ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ טשיקאַווע בוך איז אַרויס אין תּל-אָבֿיבֿ — די דראַמאַטישע פּאָעמע "סטאַלין און מיכאָעלס" פֿון אַהרן ווערגעליס. דאָס בוך איז כּולל דרײַ נוסחאָות פֿון אָט דעם ווערק: דער ייִדישער אָריגינאַל, ווי ער איז דערשינען אין איינעם פֿון די לעצטע נומערן פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" (נומ’ 3, 1990); איבערזעצונגען אויף רוסיש און דײַטש פֿון דעם דיכטער לעוו בערינסקי. אין די דרײַ שפּראַכן ווערט געבראַכט אויך בערינסקיס אַרטיקל "אַפּאָלאָגיע פֿון אַ רשע".
איך מוז גלײַך זאָגן, אַז מײַן אייגענע אָפּשאַצונג פֿון אַהרן ווערגעליסן איז גאָר ניט אַפּאָלאָגעטיש. ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", איז געווען, בלי-ספֿק, אַ טאַלאַנטירטער און בכלל פֿעיִקער מענטש, אָבער אַ רשע איז ער אויך געווען. אַן אַלטע מיטאַרבעטערין אין דער רעדאַקציע האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "ווערגעליס האָט ליב קעץ, הינט און קינדער, אָבער מענטשן האָט ער פֿײַנט". צום יונגן דור — און לעוו בערינסקי האָט געהערט צום יונגן דור — האָט ער זיך אויך באַצויגן כּמעט אַזוי גוט, ווי צו קעץ, הינט און קינדער. איך ווייס עס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג סוף 1980ער און אָנהייב 1990ער יאָרן. אָבער איך בין ניט זיכער, אַז דאָס מאַכט ווערגעליסן פֿאַר אַ גדול-בישׂראל.
אין מײַנע אויגן איז ווערגעליס אין גאַנצן געפֿאַלן, ווען איך האָב איבערגעלייענט זײַן מסירה, אָנגעשריבן אין דעצעמבער 1949. פֿאַר די, וואָס קענען רוסיש, איז דער טעקסט צוטריטלעך אין http://www.alexanderyakovlev.org/fond/issues-doc/68544. אין דעם דאָזיקן לאַנגן "אַנאַליז" מאַכט ער מיט דער בלאָטע גלײַך די שרײַבער פֿונעם עלטערן דור: דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דער נסתּר און אַנדערע, און פֿאַרגעסט אויך ניט וועגן די אַמעריקאַנער שרײַבער ה. לייוויק און דוד אָפּאַטאָשו. מע זאָגט, אַז ווען די דאָזיקע מסירה, אויסגעגראָבן פֿון דעם אַרכיוון-שטויב, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, האָט עס פֿאַרקירצט ווערגעליסעס יאָרן. אַזאַ מיינונג האָב איך אַ מאָל געהערט אין מאָסקווע.
אָבער, אַזוי צי אַזוי, איז די שווערע משׂא פֿון אָט דער מסירה, און אפֿשר אַנדערע אויך, געלעגן אויף ווערגעליסעס פּלייצעס. בערינסקי איז גערעכט, אַז קיין 100־פּראָצענטיקער רשע איז ער פֿון דעסטוועגן ניט געווען. די דאָזיקע משׂא איז געוואָרן נאָך שווערער סוף 1980ער יאָרן, ווען ס’איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן די פּאָליטיק פֿון פֿאַרשווײַגן די גזירות פֿון סטאַלינס צײַטן; בפֿרט, די הריגה פֿון שלמה מיכאָעלסן, אין מינסק, אין יאַנואַר 1948.
מיכאָעלס, דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, האָט געשטערט. אַגבֿ, ביזן הײַנטיקן טאָג איז פּינקטלעך ניט קלאָר, מיט וואָס ער, אַ געטרײַער קאָמוניסט, האָט זיך פּונקט דעמאָלט פֿאַרשולדיקט פֿאַר סטאַלינס רעזשים. אפֿשר איז עס געווען אַ פּערזענלעכער פֿאַרדראָס, ווען סטאַלין האָט זיך דערוווּסט, אַז מיכאָעלס האָט געפּרוּווט געפֿינען אַ צוטריט צו סטאַלינס ייִדישן איידעם. אָבער דאָס זײַנען שוין היסטאָרישע פּרטים. דער עיקר, אַז מיכאָעלסן האָט מען דערהרגעט אין 1948, און סוף 1980ער האָט זײַן נאָמען גענומען סימבאָליזירן די אויפֿלעבונג פֿון דעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אין אייניקע פֿאַרעפֿנטלעכטע קוואַלן וועגן דער ייִדישער אויפֿלעבונג ווערט דערמאָנט, אַז דעם 10טן יאַנואַר 1988 האָט אַ גרופּע לײַט זיך צונויפֿגעקליבן אין מאָסקווע, בײַם קבֿר מיכאָעלסן, און אַז די הזכּרה האָט געפֿירט דער יונגער ייִדישער דיכטער וועלוול טשערנין, אַ מיטאַרבעטער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". איך געדענק גאַנץ גוט יענעם טאָג. עס האָט זיך ניט פֿאַרגעסן, אַז דער בית-עולם איז געווען פֿול-געפּאַקט מיט "קיי-דזשי-בי"-לײַט. זיי האָבן אָפֿן פֿילמירט די גאַנצע געשעעניש. אָבער געטאָן האָבן זיי אַלץ העפֿלעך, קיינעם ניט געטשעפּעט, און איינער פֿון אָט די לײַט האָט מיר אַפֿילו געוויזן, ווי איך זאָל איבערלאָזן דעם אויטאָ. אַ סבֿרא, אַז ווערגעליס האָט זיך אויך דערוווּסט וועגן דער צונויפֿקומעניש.
