‫פֿון רעדאַקציע

יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד.
דרײַ יאָר האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — די אַכזריותדיק־צינישע אַקציע, הגם דער טויט־אורטייל קעגן דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער דער מישפּט האָט זיך אָנגעהויבן. אין די 1990ער יאָרן, בעת דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע" אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געוויסע אַרכיוון דערמעגלעכט זיך צו באַקענען מיט אַ טייל דאָקומענטן, וואָס זײַנען ביז יענער צײַט געווען פֿאַרשלאָסן אויף זיבן שלעסער.
צווישן די פּובליקירטע דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור, געפֿינט זיך אויך דער "דאָקומענט נומ’ 34.", אַ בריוו, אָנגעשריבן פֿונעם פּאָעט אַהרן ווערגעליס, לויט דער ביטע פֿונעם פּאַרטיי־ביוראָ בײַם שרײַבער־פֿאַראיין פֿון סאָוועטישע שרײַבער, אַרויסצוזאָגן זײַן מיינונג וועגן געוויסע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער.
מיר ברענגען ווײַטער בלויז אייניקע אויסצוגן פֿון זײַנע "מבֿינות" אָן קאָמענטאַרן:
"ס’איז באַוווּסט, אַז אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט די ייִדישע ליטעראַטור איבערגעלעבט אַ שרעקלעך־גרויסן קריזיס. דער מצבֿ פֿון די ייִדישע שרײַבער, וואָס אַרבעטן הײַנט, ווערט נאָך שווערער צוליב דעם, וואָס נישט מיר, נאָר דווקא די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן די ערשטע געלייגט אַכט אויף דעם קופּקעלע ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן אַקטיוו באַלעבאַטעוועט ווי בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן, שׂונאים פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. [...]


רײַזעס פֿון אַ ניו־יאָרקער ייִד
אַ שטעטל בײַם ים
רעפּאָרטאַזשן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט שמואל פּערלין

Travelogues of a New York Jew
A Shtetl by the Sea
A Report From Our Correspondent Ross Perlin

ייִדיש־וועלט

צוויי פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם ווערטערבוך: חיים באָכנער (רעכטס) און שלום ביינפֿעלד
איידער שלום ביינפֿעלד, אַ ייִדיש־רעדנדיקער פּראָפֿעסער פֿון מאָדערנער אייראָפּעיִשער געשיכטע, האָט פּענסיאָנירט, פֿלעגט ער אָפֿט פֿאָרן קיין פּאַריז, טאָן פֿאָרש־אַרבעט אין דער אָנגעזעענער "מעדעם־ביבליאָטעק", און בשעת־מעשׂה אויך פֿאַרברענגען מיטן באַקאַנטן אַרגענטינע־געבוירענעם ייִדיש־פֿאָרשער און לעקסיקאָגראַף, יצחק ניבאָרסקין.
איין מאָל, אין גיכן נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם שטאַרק־געלויבטן "ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך" אין 2002, וואָס ניבאָרסקי האָט געהאַט צונויפֿגעשטעלט מיט בערל ווײַסבראָט, האָט ביינפֿעלד זיך צערעדט מיט ניבאָרסקין וועגן דעם בוך, און געזאָגט: "דו ווייסט, יצחק, אַז אײַער ווערטערבוך האָט געמאַכט אַ רושם נישט בלויז אין פֿראַנקרײַך. ס׳וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן אַן ענגלישן נוסח. מע דאַרף נאָר געפֿינען אַ מענטש, וואָס קען ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצייזיש."
ניבאָרסקי האָט אים אָנגעקוקט און געשטעלט אַ פּשוטע פֿראַגע: "נו?"
ביינפֿעלד האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע. צי וואָלט ער אַליין טאַקע געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ פּראָיעקט? ער האָט געוווּסט, אַז דאָס וועט נישט זײַן גרינג, ווײַל ער האָט נישט הינטער זיך אַזאַ אָרגאַניזאַציע, ווי די מעדעם־ביבליאָטעק. פֿון דעסטוועגן האָט ער געענטפֿערט: "לאָמיך זען וואָס איך קען טאָן."
נאָכן אַהיימפֿאָרן קיין באָסטאָן, האָט ער בעת אַ טרעפֿונג פֿון "די כאַליאַסטרע" (אַ ייִדיש־קלוב אויפֿן נאָמען פֿון די אַוואַנגאַרדיסטישע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע אין די 1920ער יאָרן) פֿאַרפֿירט אַ שמועס וועגן די מעגלעכקייטן פֿון צונויפֿשטעלן אַ ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך, ניצנדיק ניבאָרסקיס און ווײַסבראָטס אינפֿאָרמאַציע־באַזע. צו זײַן איבערראַשונג, האָט חיים באָכנער — אַ לינגוויסט און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, וועלכער האָט לעצטנס געהאַט פֿאַרלוירן זײַן שטעלע — דערקלערט: "איך וואָלט געוואָלט אַרבעטן מיט דיר."

