ייִדיש־וועלט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די געווינערין פֿון "גראַן־פּרי" מאַריאַנאַ בוליקאַנו
די געווינערין פֿון "גראַן־פּרי" מאַריאַנאַ בוליקאַנו
Credit: Goldshmidt Efim

ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿון אָפּערע־זינגער

20 יאָר קומט אין קעשענעוו פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון אָפּערע־קונסט "עס פֿאַרבעט מאַריאַ ביעשו". די וועלט־באַרימטע זינגערין איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן (דער "פֿאָרווערטס" האָט וועגן דעם געשריבן), דעריבער איז דער הײַיאָריקער אָפּערע־פֿעסטיוואַל געווען געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דער גרויסער זינגערין. קיין קעשענעוו זײַנען געקומען באַרימטע זינגער פֿון אַמעריקע, איטאַליע, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, גרוזיע, רומעניע, עסטרײַך. אויף דער בינע פֿונעם אָפּערע־טעאַטער האָט געקלונגען די מוזיק פֿון ווערדי, פּוטשיני, מאַסנע און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן, וועמענס ווערק ס׳האָט געזונגען מאַריאַ ביעשו גופֿא.
וואָס שייך דעם ערשטן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס פֿון יונגע אָפּערע־זינגער, האָט ער אויך באַקומען דעם נאָמען פֿון מאַריאַ ביעשו. דער פּראָפֿעסיאָנעלער ניוואָ פֿון די זינגער איז געווען זייער אַ הויכער און, ווי ס׳האָט באַטאָנט דער פֿאָרזיצער פֿון זשורי, אַלעקסאַנדרו סאַמאָיִלע, הויפּט־דיריגענט פֿונעם אָדעסער אָפּערע־טעאַטער, איז שווער געווען פֿון די 32 באַטייליקטע אין דער צווייטער רונדע אויסצוקלײַבן די בעסטע — פֿאַר דער דריטער; אַזוי שטאַרק זײַנען געווען די קאָנקורסאַנטן, געקומען פֿון אייראָפּע, אַזיע און די נײַע לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דעם ערשטן פּריז האָבן באַקומען די זינגער פֿון מאָלדאָווע און קאַזאַכסטאַן; דעם צווייטן פּריז האָבן צעטיילט צווישן זיך די זינגער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג און אוקראַיִנע; דעם דריטן פּריז — דײַטשלאַנד און רומעניע. דעם גראַן־פּרי (פֿאַר מיר איז עס אַ באַזונדערע פֿרייד) האָט באַקומען די סאָליסטקע פֿון דער קעשענעווער אָפּערע מאַריאַנאַ בוליקאַנו. זי האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט די מוזיק־אַקאַדעמיע, וווּ זי האָט זיך געלערנט 2 יאָר אין מײַן קאַמער־קלאַס. איך האָב שוין וועגן איר און אירע קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק געשריבן אין "פֿאָרווערטס" עטלעכע מאָל. דעם פּריז פֿון 15 טויזנט יוראָ האָט איר איבערגעגעבן דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מאָלדאָווע.
אויף מײַן פֿראַגע, צי וועט זי ווײַטער זינגען ייִדישע לידער, האָט זי געענטפֿערט — מיט פֿאַרגעניגן; זי איז פֿאַרליבט אין ישׂראל און וואָלט געוואָלט דאָרט אויפֿטרעטן מיט אירע קאָנצערטן.


אַ פֿאַרשטערטע חגא

הײַיאָר איז ראָש־השנה צונויפֿגעפֿאַלן מיטן טראַדיציאָנעלן צווישן־עטנישן שטאָט־פֿעסטיוואַל, וועלכער קומט שוין פֿאָר צום 12טן מאָל אין קעשענעוו אונטערן נאָמען "דורך אַ קולטורעלער פֿאַרשיידנאַרטיקייט צו אַן אַחדות". לויטן באַשלוס פֿון דער רעגירונג, ווערט דער דאָזיקער פֿעסטיוואַל דורכגעפֿירט יעדן דריטן זונטיק פֿונעם חודש סעפּטעמבער. דאָס יאָר איז דער פֿעסטיוואַל אויסגעפֿאַלן אויפֿן 16טן סעפּטעמבער, אַקוראַט ערבֿ ראָש־השנה.
די ייִדישע קהילה אין מאָלדאָווע האָט במשך פֿון די אַלע יאָרן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער אינטערנאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, דעריבער איז באַשלאָסן געוואָרן הײַיאָר צו שטעלן דעם טראָפּ אויף די סימבאָלן, וואָס עס טראָגט אין זיך "ראָש־השנה"; דהײַנו: צו באַגעגענען די געסט מיטן בלאָזן שופֿר, צוגרייטן ייִדישע מאכלים, וואָס מע עסט אין די טעג, אויסשטעלן ביכער און ספֿרים וכּדומה.
דער סוף איז אָבער געווען, אַז די "ייִדישע גאַס" האָט אויפֿן פֿעסטיוואַל נישט עקזיסטירט. וואָס איז געשען? זייער פּשוט: צוליב דעם וואָס די שטאָט־רעגירונג האָט געוואָלט יוצא־זײַן פֿאַר די מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי, פּריידיקער פֿון פֿאַראייניקן רומעניע מיט מאָלדאָווע, איז איבערגעטראָגן געוואָרן די באַשטימטע דאַטע פֿונעם צווישן־עטנישן פֿעסטיוואַל פֿון זונטיק אויף שבת, דעם 15טן סעפּטעמבער. אַזוי האָבן געפֿאָדערט די נאַציאָנאַליסטן; נאָר אין דעם טאָג האָבן זיי געוואָלט דורכפֿירן זייער דעמאָנסטראַציע.
און זיי האָבן זייער פּאַראַד, וואָס אין תּוך, צעשטערט ער די אייניקייט פֿון די פֿעלקער אין מאָלדאָווע, דורכגעפֿירט, באַשיצט מיט אַ וואַנט פֿון 700 פּאָליציאַנטן. אָבער די קהילה, סײַ ווי אַ פּראָטעסט קעגן די נאַציאָנאַליסטן און סײַ כּדי נישט חילול־שבת זײַן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו באַטייליקן אין דעם פֿעסטיוואַל.
נישט ווייניק מענטשן, וועלכע זײַנען געקומען אויף דער שטאָטישער חגא האָבן באַדויערט, וואָס דווקא "די ייִדישע גאַס", שטענדיק די פֿריילעכסטע, איז געווען "געשלאָסן".