אין יאָר 1945 האָבן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ איך האָב געוווינט מיט מײַנע עלטערן, אָנגעהויבן אָנצוקומען עשעלאָנען מיט ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון די חרובֿ־געוואָרענע בעת דער מלחמה שטעט און שטעטלעך אין די מערבֿ־ראַיאָנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿריִער האָט מען אַהין געשיקט פֿון ביראָבידזשאַן אָפֿיציעלע הויכראַנגיקע אַגיטאַטאָרן, צו ווערבירן די אָרטיקע ייִדן. די צאָל אײַנוווינער אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז דעמאָלט שטאַרק געשטיגן. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן גערעדט ייִדיש, זײַנען כּמעט אַלע פּראָגראַמען אויף דעם ראַדיאָ טראַנסמיטירט געוואָרן אין ייִדיש. ביז הײַנט קלינגט מיר אין די אויערן: "עס רעדט ביראָבידזשאַן".
בכלל איז יענע צײַט געווען אַ פּאַראַדאָקסאַלע: פֿון איין זײַט, האָט אַרום־און־אַרום געהערשט דער הונגער, די קלייטן — פּוסט, יעדע קלייניקייט איז אַ מציאה; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אין ביראָבידזשאַן געבליט און געצוויט די ייִדישע קולטור. ס’האָט געאַרבעט דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער אויף קאַגאַנאָוויטשס נאָמען, וועלכער פֿלעגט אַרומפֿאָרן מיט פֿאָרשטעלונגען איבערן גאַנצן לאַנד; שאַפֿעריש זײַנען געווען די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער, ייִדיש האָט מען גערעדט אויף די גאַסן, אין די שולן און קינדער־גערטנער. איך אַליין האָב אָנגעהויבן גיין אין שול אַרײַן אין 1944 און ביזן יאָר 1949 האָב איך זיך געלערנט ייִדיש. דער שטאָט ביראָבידזשאַן און מײַנע עלטערן דאַרף איך זײַן דאַנקבאַר פֿאַרן קענען רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש.
און פּלוצים, אין 1949 קומט פֿון מאָסקווע אַ ספּעציעלע קאָמיסיע אין שפּיץ מיט איינעם אַ שקיריאַטאָוו, סעקרעטאַר פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט, און אָרגאַניזירט אין ביראָבידזשאַן אַן עכטן פּאָגראָם. עס ווערט אַרעסטירט די גאַנצע פֿירערשאַפֿט פֿון דער געגנט, און באַשולדיקט אין "בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם מיטן פּרוּוו אַרויסצוגיין פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך אײַנשליסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע". די רדיפֿות האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אויף די שרײַבער (בתוכם מײַן מאַמע, די דיכטערין ליובע וואַסערמאַן), אַקטיאָרן און אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון דער אָרטיקער אינטעליגענץ; עס איז געשלאָסן געוואָרן דער ייִדישער טעאַטער, שולן; פֿון דער ביבליאָטעק אויף שלום־עליכמס נאָמען האָט מען אַרויסגעפֿירט אַלע ייִדישע ביכער און זיי פֿאַרברענט. געלאָזט האָט מען נאָר די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וווּ מע פֿלעגט אויף ייִדיש פּובליקירן די אָפֿיציעלע מאַטעריאַלן, איבערגעדרוקט פֿון די צענטראַלע פּאַרטיייִשע צײַטונגען.
נאָך די רעפּרעסיעס האָבן די אײַנוווינער אָנגעהויבן אַנטלויפֿן פֿון ביראָבידזשאַן, זיך צעשפּרייט און צעזייט איבער די רחבֿותן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. שפּעטער מיט יאָרן האָבן די פֿאַרבליבענע רעשטלעך ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל און אַמעריקע. פֿון דעסטוועגן, מיט די קנאַפּע עטלעכע טויזנט ייִדישע אײַנוווינער, זעצט ביראָבידזשאַן ווײַטער פֿאָר צו זײַן אַ צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין רוסלאַנד; פֿאַרשטייט זיך, אַ דאַנק דער שטיצע פֿון דער מלוכה און די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון אויסלאַנד.