געזעלשאַפֿט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מחבר ברענגט פֿון ניו־יאָרק אַ גרוס שלום־עליכמען
אַ לייענער פֿון דער ייִדישער געשיכטע באַקענט זיך ממילא מיט אַ גאַנצער ריי אוקראַיִנישע שטעט און שטעטלעך און טראָגט מיט זיך אַ באַשטימט בילד פֿונעם לאַנד, נאָך איידער ער זעט עס מיט די אייגענע אויגן. ער ווייסט, אַז מענדעלע איז געווען דער מנהל פֿון אַ תּלמוד־תּורה אין אָדעס, אַז שלום־עליכם האָט פֿאַרשפּילט זײַן געלט אויף דער קיִעווער בירזשע און אַז דאָרט, אין קיִעוו, האָט זיך געפֿאָרעמט נאָך דער רעוואָלוציע די וויכטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציע און פֿאַרלאַג "קולטור־ליגע". ער ווייסט, אַז עס זײַנען געווען פּאָגראָמען און מלחמות און שחיטות און עמיגראַציע, נאָר פֿון דעסטוועגן שטעלט ער זיך פֿאָר, אַז דאָס לאַנד שוויבלט און גריבלט מיט ייִדעלעך. ווי קען זײַן אַנדערש, וווּ ייִדן האָבן אַ מאָל געלעבט צונויפֿגעפּרעסט ווי הערינג אין אַ פֿעסל?
ס׳איז אויסטערליש צו טראַכטן, אַז אויף אַזאַ ריזיקער טעריטאָריע ווי אוקראַיִנע, וואָס זי שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע, זאָל מען הײַנט דאַרפֿן זוכן ייִדן מיט ליכט. אָבער דער אמת איז, אַז מען פֿאָרט הײַנט אַהין ניט אַזוי אָפֿט צו זוכן לעבעדיקע ייִדן, ווי טויטע: אויף קבֿר־אָבֿות, צו פֿאַרשיידענע דענקמאָלן, פֿאַרוואָרלאָזטע שטעטלעך און בית־עולמס. אַזוי איז אויך מיט מיר: איך בין געקומען מיט דער מאַמען, כּדי צו באַזוכן איר היימשטאָט, אָדעס, ווי אויך דער באָבעס שטעטל, בערשאַד. מיר האָבן דאָ אויך לעבעדיקע קרובֿים, אָבער ווײַטע; אַזעלכע, וואָס איך דאַרף אויסניצן מײַנע מאַטעמאַטישע קענטענישן, כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי מיר קערן זיך אָן.

