געזעלשאַפֿט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מחבר ברענגט פֿון ניו־יאָרק אַ גרוס שלום־עליכמען
דער מחבר ברענגט פֿון ניו־יאָרק אַ גרוס שלום־עליכמען
אַ לייענער פֿון דער ייִדישער געשיכטע באַקענט זיך ממילא מיט אַ גאַנצער ריי אוקראַיִנישע שטעט און שטעטלעך און טראָגט מיט זיך אַ באַשטימט בילד פֿונעם לאַנד, נאָך איידער ער זעט עס מיט די אייגענע אויגן. ער ווייסט, אַז מענדעלע איז געווען דער מנהל פֿון אַ תּלמוד־תּורה אין אָדעס, אַז שלום־עליכם האָט פֿאַרשפּילט זײַן געלט אויף דער קיִעווער בירזשע און אַז דאָרט, אין קיִעוו, האָט זיך געפֿאָרעמט נאָך דער רעוואָלוציע די וויכטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציע און פֿאַרלאַג "קולטור־ליגע". ער ווייסט, אַז עס זײַנען געווען פּאָגראָמען און מלחמות און שחיטות און עמיגראַציע, נאָר פֿון דעסטוועגן שטעלט ער זיך פֿאָר, אַז דאָס לאַנד שוויבלט און גריבלט מיט ייִדעלעך. ווי קען זײַן אַנדערש, וווּ ייִדן האָבן אַ מאָל געלעבט צונויפֿגעפּרעסט ווי הערינג אין אַ פֿעסל?
ס׳איז אויסטערליש צו טראַכטן, אַז אויף אַזאַ ריזיקער טעריטאָריע ווי אוקראַיִנע, וואָס זי שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע, זאָל מען הײַנט דאַרפֿן זוכן ייִדן מיט ליכט. אָבער דער אמת איז, אַז מען פֿאָרט הײַנט אַהין ניט אַזוי אָפֿט צו זוכן לעבעדיקע ייִדן, ווי טויטע: אויף קבֿר־אָבֿות, צו פֿאַרשיידענע דענקמאָלן, פֿאַרוואָרלאָזטע שטעטלעך און בית־עולמס. אַזוי איז אויך מיט מיר: איך בין געקומען מיט דער מאַמען, כּדי צו באַזוכן איר היימשטאָט, אָדעס, ווי אויך דער באָבעס שטעטל, בערשאַד. מיר האָבן דאָ אויך לעבעדיקע קרובֿים, אָבער ווײַטע; אַזעלכע, וואָס איך דאַרף אויסניצן מײַנע מאַטעמאַטישע קענטענישן, כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי מיר קערן זיך אָן.
אַזוי ווי די עראָפּלאַנען לאַנדן אין דער הויפּטשטאָט, האָבן מיר אויך פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג אין קיִעוו, און דאָרט האָב איך באַגעגנט דעם לעצטן אוקראַיִנישן ייִדישיסט. ער איז אַוודאי ניט דער לעצטער ייִדיש־רעדער — זיי זײַנען נאָך דאָ אַ היפּש ביסל; אויך לייענערס פֿון "פֿאָרווערטס". אַפֿילו דעם ערשטן טאָג, בײַ אַ וויזיט אין דער בראָדסקי־שיל, האָב איך באַגעגנט אַן אַלטן ייִד, וואָס האָט מיר געוואָלט (אויף ייִדיש) פֿאַרקויפֿן פֿאַרשיידענע טשאַטשקעס. אָבער אַ יונגער־מאַן וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדיש, אַזוי ווי אונדזער "יוגנטרוף"־חבֿרה אין אַמעריקע — פֿון דעם מין איז ער דער איינציקער. הייסן הייסט ער אַנאַטאָלי קערזשנער און ער שרײַבט אַ דאָקטאָראַט אינעם היגן אוניווערסיטעט וועגן דעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער ראובֿן ברײַנין. פֿאַראַיאָרן האָט מען פֿאַרמאַכט זײַן אָפּטייל; דער לעצטער וווּ מע האָט געקאָנט לערנען יודאַיִסטיק אין גאַנץ אוקראַיִנע. איז ער אַריבער אויף אַן אַנדער אָפּטייל, וואָס פּאַסט אים ווי אַ פּאַטש אין גוט־שבת. אין קיִעוו האָט זיך אַ מאָל געפֿונען דער באַרימטער ייִדישער אינסטיטוט, וואָס האָט אין די 1920ער און 1930 יאָרן אפֿשר איבערגעיאָגט דעם "ייִוואָ", וואָס שייך וויסנשאַפֿטלעכער פּראָדוקטיווקייט און השפּעה. עס האָבן געלערנט וואָגיקע פֿאָרשער, ווי די פֿילאָלאָגן נחום שטיף און עליע ספּיוואַק, דער ליטעראַטור־היסטאָריקער מאַקס עריק, און דער מוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסקי. פֿון דער גאַנצער טראַדיציע פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿט אין אוקראַיִנע האָט זיך הײַנט אויסגעלאָזט אַ בוידעם.
