזן אויף אייניקע מינים ברויט איז אַראָפּגעלאָזט געוואָרן. דער אָפּאָזיציע־לאַגער טענהט, אַז דאָס זײַנען "פּאָפּוליסטישע שטיק", צו פֿאַרנאַרן די וויילער.
לויטן אויספֿרעג, האָבן אַ רעאַלן שאַנס אויסגעוויילט צו ווערן אין פּאַרלאַמענט (דער דורכגאַנג־פּראָצענט איז צו אַ הויכער — 6%), בלויז דרײַ פּאַרטייען: די קאָמוניסטישע פּאַרטיי, די ליבעראַלע און דער אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע", הגם אין דעם וואַל־געיעג האָבן זיך געלאָזט 18 פּאַרטייען און 5 אומאָפּהענגיקע קאַנדידאַטן. אינטערעסאַנט איז (און אפֿשר פֿאַרקערט), אַז אין אַלע פּאַרטיי־פּראָגראַמען זײַנען נישטאָ קיין אַלטערנאַטיווע פֿאָרשלאָגן. אַלע ווילן העכערן דעם לעבנס־ניוואָ אין לאַנד (מאָלדאָווע איז טאַקע דאָס אָרעמסטע לאַנד אין אייראָפּע); זיך אינטעגרירן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, צו לייזן דעם קאָנפֿליקט צווישן מאָלדאָווע און בײַדנעסטער־רעפּובליק (דאָ זײַנען בפֿירוש פֿאַראַן סתּירות: די פּראָ־רומענישע ליבעראַלע פּאַרטיי און אַנדערע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטייען, באַהאַלטן נישט אויס זייערע פּלענער, אַז אויב זיי נעמען איבער די מאַכט, וועלן זיי זיך פֿאַראייניקן מיט רומעניע און דערמאָנען אַפֿילו נישט דעם קריזיס מיט דער בײַדנעסטער־אומאָפּהענגיקייט).
די ליבעראַלע פּאַרטיי האָט זיך בכלל אַרויסגעוויזן צווישן די אַקטיווסטע און סקאַנדאַליעזע פּאַרטייען ביז אַהער. זי איז אַרויסגעקומען אויף דער פּאָליטישער אַרענע אויפֿן אָרט פֿון דער קריסטלעך־דעמאָקראַטישער פֿאָלקס־פּאַרטיי, וועלכע האָט אויפֿגערודערט די באַפֿעלקערונג בעת די פֿאָריקע וואַלן, שטרעבנדיק אַרײַנצוברענגען אין מאָלדאָווע דעם "אָראַנדזש"־גײַסט, ווי ס‘איז געשען אין קיִעוו. באַקומען אינעם איצטיקן פּאַרלאַמענט דעם פּאָסטן פֿון וויצע־ספּיקער, איז דער פֿירער פֿון די קריסטלעכע דעמאָקראַטן, געוואָרן באַלד אַ "נאַשבראַט" מיט די קאָמוניסטן.
די ליבעראַלע פּאַרטיי, ווידער: באַגײַסטערט פֿונעם זיג אויף די מוניציפּאַלע וואַלן פֿון קעשענעווער מייאָר, פֿירט איצט דורך יעדעס מאָל מיטינגען אונטערן איינציקן לאָזונג: "נידער די קאָמוניסטן!" זיי גייען איבער די הײַזער און צעטיילן פֿלוג־בלעטלעך, וווּ דאָס ביסל אמת מישט זיך איבער מיט פֿאַנטאַסטישע אויסטראַכטענישן. זיי צעשאָקלען בכּיוון די פּאָליטישע סיטואַציע אינעם לאַנד, אָנשפּאַרנדיק זיך אין אַ געוויסן טייל פֿון דער נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטער סטודענטישער יוגנט, וואָס לאָזט זיך גרינג צו פֿאַרקלאַפּן דעם קאָפּ מיט שיינע צוזאָגענישן אַרײַנצוברענגען מאָלדאָווע אין אייראָפּע.