געשיכטע

איינע אַ פֿרוי, וועלכע האָט געפֿירט אַ קלאַס פֿון ייִדיש אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל, האָט אַמאָל, בעת אַ שמועס מיט מיר, געטענהט, אַז די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן נישט געקאָנט געפֿינען קיין ייִדישע ביכער צו לייענען. איך האָב געענטפֿערט, אַז נישט בלויז מע האָט געקאָנט זיי געפֿינען, נאָר ביזן סאַמע פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם לאַנד האָט עקזיסטירט אַ רײַכע און אַנטוויקלטע אייגענע טראַדיציע פֿון סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. דער מלוכיש־געשטיצטער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען, מעגלעך, דער בעסטער אין דער וועלט. דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז אויך געווען דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ די ייִדישע שרײַבער האָבן אָפֿיציעל באַקומען מלוכישע שׂכירות.
די פֿרוי האָט מיר נישט געגלייבט אַפֿילו, ווען איך האָב איר געוויזן עטלעכע ביכער אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אין די 1960—1980ער יאָרן. זי האָט זיך אָבער פֿאַרטראַכט אויף אַ מינוט און געמאַכט אַ חידושדיקן אויספֿיר: די דאָזיקע ביכער מוזן זײַן אַ רעזולטאַט פֿון עפּעס אַ קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע. די סאָוועטישע מלוכה האָט געוואָלט ווײַזן דעם מערבֿ, אַז זי רודפֿט נישט די ייִדישע קולטור, און צוליב דעם אַרויסגעגעבן אַ קליינע צאָל ייִדישע ביכער ספּעציעל מיט אַזאַ ציל.
אונדזערע לייענער ווייסן, אַז דעם 12טן אויגוסט, 1952, נאָך אַ פֿאַרמאַכטן טריבונאַל, זענען אין מאָסקווע דערהרגעט געוואָרן די פֿירנדיקע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. סטאַלינס רעגירונג האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט און אַנדערע שווערע פֿאַרברעכנס. צי דער דאָזיקער טרויעריק־באַרימטער געריכט־פּראָצעס איז געווען אַן אַקט פֿון ברוטאַלן אַנטיסעמיניזם, צי אַ טייל פֿון סטאַלינס אַלגעמיינער פּאַראַנאָיע, אַכזריות און טאָטאַליטאַריזם; ווי מע זאָל עס נישט דעפֿינירן, האָט דער מאָרד פֿון דער שרײַבער־עליטע פּאַראַליזירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ביז כרושטשאָווס תּקופֿה.