אַקעגן וואָס שרײַב איך דאָס אַלץ? די טעג האָב איך באַקומען פֿון מײַן קינדער־שטאָט אַ פּרעכטיקע מתּנה — אַ זאַמלבוך פֿון קורצע דערציילונגען, ס’רובֿ הומאָריסטישע, וואָס הייסט "עס רעדט ביראָבידזשאַן...". אָנגעשריבן זײַנען די דערציילונגען אויף רוסיש מיט עלעמענטן פֿון ייִדיש; און צום ביכעלע איז צוגעלייגט אַ קאָמפּאַקטל מיט די אַלטע ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען.
די זאַמלונג איז אינטערעסאַנט צוליב עטלעכע סיבות: עס איז צונויפֿגעשטעלט אויף אַזאַ אופֿן, אַז אין יעדער דערציילונג ווערט אַרומגעשפּילט אַ באַזונדער ייִדיש שפּריכווערטל, וואָס ווערט אָנגעוויזן אויף ייִדיש אינעם קעפּל פֿון דער דערציילונג. למשל: "מיר זײַנען קרובֿים — מײַן זיידע און דײַן זיידע ליגן אין דער ערד ביידע". אַ קלאַסישער מוסטער פֿון ייִדישן הומאָר — מע לאַכט מיט יאַשטשערקעס. אין דער דערציילונג גופֿא ווערט דערציילט וועגן אַ ביראָבידזשאַנער טאַנקיסט, וועלכער איז אויפֿן פֿראָנט בלינד געוואָרן און זיך אומגעקערט אַהיים, וווּ ער האָט געשפּילט אויפֿן אַקאָרדעאָן אין דער געזעלשאַפֿט פֿאַר בלינדע.
ווי עס ווײַזט אָן אין זײַן פֿאָרוואָרט צום ביכל וואַלערי גורעוויטש, דער שטעלפֿאַרטרעטער בײַם פֿאָרזיצער פֿון דער געגנט, איז "קיין איין דערציילונג אין דער זאַמלונג נישט צוגעטראַכט געוואָרן. די מחברים, וואַלענטין פּאַסמאַניק און אַלכּסנדר דראַפּקין, זשורנאַליסטן פֿון דער אָרטיקער צײַטונג, האָבן זיי פֿאַרגעדענקט פֿון זייערע קינדער־יאָרן. אייניקע אויסדרוקן אין ייִדיש נוצן זיי אין זייער טאָג־טעגלעכער שפּראַך. יאָ, מיט די יאָרן זײַנען די הויפֿן, וווּ זיי זײַנען אויפֿגעוואַקסן, פֿרײַ געוואָרן פֿון ייִדן, אָבער די פֿריילעכע געשיכטעס לעבן ווײַטער."
איך אַליין געדענק ביז הײַנט אַ סך פֿון די געשטאַלטן, וואָס ווערן געשילדערט אין דער זאַמלונג: דער משוגענער יאַשע, וועלכער האָט געטראָגן אַן אָפּגעריבענעם מיליטערישן מונדיר מיט אַ היטל, און פֿלעגט סאַלוטירן יעדן מיליטערישן אויטאָ; די צוויי אַמאַטאָרישע אַקטיאָרן ליאָווע גאָרעליק און סאַווע סיריצקי; דאָס פּאָרפֿאָלק חיה און מאַקס עפּשטיין, געוועזענע אַקטיאָרן פֿונעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן מלוכה־טעאַטער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער; די צוויי טענצער, איזיע ציפּערמאַן און באָריע זילבערמאַן...
נאַסטאַלגישע געפֿילן האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן נישט בלויז דער אינהאַלט פֿונעם ביכל, נאָר אויך די שאַרפֿזיניקע, גראָטעסק־געמאָלטע צייכענונגען, וואָס באַגלייטן יעדע דערציילונג, פֿונעם קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּאַ.
און צום סוף, ממש עטלעכע ווערטער וועגן דעם קאָמפּאַקטל, וואָס נעמט אַרײַן די אינסצענירונג פֿון בוזי מילערס דערציילונג "לײַבלעכע ברידער", די פּאָעמע פֿון איציק פֿעפֿער "אַ חתונה אין ביראָבידזשאַן", געלייענט פֿון מײַן טאַטן, משה בענגעלסדאָרף, און דער מאַמעס עטלעכע לידער, וועלכע זי לייענט אַליין. און נאָך: די ייִדישע אַקטריסע נאַדיע כאַיִט זינגט דאָס שיינע "ליד וועגן ביראָבידזשאַן" — אויף ייִדיש און עבֿרית.