וואָס שייך זייערע טועכצן, האָבן די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות עס גוט אַרויסגעוויזן אויפֿן סמך פֿון דער צעשטערערישער פּאָליטיק פֿון דער קעשענעווער פֿירערשאַפֿט. די שטאָט זעט אויס פֿאַרלאָזט און פֿאַרשמוציקט, ווינטער האָבן הונדערטער אײַנוווינער געליטן פֿונעם גליטש אויף די טראָטואַרן, עס לויפֿן אַרום איבער דער שטאָט טויזנטער היימלאָזע הינט און קעץ, וואָס פֿאַלן אָפֿט אָן אויף מענטשן. צוליב די ביוראָקראַטישע פּלאָנטענישן האָבן די שטאָט־אײַנוווינער געמוזט זיצן אין קעלט צוויי וואָכן. אַוודאי, האָט דער מייאָר באַשולדיקט אין אַלע צרות די אָפּאָזיציע אין דעם שטאָט־ראָט, וואָס גיט אים, כּלומרשט ניט צו אַרבעטן. אַזוי צי נישט אַזוי, אָבער אַזאַ אומגעלומפּערטע און הילפֿסלאָזע שטאָט־רעגירונג געדענק איך נישט אין מײַנע 50 יאָר וווינען אין קעשענעוו.
איצט וועגן דער אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע". איר פֿירער, סעראַפֿים אורעקיאַנו, איז טאַקע אַ געניטער פּאָליטיקער, וואָס האָט אַגבֿ 8 יאָר גאָר ניט שלעכט אָנגעפֿירט מיטן קעשענעווער שטאָט־ראָט, האָט ער מיך לעצטנס פֿאַרוווּנדערט מיט זײַנע פּראָוואָקאַטיווע דערקלערונגען מכּוח דער מאַכט. זעט אויס, נישט האָבנדיק קיין איבערצײַגעוודיקע אַרגומענטן, האָט ער אויף אַ זיצונג פֿונעם פּאַרלאַמענט געוויזן אַ בריוו, געשיקט, כּלומרשט, פֿונעם מאָלדאַווישן פּרעזידענט וואָראָנין צו דער פּרעמיער־מיניסטאָרין, זינאַיִדאַ גרעטשאַן, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז "צוליב דעם וואָס אין מאָלדאָווע איז אַ מאַנגל מיט האָלץ, זאָל מען באַגראָבן די מענטשן אין פּלאַסטיק־קאַסטנס"; און אַנדערע פּראָוואָקאַטיווע שטותים.
זאָל בײַ די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" זיך, חלילה, נישט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז איך סימפּאַטיזיר די קאָמוניסטן. מיט די קאָמוניסטן בכלל האָב איך אַלטע חשבונות, נאָך פֿון די סאָוועטישע צײַטן, און בײַ די פֿאָריקע וואַלן האָב איך צוויי מאָל געשטימט פֿאַר אַנדערע פּאַרטייען. מיר זעט אָבער אויס, אַז אין איצטיקן מאָמענט איז דער איינציקער קאָנסאָלידירנדיקער כּוח אין מאָלדאָווע — די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. עס פֿעלט נאָך אַוודאי מער, ווי ס‘איז דאָ, און דער מיטל־געהאַלט בײַ די בירגער איז זייער אַ נידעריקער — $300 אַ חודש; אָבער אויפֿן הינטערגרונט פֿון די אומשטענדן, ווען רוסלאַנד האָט אין 2006 פֿאַקטיש בויקאָטירט די מאָלדאַווישע ווײַן־פּראָדוקציע; אין יאָר 2007 איז געווען אַ שרעקלעכע טריקעניש; און אין יאָר 2008 — פֿאַרפֿלייצונגען, וואָס האָבן רויִנירט די ווירטשאַפֿט — האָט די רעפּובליק פֿונדעסטוועגן בײַגעקומען די אַלע שוועריקייטן, אַ דאַנק דעם קאָמוניסטישן פּרעזידענט וואָראָנין, וועלכן עס האָט זיך אײַנגעגעבן אָנצושטעלן גוטע פֿאַרבינדונגען מיט מערבֿ־אייראָפּע, מיט רוסלאַנד און ישׂראל. וואָראָנין האָט זיך אַרומגערינגלט מיט גוטע ספּעציאַליסטן און ריכטיקע פּאָליטיקער.
וואָס עס פֿעלט יאָ אויס דער מאָלדאַווישער רעפּובליק איז אַ רויִקע פּאָליטישע אָפּשאַצונג פֿון דער ווירקלעכקייט און סטאַביליטעט, כּדי אָנצוגיין מיטן לעבן ווײַטער.