פּערזענלעכקײטן

זלמן סקודיצקי
אין דער וואָך פֿונעם 12טן אויגוסט געדענקען מיר נישט נאָר די שרײַבער, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין יענעם טאָג, אין 1952, נאָר אויך אַלע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און טוער, וואָס זענען רעפּרעסירט געוואָרן. צווישן די געליטענע איז געווען דער פֿאָלקלאָריסט זלמן סקודיצקי, וועלכער האָט געזאַמלט און רעדאַקטירט צוויי זאַמלונגען פֿאָלקסלידער; און איינע פֿון זיי וואָלט געדאַרפֿט פֿאַררעכנט ווערן ווי צווישן די בעסטע.
לויט חיים ביידערס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז זלמן סקודיצקי געבוירן געוואָרן אין 1906 אין זשיטאָמיר, און אין 1922 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אינעם קיִעווער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. ער האָט אים פֿאַרענדיקט אין 1926 און געוואָרן אַ לערער אין אַ ייִדישער שול. ווײַטער האָט ער שטודירט אין דער עטנאָגראַפֿישער סעקציע בײַם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור, און דאָרטן איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין 1931.
די סעקציע האָט אַדורכגעפֿירט פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, און סקודיצקי און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן געזאַמלט ס‘רובֿ פֿון די לידער געדרוקטע אין די צוויי בענד, פֿון די אונטערנעמונגען. די מוזיק צו די לידער האָט מען, צום באַדויערן, נישט פֿאַרשריבן און ניט געדרוקט. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן־זאַמלונג, באַנד איינס" איז אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאיר ווינער, אין מאָסקווע, 1933. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן, באַנד צוויי" איז געדרוקט געוואָרן מיט דרײַ יאָר שפּעטער אין 1936. נאָך איידער די צוויי בענד זענען דערשינען האָט סקודיצקי זיך קונה שם געווען ווי אַ פֿאָלקלאָריסט צוליב זײַן פֿאָרשונג "וועגן פֿאָלקס־באַאַרבעטונגען פֿון גאָטלאָבערס לידער" אין דער מינסקער "צײַטשריפֿט", און זײַן אַרבעט "וועגן פֿאָלקלאָרישן אַרבעטער־ליד".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ וואָך צוריק, אין דער פּרשה "ואתחנן", האָבן מיר געלייענט, ווי משה רבינו האָט געבעטן דעם אייבערשטן אים אַרײַנצולאָזן קיין ארץ־ישׂראל. פֿון דער גשמיותדיקער פּערספּעקטיוו, איז משה ניפֿטר געוואָרן חוץ־לאָרץ, כּדי מכפּר צו זײַן אויף די עבֿירות פֿון ייִדן. ברוחניות, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם ספֿר "זרע־קודש" פֿונעם ראָפּשיצער רבין, איז ער אָבער יאָ אַרײַנגעקומען אינעם לאַנד, ווי דער קאָלעקטיווער ג־טלעכער גײַסט פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל.
די פֿאָריקע פּרשה איז די איינציקע אינעם גאַנצן חומש, וואָס איר נאָמען האָט צו טאָן מיטן דאַוונען. דאָס ספּעציפֿישע וואָרט "ואתחנן" קאָן איבערגעזעצט ווערן ווי "און עס האָט זיך מיר געדאַוונט". לויט דעם ראָפּשיצער רבין, האָט די שכינה אַליין געבעטן דעם אייבערשטן אַרײַנצולאָזן משהן קיין ארץ־ישׂראל. משה רבינוס תּפֿילה איז גופֿא געווען אַן ענטפֿער אויף איר בקשה; ג־ט אַליין האָט, אַזוי צו זאָגן, געשטעלט אַ רעטאָרישע פֿראַגע דורך משה רבינוס מויל, און אַליין באַשטעטיקט, אַז אינעם גײַסטיקן זין וועט משה זיכער אַרײַן, צוזאַמען מיט זײַן פֿאָלק, אינעם הייליקן לאַנד.
נישט צופֿעליק ווערט אין דער פֿאָריקער פּרשה, וואָס איר נאָמען האָט צו טאָן מיט דאַוונען, אָנגעזאָגט די מיצווה פֿון קריאת־שמע — די וויכטיקסטע ייִדישע תּפֿילה, אין וועלכער אַ ייִד דערקלערט דאָס אַחדות־השם און זײַן באַוויליקייט צו דינען דעם באַשעפֿער מיטן גאַנצן האַרצן און מיט כּוחות פֿון דער נשמה און גוף.
דער פּשוטער באַדײַט פֿון דער קריאת־שמע איז אַ דערקלערונג פֿונעם ייִדישן גלויבן אינעם איינציקן ג־ט. אינעם טיפֿערן חסידישן זין, ווי אינעם דערמאָנטן פּירוש פֿונעם ראָפּשיצער רבין, מיינט עס אָבער, אַז ס׳איז נישטאָ קיין זאַך במציאות, אַחוץ דעם אייבערשטן. "שמע ישׂראל ה׳ אלוקינו ה׳ אחד" — מוז מען פֿאַרשטיין ווי, אַז ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט, ווי עס פֿלעגט זאָגן דער בעל־שם־טובֿ.

