פּאָליטיק
בשעתן רעפֿערענדום
בשעתן רעפֿערענדום

ווי באַוווּסט, לעבט שוין מאָלדאָווע צוויי יאָר אָן אַ פּרעזידענט. צוליב דעם קריטישן מצבֿ אין לאַנד, איז אויפֿגעקומען אַ געפֿאַר, אַז אויך דער קומענדיקער פּאַרלאַמענט וועט נישט קאָנען דערוויילן דעם פּרעזידענט. האָבן די פֿירער פֿון דער איצטיקער מאַכט, אין שפּיץ מיטן צײַטווײַליקן פּרעזידענט און פּאַרלאַמענט־ספּיקער גימפּו, באַשלאָסן, אַז פֿאַר זיי וועט זײַן בעסער, אויב פֿון דער קאָנסטיטוציע וועט אַרויסגענומען ווערן דער פּונקט נומ׳ 78; דעמאָלט וואָלט דעם פּרעזידענט געקאָנט אויסוויילן נישט דער פּאַרלאַמענט, נאָר דאָס פֿאָלק. דערבײַ וואָלט די איצטיקע מאַכט פֿון דער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער אַליאַנץ נישט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן די ווענט פֿונעם פּאַרלאַמענט.

די אָפּאָזיציע, וואָס באַשטייט ס׳רובֿ פֿון די קאָמוניסטן, איז אַוודאי באַלד געווען קעגן אַזאַ רעפֿערענדום־מאַנעווער. זייער מאָטיוואַציע איז געווען, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו פּטרן 3.5 מיליאָן דאָלאַר, וואָס וואָלטן געקאָנט בעסער אויסגעניצט ווערן בײַם דעקן די פֿאַרלוסטן פֿון דער הײַיאָריקער פֿאַרפֿלייצונג. די רעגירנדיקע אַליאַנץ האָט אָבער זיך דערשלאָגן אירס. די איצטיקע מאַכט איז זיכער געווען, אַז די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג וועט שטיצן איר פֿאָרשלאָג.

כּדי צו זײַן זיכער, אַז דער רעפֿערענדום וועט דורכגיין בשלום, האָט די אַליאַנץ, ערבֿ די וואַלן, אַרײַנגעבראַכט אינעם קאָדעקס וועגן די וואַלן אייניקע ענדערונגען; דהײַנו, אַראָפּגעלאָזט די שטים־קוואָטע פֿון געקומענע צו די וואַלן פֿון 60%, ביז 33%. אַזאַ נידעריקער פּראָצענט וואָלט דערמעגלעכט צו אָנערקענען דעם רעפֿערענדום, און דורכשלעפּן דעם באַשלוס, ווי עס לוינט פֿאַר דער אַליאַנץ. זייער חשבון איז געווען אַ פּשוטער: אויב ס׳וועלן אַפֿילו קומען צו די וואַלן 33% וויילער, וועט עס זײַן גענוג אָפּצושאַפֿן דעם קאָנסטיטוציע־פּונקט נומ׳ 78!

אָבער אין די וואַלן האָבן זיך באַטייליקט בלויז 30% וויילער און דער רעפֿערענדום האָט דער מאַכט גאָרנישט ניט געבראַכט. ס׳איז אַלץ געבליבן אויפֿן אַלטן!

וואָס מיינט עס? אַז דער צוטרוי צו דער מאַכט מצד דער באַפֿעלקערונג פֿון מאָלדאָווע איז זייער אַ קליינער. אויפֿן שפּיץ מעסער. זעט אויס, אַז ס׳איז דאָ פֿאַר וואָס נישט צו געטרויען דער מאַכט. דער לעבנס־ניוואָ איז לעצטנס זייער געפֿאַלן. די פּרײַזן זײַנען פֿאַרקערט — זייער געשטיגן. אויף באַהייצונג, למשל — מיט 13%, אויף מעדיצין — 10%, אויף עלעקטריע — 20% און אויף גאַז — 26%.

נאָך איין צרה: לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק איז דער ניוואָ פֿון פֿאַרברעכנס געשטיגן אויף 30%. די קרימינעלע עלעמענטן האָבן פֿאַרפֿלייצט די שטעט. צוזאַמען מיט דעם איז געשטיגן אויך דער אַנטיסעמיטיזם. די קליינע קהילה אין קעשענעוו פֿילט עס גוט. אויף ראָש־השנה איז די אָרטיקע שיל "באַפּוצט" געוואָרן מיט האַקנקרייצן און מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף רומעניש: "בעסאַראַביע איז אַ רומעניש לאַנד!" פֿאָרשטייער פֿון דער קעשענעווער קהילה האָבן אַוודאי פּראָטעסטירט אין דער אָרטיקער פּרעסע. ס׳האָט אָבער געהאָלפֿן, ווי אַ טויטן באַנקעס.

נאָך מער: ערשט די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער ראַט פֿונעם ייִשובֿ קאָדרי, לעבן קעשענעוו, אַלע מיטגלידער פֿון דער איצטיקער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער אַליאַנץ, אָנגענומען אַ באַשלוס אָנצורופֿן די צענטראַלע גאָס אויף מאַרשאַל אַנטאָנעסקוס נאָמען. ווער איז געווען אַנטאָנעסקו, דאַרף מען אונדזערע לייענער נישט דערקלערן. ס׳איז גענוג נאָר צו דערמאָנען, אַז נאָך זײַנע באַפֿעלן זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין בעסאַראַביע איבער 300 טויזנט ייִדן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַנטיסעמיטן פֿילן זיך אונטער דער איצטיקער מאַכט גוט און רויִק. דער צײַטווײַליקער פּרעזידענט גימפּו גופֿא האָט שוין נישט איין מאָל דערקלערט, אַז "רוסן דאַרפֿן וווינען אין רוסלאַנד, ייִדן אין ישׂראל, און אין מאָלדאָווע — נאָר רומענער!"

און דאָך, האָט די רעגירנדיקע אַליאַנץ דערוויזן איין וויכטיקע זאַך: ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז ווײַטער טאָר זי נישט בלײַבן בײַ דער מאַכט.