ראָמאַן גרינבערג (ווין) גיט אַן אַרײַנפֿיר צו זײַן פּראָגראַם |
די ייִדישע באַטייליקונג אין "מערצישאָר"
דער ערשטער וועסנע־חודש אין מאָלדאָווע טיילט זיך, געוויינטלעך אויס, מיט זײַן קאַפּריזנעם וועטער. דער ווינטער וויל נאָך נישט אַוועקגיין, און ווײַזט בייז אַרויס זײַן כאַראַקטער: אָט ווערט ער ווייכער, וואַרעמער און אָט שיקט ער אָן אַ קאַלטן רעגן מיט אַ ווינט. דערצו נאָך, האָט דער קעשענעווער מייאָר, דאָרין קירטאָאַקע, פֿאַראָרדנט אָפּצושטעלן דעם באַהייצונג־סעזאָן אין מיטן מאַרץ, ווײַל צוליב די ווילד־הויכע פּרײַזן אויף גאַז, זײַנען די אײַנוווינער שולדיק געבליבן דער שטאָט אַ ריזיקע סומע געלט. זיץ איך איצט בײַם שרײַבטיש, אײַנגעקוטעט אין אַלע וואַרעמע חפֿצים מײַנע און באַמי זיך צו דערוואַרעמען מיט די גײַסטיקע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן געמאַכט דאָ אונדזער ייִדיש לעבן אָנגעזעטיקט און לעבעדיק.
שוין דאָס 46סטע מאָל מערקן מיר אָפּ דעם יערלעכן אינטערנאַציאָנאַלן מוזיקאַלישן פֿעסטיוואַל "מערצישאָר". במשך פֿון 10 טעג טרעטן איבערן לאַנד אויף מוזיקער און אַרטיסטן פֿון מאָלדאָווע און פֿון אויסלאַנד. הײַיאָר איז צווישן די געסט אויפֿגעטראָטן דער קלעזמער־קוואַרטעט פֿון עסטרײַך, אין שפּיץ מיט ראָמאַן גרינבערג. אינעם גרויסן זאַל פֿון דער מאָלדאַווישער פֿילהאַרמאָניע האָט ער מיט זײַנע קאָלעגן — קלאַרנעטיסט סאַשע קאַנילאָוו, קאָנטראַבאַס האַנס לאַזאַרקאָוויטש און פּויקער וואָלפֿגאַנג דאָרער — געשפּילט אַ גאַנצן אָוונט ייִדישע מוזיק, ווערק פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, פּאָפּולערע ישׂראלדיקע לידער, ווי אויך אָריגינעלע מוזיק, וואָס ער אַליין האָט געשאַפֿן. באַגײַסטערט פֿון דעם גרויסן דערפֿאָלג, זײַנען די מוזיקער געפֿאָרן מיט זייער פּראָגראַם אין דער שטאָט סאָראָקע.
לזכּרון דעם פֿידלער אָסקאַר דײַן
אַ צווייטע קולטור־געשעעניש אינעם לעבן פֿון דער קהילה: דער אָוונט לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן געבורטסטאָג פֿונעם פֿידלער אָסקאַר דײַן. 25 יאָר פֿון זײַן שאַפֿעריש לעבן האָט ער אָפּגעגעבן דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון דער מאָלדאַווישער פֿילהאַרמאָניע, ווי דער קאָנצערט־מײַסטער.
וועגן אָסקאַר דײַן האָבן גערעדט זײַנע תּלמידים, פֿרײַנד, קאָמפּאָזיטאָרן, וועמענס ווערק ער האָט צום ערשטן מאָל געשפּילט; און מוזיק־טוער. אַלע האָבן זיי באַטאָנט זײַן באַשיידנקייט און ווירטואָזקייט, זײַן גרויסן טאַלאַנט פֿון אַ לערער און פֿידלער.
אָסקאַר דײַן איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט בעלץ, אין דער משפּחה פֿון אַ באַנק־אָנגעשטעלטן. אין דער עלטער פֿון 14 יאָר האָט ער געגעבן זײַן ערשטן עפֿנטלעכן קאָנצערט, וווּ ער האָט געשפּילט הענריק וועניאַווסקיס קאָנצערט נומ׳ 2. זינט דעמאָלט האָט שוין קיינער נישט געצווייפֿלט, אַז פֿון אים וועט אויסוואַקסן אַן עכטער מוזיקער.
בײַם שילד, געווידמעט דעם 100סטן געבורטסטאָג פֿון אָסקאַר דײַן |
דײַן האָט זיך געלערנט אין בריסל, פּראָג, פּאַריז, בוקאַרעשט, וווּ זײַנע לערער זײַנען געווען אַלפֿרעד דיבואַ און דזשאָרדזש ענעסקו. ווען אין 1940 זײַנען אין קעשענעוו געקומען די סאָוועטן, האָבן זיי זײַנע אייראָפּעיִשע דיפּלאָמען נישט אָנערקענט, און שוין זײַענדיק אַ געניטער פֿידלער, האָט ער געמוזט ווידער ווערן אַ סטודענט און האָט ווי אַן עקסטערן פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע אין קיִעוו.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דײַן געאַרבעט אינעם דזשאַז־אָרקעסטער, אָנגעפֿירט פֿון שיקאָ אַראַנאָוו; מיט אָט דעם פּאָפּולערן קאָלעקטיוו איז ער אַרומגעפֿאָרן איבער די פֿראָנטן און אַפֿילו באַלוינט געוואָרן מיט אַ מעדאַל.