ייִדיש־וועלט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָט די דרײַ ווערטער אויף ייִדיש האָבן זיך מיר אײַנגעקריצט אין זכּרון פֿון קינדווײַז אָן. דעמאָלט איז נאָך נישט געווען קיין טעלעוויזיע, און וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין לאַנד, האָט מען זיך דערוווּסט אָדער פֿון די צײַטונגען, אָדער פֿונעם "שוואַרצן טעלער", ווי מ’האָט גערופֿן דעם רעפּראָדוקטאָר, וואָס פֿלעגט הענגען אויף דער וואַנט כּמעט אין יעדער סאָוועטישער דירה. מע האָט אים קיין מאָל נישט אויסגעשלאָסן און ער האָט געגרילצט אין די אויערן פֿון 6 אין דער פֿרי ביז 12 אַ זייגער בײַ נאַכט.
אין יאָר 1945 האָבן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ איך האָב געוווינט מיט מײַנע עלטערן, אָנגעהויבן אָנצוקומען עשעלאָנען מיט ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון די חרובֿ־געוואָרענע בעת דער מלחמה שטעט און שטעטלעך אין די מערבֿ־ראַיאָנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿריִער האָט מען אַהין געשיקט פֿון ביראָבידזשאַן אָפֿיציעלע הויכראַנגיקע אַגיטאַטאָרן, צו ווערבירן די אָרטיקע ייִדן. די צאָל אײַנוווינער אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז דעמאָלט שטאַרק געשטיגן. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן גערעדט ייִדיש, זײַנען כּמעט אַלע פּראָגראַמען אויף דעם ראַדיאָ טראַנסמיטירט געוואָרן אין ייִדיש. ביז הײַנט קלינגט מיר אין די אויערן: "עס רעדט ביראָבידזשאַן".
בכלל איז יענע צײַט געווען אַ פּאַראַדאָקסאַלע: פֿון איין זײַט, האָט אַרום־און־אַרום געהערשט דער הונגער, די קלייטן — פּוסט, יעדע קלייניקייט איז אַ מציאה; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אין ביראָבידזשאַן געבליט און געצוויט די ייִדישע קולטור. ס’האָט געאַרבעט דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער אויף קאַגאַנאָוויטשס נאָמען, וועלכער פֿלעגט אַרומפֿאָרן מיט פֿאָרשטעלונגען איבערן גאַנצן לאַנד; שאַפֿעריש זײַנען געווען די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער, ייִדיש האָט מען גערעדט אויף די גאַסן, אין די שולן און קינדער־גערטנער. איך אַליין האָב אָנגעהויבן גיין אין שול אַרײַן אין 1944 און ביזן יאָר 1949 האָב איך זיך געלערנט ייִדיש. דער שטאָט ביראָבידזשאַן און מײַנע עלטערן דאַרף איך זײַן דאַנקבאַר פֿאַרן קענען רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרק שאַגאַל מאָלט דאָס בילד "דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער", 1920
אויסשטעלונגען פֿון מאַרק שאַגאַלס ווערק קומען פֿאָר גאַנץ אָפֿט אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט, ממש אַלע יאָר. רוסלאַנד פֿאַרנעמט אויף דער דאָזיקער מאַפּע אַן אייגנאַרטיק אָרט. ווען שאַגאַל האָט פֿאַרלאָזט מאָסקווע אין 1922, זײַנען אינעם לאַנד פֿאַרבליבן אַ צאָל פֿון זײַנע ווערק — טיילווײַז, אין מלוכישע זאַמלונגען און טיילווײַז, אין פּריוואַטע הענט. איינע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע ווערק זײַנע, די סעריע "דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער", איז געראַטעוועט געוואָרן נאָכן פּאָגראָם פֿונעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער "גאָסעט" און איבערגעגעבן אין דער מלוכישער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע — דעם גרעסטן מוזיי פֿון דער רוסישער קונסט — אין 1950.
