ליטעראַטור

מאַרק שאַגאַל מאָלט דאָס בילד "דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער", 1920
מאַרק שאַגאַל מאָלט דאָס בילד "דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער", 1920
אויסשטעלונגען פֿון מאַרק שאַגאַלס ווערק קומען פֿאָר גאַנץ אָפֿט אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט, ממש אַלע יאָר. רוסלאַנד פֿאַרנעמט אויף דער דאָזיקער מאַפּע אַן אייגנאַרטיק אָרט. ווען שאַגאַל האָט פֿאַרלאָזט מאָסקווע אין 1922, זײַנען אינעם לאַנד פֿאַרבליבן אַ צאָל פֿון זײַנע ווערק — טיילווײַז, אין מלוכישע זאַמלונגען און טיילווײַז, אין פּריוואַטע הענט. איינע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע ווערק זײַנע, די סעריע "דער אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער", איז געראַטעוועט געוואָרן נאָכן פּאָגראָם פֿונעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער "גאָסעט" און איבערגעגעבן אין דער מלוכישער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע — דעם גרעסטן מוזיי פֿון דער רוסישער קונסט — אין 1950.
שאַגאַל האָט ערשט ווידער באַזוכט רוסלאַנד העכער פֿופֿציק יאָר נאָך זײַן אַוועקפֿאָרן. אין 1973 האָט מען דאָרט געמאַכט אַ קליינע רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אין אַ זײַטיקן אַלקער פֿון דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע. דער עולם איז געווען אַזוי גרויס, אַז מען האָט מורא געהאַט פֿאַר דער זיכערקייט פֿונעם בנין. זינט דעם האָט מען אָפֿיציעל אָנערקענט שאַגאַלן ווי אַ "חשובֿן רוסישן קינסטלער", וואָס דער גורל האָט פֿאַרוואָרפֿן אינעם גלות פֿון דער עמיגראַציע, באַגלײַך מיט אַנדערע רוסישע קינסטלער פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה"; אַזעלכע, ווי בענואַ און דאָבוזשינסקי.
אָבער מען האָט דערבײַ כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון שאַגאַלס "רוסישער" קונסט. זײַן "אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער" איז געהיט געוואָרן בסוד־סודות. אַזוי שטרענג, אַז אַפֿילו די סאָוועטישע קונסט־פֿאָרשער און מיטאַרבעטער פֿון דער טרעטיאַקאָוו–גאַלעריע גופֿא האָבן ניט געמעגט אַ קוק צו טאָן אויף דעם דאָזיקן מײַסטערווערק.
די איצטיקע אויסשטעלונג אין דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע איז אינטערעסאַנט דווקא מיט איר קאָנצעפּציע, וואָס אַנטפּלעקט די ייִדישע וואָרצלען פֿון שאַגאַלס שעפֿערישקייט. די באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע ווערק פֿון שאַגאַלס פֿריִערער תּקופֿה ווערן באַגלייט מיט רעאַלע זאַכן, אַזעלכע ווי מעבל פֿון ייִדישע שטיבער, כּלים פֿון ייִדישע בעל־מלאָכות, און אַנדערע מאַטעריעלע אָביעקטן, וועלכע האָבן אַ מאָל געהערט צו דעם טאָג־טעגלעכן ייִדישן שטייגער.
צוליב דעם האָט מען אויסגענוצט די זאַמלונג פֿונעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וואָס פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט אויסגעצייכנטע עקספּאָנאַטן. פֿונעם רוסלענדישן עטנאָגראַפֿישן מוזיי אין סאַנקט–פּעטערבורג האָט מען געבראַכט די מאַטעריאַלן פֿון אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישער זאַמלונג, בתוכם די זעלטענע צייכענונגען פֿון ייִדישע מצבֿות געמאַכט פֿון שלמה יודאָווין. דער דאָזיקער פֿאָן מאַכט בולט די פֿאַרבינדונג צווישן דער מאַטעריעלער ייִדישער קולטור מיט שאַגאַלס קונסט.