באַלד נאָך דער מלחמה ווערט ער פֿאַרבעטן צו פֿאַרנעמען די קאָנצערט־מײַסטער שטעלע פֿונעם מאָלדאַווישן סימפֿאָנישן אָרקעסטער. ווי ס׳האָט באַטאָנט אויפֿן אָוונט דער קאָמפּאָזיטאָר און פֿידלער באָריס דובאָסאַרסקי, "זײַנען אין מאָלדאַוויע קיין קאָנצערט־מײַסטערס פֿון אַזאַ פֿאַרנעם מער נישט געווען". דײַן האָט איבערראַשט די קאָלעגן מיט זײַנע פֿענאָמענאַלע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. אַזוי, למשל, בעתן אויפֿטריט אין קעשענעוו פֿונעם באַקאַנטן איטאַליענישן דיריגענט אַלדאָ פֿעראַזערי, איז געשען אַזאַ קאָמישער עפּיזאָד. פֿעראַזערי איז געווען דער איינציקער מוזיקער, וועלכער האָט געהאַט די פּאַרטיטור און געשפּילט דעם ווייניק־באַוווּסטן 4טן פֿידל־קאָנצערט פֿון ניקאָלאָ פּאַגאַניני. האָבן די מוזיקער פֿונעם קעשענעווער אָרקעסטער אָפּגעטאָן מיטן איטאַליענישן מאַעסטראָ אַ שפּיצל; זיי האָבן אים דערציילט אַ מעשׂה, אַז אין קעשענעוו שפּילט מען דעם דאָזיקן פֿידל־קאָנצערט שוין לאַנגע יאָרן. ווי אַ באַווײַז, האָבן זיי געשטעלט די נאָטן פֿאַר דײַן און ער, זעענדיק צום ערשטן מאָל דעם טעקסט, האָט מײַסטעריש אים אויסגעשפּילט. דער איטאַליענער איז געבליבן געפּלעפֿט אויף אַזוי ווײַט, אַז ער איז שוין גרייט געווען אָפּצושאַפֿן דעם קאָנצערט. מ׳האָט אים קוים אָפּגערעדט עס צו טאָן, און דערקלערט, אַז ס׳איז נישט מער ווי אַ שפּאַס.
זינט 1961 גיט אָסקאַר דײַן זיך סטאַביל אָפּ מיט זײַן פּעדאַגאָגישער טעטיקייט אין דער קעשענעווער קאָנסערוואַטאָריע. ער פֿירט אויס די פֿליכטן פֿונעם פֿאַרוואַלטער פֿונעם קאַמערקלאַס, אָבער צו באַשטימען אים פֿאַר אַ פֿאַרוואַלטער הייבט זיך נישט אויף די האַנט בײַ דער אַנטיסעמיטישער אַדמיניסטראַציע, אין שפּיץ מיטן רעקטאָר קיריל סוסלאָוו.
אָבער דײַן טוט זײַן אַרבעט אויפֿן בעסטן אופֿן "אָן דעם כּבֿוד" און די סטודענטן געניסן פֿון זײַן פּעדאַגאָגישער אַרבעט. ווי עס דערמאָנט זיך איינער פֿון זײַנע תּלמידים, הײַנט אַ לערער פֿון קלאַרנעט אין ישׂראל, מיכאל גאָראָדעצקי: "דײַן פֿלעגט פֿאַר אונדז אַנטדעקן אַזעלכע זאַכן, נאָך וועלכע מ׳וואָלט געדאַרפֿט פֿאָרן זיך לערנען אין די בעסטע אייראָפּעיִשע מוזיק־אַקאַדעמיעס".
אַ שיינער מענטשן האָט ער צוגעצויגן צו זיך מיט זײַן אינטעליגענטישקייט. צו מאָל פֿלעגט זיך דאַכטן, אַז ער פֿליט ערגעץ אין די הויכע הימלען. ער האָט געלעבט אין דער סאָוועטישער טאָג־טעגלעכקייט, אָבער עקזיסטירט אין גאָר אַן אַנדער וועלט, וואָס ער האָט זי אַליין פֿאַר זיך אויסגעטראַכט. ער האָט געקענט עטלעכע אייראָפּעיִשע שפּראַכן; זיך איבערגעשריבן מיטן גרויסן פֿראַנצויזישן אַרטיסט מאַרסעל מאַרסאָ. צו זײַנע 60 יאָר האָט ער אויסגעלערנט ענגליש, כּדי צו הערן די "בי־בי־סי". ייִדיש איז געווען זײַן מאַמע־לשון און בײַ זײַנע שמועסן מיטן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן האָבן זיי גערעדט נאָר ייִדיש.
בעתן קאָנצערט אין "ייִדיש־קלוב", לכּבֿוד יחיאל שרײַבמאַנען |
אין דעם "ייִדיש־קלוב"
און צום סוף. אויך אין מאַרץ האָט די ייִדישע געזעלשאַפֿט אָפּגעמערקט דעם 99סטן געבוירן־טאָג פֿון יחיאל שרײַבמאַנען. די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אינעם קלוב "מאַמע־לשון", וואָס איז אָנגעפֿירט געוואָרן פֿון דער ביבליאָגראַפֿין שׂרה שפּיטאַלניק. די דערמאָנונגען וועגן דעם שרײַבער זײַנען נאָך פֿריש אין זכּרון און כּמעט יעדער, ווער ס׳איז געקומען אויף דעם אָוונט, האָט געהאַט וואָס צו דערמאָנען זיך.
ס׳האָט געקלונגען דעם שרײַבערס קול און זײַנע אייגנטימלעכע אינטאָנאַציעס האָבן געשאַפֿן אַ געפֿיל, אַז ער איז צווישן אונדז; אַז ער קוקט אויף אונדז מיט זײַן קלוגן בליק און אַ צופֿרידענער שמייכלט ער שטיל צו.