שאַגאַל האָט ערשט ווידער באַזוכט רוסלאַנד העכער פֿופֿציק יאָר נאָך זײַן אַוועקפֿאָרן. אין 1973 האָט מען דאָרט געמאַכט אַ קליינע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אין אַ זײַטיקן אַלקער פֿון דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע. דער עולם איז געווען אַזוי גרויס, אַז מען האָט מורא געהאַט פֿאַר דער זיכערקייט פֿונעם בנין. זינט דעם האָט מען אָפֿיציעל אָנערקענט שאַגאַלן ווי אַ "חשובֿן רוסישן קינסטלער", וואָס דער גורל האָט פֿאַרוואָרפֿן אינעם גלות פֿון דער עמיגראַציע, באַגלײַך מיט אַנדערע רוסישע קינסטלער פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה"; אַזעלכע, ווי בענואַ און דאָבוזשינסקי.
אָבער מען האָט דערבײַ כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון שאַגאַלס "רוסישער" קונסט. זײַן "אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער" איז געהיט געוואָרן בסוד־סודות. אַזוי שטרענג, אַז אַפֿילו די סאָוועטישע קונסט־פֿאָרשער און מיטאַרבעטער פֿון דער טרעטיאַקאָוו–גאַלעריע גופֿא האָבן ניט געמעגט אַ קוק צו טאָן אויף דעם דאָזיקן מײַסטערווערק.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ טשיקאַווע בוך איז אַרויס אין תּל-אָבֿיבֿ — די דראַמאַטישע פּאָעמע "סטאַלין און מיכאָעלס" פֿון אַהרן ווערגעליס. דאָס בוך איז כּולל דרײַ נוסחאָות פֿון אָט דעם ווערק: דער ייִדישער אָריגינאַל, ווי ער איז דערשינען אין איינעם פֿון די לעצטע נומערן פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" (נומ’ 3, 1990); איבערזעצונגען אויף רוסיש און דײַטש פֿון דעם דיכטער לעוו בערינסקי. אין די דרײַ שפּראַכן ווערט געבראַכט אויך בערינסקיס אַרטיקל "אַפּאָלאָגיע פֿון אַ רשע".
איך מוז גלײַך זאָגן, אַז מײַן אייגענע אָפּשאַצונג פֿון אַהרן ווערגעליסן איז גאָר ניט אַפּאָלאָגעטיש. ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", איז געווען, בלי-ספֿק, אַ טאַלאַנטירטער און בכלל פֿעיִקער מענטש, אָבער אַ רשע איז ער אויך געווען. אַן אַלטע מיטאַרבעטערין אין דער רעדאַקציע האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "ווערגעליס האָט ליב קעץ, הינט און קינדער, אָבער מענטשן האָט ער פֿײַנט". צום יונגן דור — און לעוו בערינסקי האָט געהערט צום יונגן דור — האָט ער זיך אויך באַצויגן כּמעט אַזוי גוט, ווי צו קעץ, הינט און קינדער. איך ווייס עס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג סוף 1980ער און אָנהייב 1990ער יאָרן. אָבער איך בין ניט זיכער, אַז דאָס מאַכט ווערגעליסן פֿאַר אַ גדול-בישׂראל.
אין מײַנע אויגן איז ווערגעליס אין גאַנצן געפֿאַלן, ווען איך האָב איבערגעלייענט זײַן מסירה, אָנגעשריבן אין דעצעמבער 1949. פֿאַר די, וואָס קענען רוסיש, איז דער טעקסט צוטריטלעך אין http://www.alexanderyakovlev.org/fond/issues-doc/68544. אין דעם דאָזיקן לאַנגן "אַנאַליז" מאַכט ער מיט דער בלאָטע גלײַך די שרײַבער פֿונעם עלטערן דור: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דער נסתּר און אַנדערע, און פֿאַרגעסט אויך ניט וועגן די אַמעריקאַנער שרײַבער ה. לייוויק און דוד אָפּאַטאָשו.