ביז גאָר אינטערעסאַנט איז אויך די סעריע פֿון שאַגאַלס סאַמע ערשטע צייכענונגען פֿון זײַן וויטעבסקער משפּחה און די סאַמע ערשטע ווערק זײַנע, וואָס געפֿינען זיך עד־היום אינעם רשות פֿון זײַן פֿאַמיליע. זיי פּאַסן גוט צו זײַן אויטאָביאָגראַפֿישער סעריע "מײַן לעבן", וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט באַלד נאָך זײַן פֿאַרלאָזן רוסלאַנד אין 1922 לויטן באַשטעל פֿונעם באַקאַנטן בערלינער קונסטהענדלער פּאַול קאַסירער. די דאָזיקע עקספּאָנאַטן שילדערן שאַגאַלס וויטעבסקער סבֿיבֿה און לאָזן בעסער פֿאַרשטיין די אַנטוויקלונג פֿון זײַן טאַלאַנט. זיי געהערן צו דער בעסטער קינסטלערישער פֿאָרשטעלונג פֿונעם לעבנס־שטייגער בײַם פּראָווינציעלן ייִדיש-רוסישן מיטלשטאַנד פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה.
שאַגאַלס יוגנטלעכע ווערק אַנטפּלעקן דרײַ מקורים פֿון זײַן שעפֿערישקייט׃ דעם ייִדישן שטייגער און די ייִדישע פֿאָלקסקונסט; די מאָדערנע רוסישע קונסט פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה"; און דעם פֿראַנצויזישן פּאָסט–אימפּרעסיאָניזם און קוביזם, וואָס שאַגאַל האָט געלערנט בעת זײַן באַזוך אין פּאַריז ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. מען זעט בפֿירוש זײַן קינסטלערישן וווּקס ווי אַ פּראָצעס פֿונעם צונויפֿשמעלצן פֿון די מאָדערנע טענדענצן אין קונסט מיט דער ייִדישער שטייגערישקייט. אין יענער תּקופֿה האָט שאַגאַל ניט פֿאָרגעשטעלט ייִדישקייט ווי עקזאָטישע קליינשטעטלדיקייט, וואָס מען האָט שפּעטער איבערגענומען אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", נאָר ווי אַ נאָרמאַלער שטאָטישער אופֿן פֿונעם לעבן.
שאַגאַלס שפּעטערע ווערק פֿון די 1960ער—1970ער יאָרן זעען אויס אַ ביסל שוואַכער. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן יוגנטלעכער שאַפֿונג זײַנען זיי אַוודאי מער מײַסטעריש, אָבער עס פֿעלט אין זיי די נאָענטע, אינטימע באַציִונג צו דער אַרומיקער וועלט, וואָס האָט באַלעבט די פֿריִערע ווערק זײַנע. מיט דער צײַט איז שאַגאַל געוואָרן זייער אַ דערפֿאָלגרײַכער און געניטער קינסטלער. ער האָט געשעפּט פֿון די רײַכע אוצרות, וואָס ער האָט אָנגעזאַמלט אין זײַנע יונגע יאָרן. אייניקע עלעמענטן, ווי למשל, דער אַלטער זייגער, באַווײַזן זיך דאָ ווי אַ מין סימבאָלישע ציטאַט, וואָס דערמאָנט דעם קינסטלער און צושויער וועגן דער ערשטער, רוסיש־ייִדישער תּקופֿה. אָבער איצט דינען אַזעלכע פּרטים ווי שיינע דעקאָראַטיווע עלעמענטן.
בעת זײַן מאָסקווער באַזוך אין 1973 האָט שאַגאַל געהאַלטן אַ קורצע רעדע. ער האָט זיך פֿאַרגליכן מיט אַן אויסגעוואָרצלטן בוים, וואָס הענגט אין דער לופֿטן אָבער האַלט אין איין וואַקסן ווײַטער. די איצטיקע מאָסקווער אויסשטעלונג ווײַזט אונדז דעם באָדן אויף וועלכן עס זײַנען געוואַקסן די וואָרצלען פֿון שאַגאַלס בוים. מען זעט אויך אַ פּאָר פֿרוכטן, וועלכע האָבן שפּעטער גערײַפֿט אויף אָט דעם בוים. די נאָענטע קרובֿהשאַפֿט מיטן רוסיש־ייִדישן באָדן איז געווען תּמיד וויכטיק פֿאַר שאַגאַלן, און איצט איז זי אַנטפּלעקט געוואָרן אויך פֿאַרן רוסישן עולם.