אין אַ יאָר אַרום איז אין מאָסקווע געעפֿנט געוואָרן אַ ייִדישער קולטור-צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שלמה מיכאָעלס. אין דער אמתן, האָט דער צענטער מיט זיך ווייניק וואָס פֿאָרגעשטעלט, אָבער געעפֿנט איז ער געוואָרן מיט אַ גרויסן טאַראַראַם. צענדליקער אויסלענדישע געסט, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע ייִדישע כּלל-טוערס פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, אויסטראַליע און אַנדערע לענדער, זײַנען געקומען קיין מאָסקווע; און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס רעגירונג האָט עס אַלץ, אין תּוך אַרײַן, געשטיצט.
קיין חידוש ניט, אַז ווערגעליס, וועמען דאָס לעבן האָט אויסגעלערנט צו קוקן וווּהין דער ווינט בלאָזט, איז פּלוצעם געוואָרן אַ הייסער אָנהענגער פֿון דער "פּערעסטרויקע". איך געדענק, ווי אין עפּעס אַ שיינעם טאָג האָט ער געבעטן, אַז חיים ביידער, באָריס מאָגילנער און אַני-הקטן (דעמאָלט זײַנען מיר געווען מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע) זאָלן קומען צו אים אַהיים. באַגעגנט האָט ער אונדז זייער טעאַטראַליש — בײַם טיש, אויף וועלכן עס זײַנען געלעגן צעקנייטשטע זײַטלעך פּאַפּיר. ער האָט אונדז געזאָגט, אַז גאָר צופֿעליק האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף די לידער, וועלכע ער האָט געשריבן אָנהייב 1950ער יאָרן, ווען מע האָט אים אויסגעשלאָסן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. די לידער זײַנען געווען באמת גוטע, און אויף רוסיש זײַנען זיי שפּעטער אַרויס אין געראָטענע איבערזעצונגען פֿון די באַקאַנטע דיכטער דוד סאַמוילאָוו און יורי לעוויטאַנסקי. אָבער קיינער פֿון אונדז דרײַ האָט זיך אויף דעם גאַנצן טעאַטער ניט געקויפֿט. ס’איז קלאָר געווען, אַז די נסימדיק געפֿונענע זײַטלעך האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט פֿריש אָנגעשריבענע לידער.
די דראַמאַטישע פּאָעמע "סטאַלין און מיכאָעלס", אַ שמועס צווישן סטאַלינען (און שפּעטער — סטאַלינס געשפּענסט) און מיכאָעלסעס געשפּענסט — געהערט צו דער זעלבער צײַט און געהערט צו דעם זעלבן פֿענאָמען: אַ דיכטער מיט זייער אַ שווערער און פּאָטענציעל קאָמפּראָמיטירנדיקער דערפֿאַרונג האָט געוואָלט איבערשרײַבן — צי, לכל-הפּחות, רעדאַקטירן — זײַן אייגענע געשיכטע. און אַ שטיקל על-חטא איז עס אויך, אַ פּנים, געווען.
לעוו בערינסקין קומט אַ יישר-כּוח פֿאַר מאַכן דרײַ-שפּראַכלעך צוטריטלעך דעם אינטערעסאַנטן דאָקומענט. בעת איך קוק אויף דער פּאָעמע ווי אויף אַ דאָקומענט, בין איך ניט גרייט אָפּצושאַצן די קינסטלערישע מעלות פֿון אָט דעם ווערק און לאָז עס איבער פֿאַר ליטעראַטור-קענער. אויף וויפֿל איך געדענק, האָט ווערגעליס געהאָפֿט, אַז דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" וועט עס אויפֿפֿירן. אויף דעם איז אויסגערעכנט געוואָרן דער פֿינאַל, אין וועלכן דאָס געשפּענסט פֿון מיכאָעלסן זאָגט:

איך זע שוין קלאָר: עס צינדט זיך אָן די שײַן, וואָס איז געווען
פֿאַרלאָשן אויף דער בינע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער.
דאָרט ווידער קלינגען וועט פֿון אונדזער פֿריילעכס די מוזיק.
אין זאַל איז אַן אַנשלאַג, און אויף דער נײַער בינע
רעדן מײַנע יורשים ייִדיש. שוין צײַט
אַרויסגיין פֿונעם טויט און זיך באַווײַזן לעבעדיק אין אַלטן גרים...

אָבער דער מאָסקווער טעאַטער "שלום" האָט שוין גערעדט רוסיש. און ווערגעליס אַליין האָט שוין ווייניק אינטערעסירט דעם עולם.