קהילה־לעבן

מער ווי 90,000 ייִדן פּראַווען דעם "סיום־הש״ס" אויפֿן סטאַדיאָן "מעטלײַף" אין ניו־דזשערזי
איסט־ראָטערפֿאָרד, שטאַט ניו־דזשערזי (ייִט״אַ). — מער ווי 90,000 ייִדן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דעם ערשטן אויגוסט אויפֿדערנאַכט אויף דעם סטאַדיאָן "מעטלײַף", וועלכער געפֿינט זיך אין דער שטאָט איסט־ראָטערפֿאָרד, שטאַט ניו־דזשערזי, און איז באַקאַנט ווי די היים פֿון די באַרימטע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿוסבאָל־קאָמאַנדעס "ניו־יאָרק דזשעטס" און "ניו־יאָרק דזשײַענטס". צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז דער סטאַדיאָן געווען אַזוי שטאַרק פֿאַרפּאַקט.
די סיבה פֿון דער אַנומלטיקער פֿאַרזאַמלונג איז אָבער געווען נישט אַ פּאָפּולערער ספּאָרט־פֿאַרמעסט אָדער אַ קאָנצערט, נאָר דער "סיום־הש״ס" — אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם, וואָס אַ גרויסע צאָל ייִדן האָבן פֿאַרענדיקט די זיבן־יאָריקע שטודיע פֿונעם גאַנצן תּלמוד, באַקאַנט ווי "דף־יומי". דאָס איז געווען דאָס אומגעוויינטלעכסטע געשעעניש אין דער געשיכטע פֿונעם סטאַדיאָן. טויזנטער חרדישע ייִדן אין שוואַרץ־ווײַסע מלבושים זענען זיך צוזאַמענגעקומען, כּדי צו פּראַווען דעם ריזיקן סיום. בעת אַ הפֿסקה, האָט דער עולם אָפּגעדאַוונט מינחה און פֿאַרזוכט ייִדישע מאכלים.
ווי ס׳איז באַקאַנט, שטעלט מיט זיך דער תּלמוד פֿאָר אַ ריזיקן קאָרפּוס פֿון זייער קאָמפּליצירטע טעקסטן. אין די פֿריִערדיקע דורות האָבן בלויז אַ קליינע צאָל יחידים געקאָנט איבערלייענען און פֿאַרשטיין ווי געהעריק דעם גאַנצן "ש״ס" — אַלע זעקס טיילן פֿון תּלמודישע מסכתּאות. אינעם יאָר 1923, האָט הרבֿ מאיר שאַפּיראָ — דעמאָלט דער רבֿ פֿון דער פּוילישער שטאָט סאַנאָק, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער ראָש־ישיבֿה אין דער "ישיבֿת חכמי לובלין" — צוגעטראַכט אַ חידושדיקע עצה, און פֿאָגעלייגט צו לערנען דעם "דף־יומי", איין בלאַט פֿונעם "ש״ס" יעדן טאָג.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס קאַפּיטעלע ניס אויף מאַמע-לשון איז אפֿשר פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע. וועט עס פֿאַרנעמען מער ווי איין המשך פֿון אונדזער סעריע.
וואָס איז דאָס אַזוינס אַ נוס? אַ געוויסע האַרטע פֿרוכט פֿון אַ בוים. אַ נוס האָט אַ שאָלעכץ פֿון דרויסן און פֿעטס אינעווייניק. לויט די לעצטע, פּשוט-פֿאָלקישע קריטעריעס גייען אין דעם אַרײַן וועלטשענע/וועלשענע/וועלישע ניס, מאַנדלען, האָזענע ניס/האָזניס/האָזנניס/האָזלניס/האָזישע ניס, חזיר-ניסלעך, קאַשטאַנען/קאַשטאַנעס/קאַשטענעס/קעסטן, פֿיסטאַשקעס, קאַשוען, פּעקאַנען/פּעקאַנניס, בראַזילער ניס, סאָסנע-קערעלעך, ערדניסלעך/ארץ-ישׂראל-ניס/רבי-ניסלעך/סטאַשקעס. לויט די וויסנשאַפֿטלעכע קריטעריעס זענען ס׳רובֿ "ניס" גאָר קיין ניס נישט, אָבער דאָ וועלן מיר גיין מיט דער פּשוט־פֿאָלקישער באָטאַניק.
וואָס שייך די ווערטער פֿאַר ‘נוס’ אַליין איז די מעשׂה אַזאַ: פּונקט ווי ס׳ייִדישע "נוס", וואַקסן ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען פֿון אַן אַלטן שורש וואָס קערט זיך אָן מיטן וואָרט ‘קנעכל’ — אפֿשר ווײַל סײַ אַ קנעכל, סײַ אַ נוס איז האַרט. פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט, nux, וואַקסן אַלע ראָמאַנישע ווערטער: דאָס פֿראַנצויזישע noix, דאָס איטאַליענישע noce, דאָס רומענישע nucă, דאָס שפּאַנישע nuez, דאָס פּאָרטוגאַלישע noz. פֿון אַן אַנדער אָפּצווײַג פֿון דעם שורש וואַקסן דאָס ענגלישע nut, דאָס דײַטשישע Nuß, דאָס האָלענדישע noot, דאָס פֿלעמישע not. פֿונעם לאַטײַנישן nux וואַקסט אויך דאָס וואָרט nucleus ‘יאָדער׳ .
אין די סלאַווישע און באַלטישע לשונות איז דאָס וואָרט אין גאַנצן אַנדערש: רוסיש orekh, פּויליש orzech, טשעכיש ořech, ליטוויש riešutys אאַז״וו. פֿון וואַנעט זיי וואַקסן ווייסט מען נישט — אפֿשר פֿון אַ קאַווקאַזישן לשון ווי, אַ שטייגער, גרוזיניש. אויף אַלטגרעקיש karyon, אויף נײַגרעקיש karydi, וואָס ביידע ווערטער קערן זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "האַרט" — נישט קיין וווּנדער.