מע זאָגט, אַז אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל. נאָר אַזוי ווי איך זע ניט זייער גוט אַפֿילו מיט די ברילן, ווייס איך ניט, צי איך קען ברענגען דעם לייענער געוואַלדיקע חידושים נאָך איין וואָך אין לאַנד. די ערשטע זאַך וואָס אַ פֿרעמדער באַמערקט, קענענדיק כאָטש אַ ביסל רוסיש, איז די מאָדנע סתּירה צווישן דער אָפֿיציעלער און דער גערעדטער שפּראַך. אין די גרויסע שטעט וווּ איך פֿאַרברענג, קיִעוו און אָדעס, רעדן אַלע (אָדער כּמעט אַלע) רוסיש, אָבער די שילדן און מעלדונגען זײַנען אויף אוקראַיִניש. די צוויי שפּראַכן זײַנען אַזוי נאָענט, אַז איך האָב שטענדיק דאָס געפֿיל, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט עפּעס פֿאַרשטיין, אָבער איך פֿאַרשטיי עס ניט. אַזוי ווי די אוקראַיִנער וואָלטן בכּיוון פֿאַרדרייט ניט ווייניק ווערטער, כּדי צו מאַכן דעם טעקסט אומקלאָר, אויף צו להכעיס די רוסן. פֿאַר אַן אַמעריקאַנער קומט אַוודאי צו נוץ, וואָס אַ סך שילדן זײַנען אויך געשריבן אויף ענגליש. אָבער פֿאַר וואָס דאַרפֿן לײַדן די אַלע רוסיש־רעדערס, וואָס מאַכן אויס אַן ערך אַ העלפֿט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג אין אוקראַיִנע? געוויסע פּאָליטיקער ווילן אײַנפֿירן רוסיש ווי אַ צווייטע אָפֿיציעלע שפּראַך, אָבער קערזשנער דערציילט, אַז די נאַציאָנאַליסטן לאָזן ניט.
איך בין זיך מודה, אַז איך בין געקומען קיין אורקאַיִנע מיט אַ היפּש ביסל ייִדישער פּאַראַנאָיע. איך האָב געמיינט, אַז די פּאָגראָמשטשיקעס וועלן אָנפֿאַלן אויף מיר וויבאַלד איך וועל אַראָפּגיין פֿונעם עראָפּלאַן. פֿאָרנדיק מיט דער אונטערבאַן, האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען די אַנאָנסן, ניט געהערט צוליב דעם גרויסן רעש, און געטראַכט, אַז יעדער אוקראַיִנער זעט אויס ווי אַ מערדער. אַ ביסל פֿון דער פּאַראַנאָיע האָב איך געירשנט פֿונעם זיידן, זאָל ער לעבן און זײַן געזונט, וואָס איך טאָר אים גאָר ניט דערציילן, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע. ער אַבאָנירט דעם "פֿאָרווערטס", אָבער די עטלעכע וואָכן וועט ער ניט באַקומען די צײַטונג, כּדי ער זאָל זיך, חלילה, ניט דערוויסן וועגן אונדזער נסיעה.
אין דער אמתן, זײַנען די אוקראַיִנער גאַנץ וווילע מענטשן, וואָס זײַנען כּסדר גרייט צו העלפֿן מיט אַן עצה אָדער אַ גוט וואָרט. זיי זײַנען כּמעט אַלע אָרעמע־לײַט און דערפֿאַר הערשט בײַ זיי אַ געוויסע בירגערלעכע דעמאָקראַטיע און גלײַכקייט, וואָס מען פֿילט ניט בײַ אונדז אין אַמעריקע, וווּ די געזעלשאַפֿט איז אַזוי צעשפּאָלטן אויף סאָציאַלע קלאַסן. ס׳רובֿ מענער זעען אויס ניט ווי מערדער, נאָר ווי אַרבעטער, ווי פּשוטע מענטשן, וואָס קענען זיך ניט פֿאַרמעסטן מיט דער נײַסטער מאָדע און האָבן די אַלע עלעקטראָנישע שפּילעכלעך אונדזערע. די פֿרויען, ווידער, ספּעציעל די ייִנגערע, טוען זיך אָן מאָדערן, מיט געשמאַק, אַז ס׳איז אַ מחיה צו קוקן.
אַ ביסל מערקווערדיק איז דאָס, וואָס אַלע מענטשן זעען דאָ אויס ווי אויף איין פֿאַסאָן געמאַכט. די מענער טראָגן קורץ־געשוירענע האָר, ווי די אַמעריקאַנער מענער אין די 1950ער יאָרן. זעלטן ווער האָט וואָנצעס אָדער אַ בערדל. קיין שוואַרצע, קיין אַפֿריקאַנער, זײַנען מער ניטאָ. ווייס איך ניט, צי דאָס איז צוליב דעם ראַסיזם און דעם כוליגאַניזם (כאָטש מע שמועסט, אַז דער מצבֿ איז דאָ בעסער ווי אין רוסלאַנד), צי פּשוט דערפֿאַר, ווײַל קיין גאָלדענע גליקן ציִען אַהער ניט צו קיין אימיגראַנטן.
מאָדנע איז אויך, אַז אַן אַמעריקאַנער, וואָס אין דער היים איז ער אַן אָרעמאַן, שפּירט זיך אין אוקראַיִנע ווי אַ שטאָטישער גבֿיר. אין ניו־יאָרק שטילט ער זײַן הונגער מיט אַ "האַט דאָג" אָדער, אין אַ יום־טובֿ, מיט פֿאַלאַפֿעל, אָדער פּיצע; אָבער דאָ קען ער זיך פֿירן גרויס און עסן אין די פֿײַנסטע רעסטאָראַנען. דער נמשל איז, אַז דער אַמעריקאַנער קבצן איז דאָ אַ קלענערער קבצן צווישן די אָרטיקע אָרעמעלײַט.