‫פֿון רעדאַקציע

יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד.
דרײַ יאָר האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — די אַכזריותדיק־צינישע אַקציע, הגם דער טויט־אורטייל קעגן דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער דער מישפּט האָט זיך אָנגעהויבן. אין די 1990ער יאָרן, בעת דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע" אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געוויסע אַרכיוון דערמעגלעכט זיך צו באַקענען מיט אַ טייל דאָקומענטן, וואָס זײַנען ביז יענער צײַט געווען פֿאַרשלאָסן אויף זיבן שלעסער.
צווישן די פּובליקירטע דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור, געפֿינט זיך אויך דער "דאָקומענט נומ’ 34.", אַ בריוו, אָנגעשריבן פֿונעם פּאָעט אַהרן ווערגעליס, לויט דער ביטע פֿונעם פּאַרטיי־ביוראָ בײַם שרײַבער־פֿאַראיין פֿון סאָוועטישע שרײַבער, אַרויסצוזאָגן זײַן מיינונג וועגן געוויסע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער.
מיר ברענגען ווײַטער בלויז אייניקע אויסצוגן פֿון זײַנע "מבֿינות" אָן קאָמענטאַרן:
"ס’איז באַוווּסט, אַז אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט די ייִדישע ליטעראַטור איבערגעלעבט אַ שרעקלעך־גרויסן קריזיס. דער מצבֿ פֿון די ייִדישע שרײַבער, וואָס אַרבעטן הײַנט, ווערט נאָך שווערער צוליב דעם, וואָס נישט מיר, נאָר דווקא די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן די ערשטע געלייגט אַכט אויף דעם קופּקעלע ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן אַקטיוו באַלעבאַטעוועט ווי בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן, שׂונאים פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. [...]
"דער עלטערער דור ייִדישע שרײַבער, וואָס איז במשך פֿון דרײַסיק יאָר געווען דער גרונט־קערן פֿון דער ליטעראַטור אויף ייִדיש, איז מיט זײַנע וואָרצלען טיף אַוועק אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, אָפּהיטנדיק די אַלטע טראַדיציעס פֿון קליינבורזשואַזן און קליינשטעטלדיקן לעבנס־שטייגער. אָנגעהויבן זייער ליטעראַרישע טעטיקייט נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע, זײַנען אַזעלכע שרײַבער ווי האָפֿשטיין, דער נסתּר, בערגעלסאָן, מאַרקיש און אַנדערע, אַרײַן אין דער ליטעראַטור ווי טרעגערס פֿון בורזשואַזע און נאַציאָנאַליסטישע אידעען. די ייִדישע ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט איז זייער שולדיק אין דעם, וואָס זי האָט אַזוי גרינג מוחל געווען די שרײַבער זייער אַנטלויפֿן פֿון דער רעוואָלוציע, זייער ווײַס־עמיגראַנטישע טעטיקייט אין אויסלאַנד אין די סאַמע שווערסטע פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט יאָרן.
"דער נאַציאָנאַליסט און ציוניסט האָפֿשטיין איז דעמאָנסטראַטיוו אַרויסגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע; מאַרקיש, געפֿינענדיק זיך אין אימיגראַציע, האָט געשריבן נאַציאָנאַליסטישע און אַנאַרכיסטישע פּאַסקווילן; בערגעלסאָן פֿלעגט זיך דרוקן אויף די שפּאַלטן פֿון דעם אַמעריקאַנער בלעטל ׳פֿאָרווערטס׳ מיט פֿאַרביסענע אַנטיסאָוועטישע אַרטיקלען. זיך אומקערנדיק צוריק אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט די גרופּע לאַנגע יאָרן אויף פֿאַרשידענע אופֿנים צעבלאָזן די אַזוי גערופֿענע שוועריקייטן פֿון זייער איבערבויוּנג. ׳איבערבויענדיק זיך׳, האָבן די דאָזיקע שרײַבער אָנגעטראָגן שווערע קלעפּ דער סאָוועטישער ליטעראַטור בכלל און אָפּגעהאַלטן די אַנטוויקלונג פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט. [...]
"אויב עמעצער וועט וועלן האָבן אַן אַנונג וועגן דעם לעבן און קאַמף פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — איך וואָלט אים עס נישט געעצהט — וועט זיך בײַ אים שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן אין גרונט געבויט דעם סאָציאַליזם נאָר מענטשן פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַליטעט. אין דעם גײַסט זײַנען אָנגעשריבן מאַרקישס און בערגעלסאָנס ביכער וועגן דעם בירגערקריג, ווערק פֿון אַלבערטאָן וועגן דאָנבאַס, פֿעפֿערס פּאָעמע וועגן דנעפּראָ־בויוּנג, די פּאָעמע פֿון מאַרקישן, סטעלמאַכן און ווערק פֿון דער נסתּר, פּערסאָוון, אָשעראָוויטשן, האָפֿשטיינען און אַנדערע וועגן דעם פּעריאָד פֿון דער פֿאָטערלענדישער מלחמה. דער פֿאַרברענטער ציוניסט האָפֿשטיין האָט פֿאַרפֿלייצט די ייִדישע ליטעראַטור מיט זײַנע נאַציאָנאַליסטישע און פּסעוודאָפֿילאָסאָפֿישע שאַפֿונגען. [...] מאַרקיש האָט אָנגעהויבן זײַן מאַרשירונג אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור מיט די גראָב־נאַציאָנאַליסטישע און דעקאַדענטישע פּאָעמעס וועגן די פּאָגראָמען ׳די קופּע׳ און דעם פּאַסקוויל אויף דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט ׳חבֿרים קוסטאַרן׳..."
זײַן "קאָמפּעטענטע מיינונג" האָט אַ. ווערגעליס דערקלערט דעם 16טן דעצעמבער 1949, ווען די אויספֿאָרשונגען פֿון די זיכערהיייט־אָרגאַנען האָבן געהאַלטן נאָך בײַם אָנהייב. אַזאַ "מבֿינות" האָט אין יענע צײַטן געמיינט נאָר איין זאַך — "אונטערשרײַבן אַ טויט־ארוטייל".