|
מער ווי 90,000 ייִדן פּראַווען דעם "סיום־הש״ס" אויפֿן סטאַדיאָן "מעטלײַף" אין ניו־דזשערזי |
Yisroel Golding/Siyumphotos |
איסט־ראָטערפֿאָרד, שטאַט ניו־דזשערזי (ייִט״אַ). — מער ווי 90,000 ייִדן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דעם ערשטן אויגוסט אויפֿדערנאַכט אויף דעם סטאַדיאָן "מעטלײַף", וועלכער געפֿינט זיך אין דער שטאָט איסט־ראָטערפֿאָרד, שטאַט ניו־דזשערזי, און איז באַקאַנט ווי די היים פֿון די באַרימטע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿוסבאָל־קאָמאַנדעס "ניו־יאָרק דזשעטס" און "ניו־יאָרק דזשײַענטס". צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז דער סטאַדיאָן געווען אַזוי שטאַרק פֿאַרפּאַקט.
די סיבה פֿון דער אַנומלטיקער פֿאַרזאַמלונג איז אָבער געווען נישט אַ פּאָפּולערער ספּאָרט־פֿאַרמעסט אָדער אַ קאָנצערט, נאָר דער "סיום־הש״ס" — אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם, וואָס אַ גרויסע צאָל ייִדן האָבן פֿאַרענדיקט די זיבן־יאָריקע שטודיע פֿונעם גאַנצן תּלמוד, באַקאַנט ווי "דף־יומי". דאָס איז געווען דאָס אומגעוויינטלעכסטע געשעעניש אין דער געשיכטע פֿונעם סטאַדיאָן. טויזנטער חרדישע ייִדן אין שוואַרץ־ווײַסע מלבושים זענען זיך צוזאַמענגעקומען, כּדי צו פּראַווען דעם ריזיקן סיום. בעת אַ הפֿסקה, האָט דער עולם אָפּגעדאַוונט מינחה און פֿאַרזוכט ייִדישע מאכלים.
ווי ס׳איז באַקאַנט, שטעלט מיט זיך דער תּלמוד פֿאָר אַ ריזיקן קאָרפּוס פֿון זייער קאָמפּליצירטע טעקסטן. אין די פֿריִערדיקע דורות האָבן בלויז אַ קליינע צאָל יחידים געקאָנט איבערלייענען און פֿאַרשטיין ווי געהעריק דעם גאַנצן "ש״ס" — אַלע זעקס טיילן פֿון תּלמודישע מסכתּאות. אינעם יאָר 1923, האָט הרבֿ מאיר שאַפּיראָ — דעמאָלט דער רבֿ פֿון דער פּוילישער שטאָט סאַנאָק, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער ראָש־ישיבֿה אין דער "ישיבֿת חכמי לובלין" — צוגעטראַכט אַ חידושדיקע עצה, און פֿאָגעלייגט צו לערנען דעם "דף־יומי", איין בלאַט פֿונעם "ש״ס" יעדן טאָג. אויב מע טוט עס כּסדר, לויט אַ פֿיקסירטן לוח, קאָן מען זיך באַקענען מיטן גאַנצן תּלמוד במשך פֿון זיבן און אַ האַלב יאָר. בסך־הכּל, שטודירט מען במשך פֿונעם דאָזיקן פּעריאָד 2,711 זײַטן פֿונעם "ש״ס", געוויינטלעך מיט די וויכטיקסטע קאָמענטאַרן.
מאיר שאַפּיראָס אידעע איז געפֿעלן געוואָרן דעם קאָנגרעס פֿון דער סאָציאַל־פּאָליטישער פֿרומער באַוועגונג "אַגודת־ישׂראל", וועלכע איז געווען אין יענער צײַט באַזונדערס שטאַרק אין פּוילן. מיט דער צײַט, האָבן די תּלמודישע שטודיעס אויפֿן שטייגער פֿון "דף־יומי" זיך פֿאַרשפּרייט אין פֿאַרשיידענע קרײַזן אַרום דער וועלט. הײַיאָר, האָט מען פֿאַרענדיקט דעם זיבן־יעריקן ציקל פֿון "דף־יומי" שטודיעס צום צוועלפֿטן מאָל.
ווען עמעצער פֿאַרענדיקט אַפֿילו איין גמרא־מסכתּא, מאַכט מען אַ סיום — אַ ספּעציעלע שׂימחה. דאָס מאָל, האָבן טויזנטער ייִדן מסיים געווען דעם גאַנצן תּלמוד — דערפֿאַר איז די שׂימחה אָרגאַניזירט געוואָרן אויף אַ ריזיקן פֿאַרנעם.
דער פֿאַרזאַמלטער עולם אויפֿן סטאַדיאָן איז געווען לוסטיק און ענערגיש, אַזוי ווי בעת אַ גרויסן ספּאָרט־פֿאַרמעסט אָדער אַ ראָק־קאָנצערט. די באַטייליקטע אינעם "סיום־הש״ס" האָבן געדאַוונט מינחה מיט אַ באַזונדערן התלהבֿות, געזונגען און געטאַנצט.
הרבֿ שלמה־יהודה רעטשניץ, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אונטערנעמונג, האָט דערקלערט, אַז "צו זען אַזאַ פֿאַרזאַמלונג און אָנטיילנעמען דערין איז אַ גרויסע זכיה". "שטעלט זיך פֿאָר, ווי די מלאכים זינגען און טאַנצן איצט אין הימל, קוקנדיק, ווי צענדליקער טויזנטער ייִדן פֿרייען זיך צוליב דעם, וואָס זיי האָבן אַזוי ערנסט אויסגעלערנט אַזויפֿיל מסכתּאות!".
פֿאַר די אָרגאַניזאַטאָרן איז די פֿאַרגאַנגענע ריזיקע פֿאַרזאַמלונג געווען אַ געלעגנהייט צו ווײַזן, אַז די אַזוי־גערופֿענע "תּורה־ייִדישקייט" — בדרך־כּלל, אַ חרדיש־פֿרומע פֿאָרמע פֿון אָרטאָדאָקסיע — האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און האָט זיך פֿאַרוואַנדלט הײַנט אין אַמעריקע אין אַ גרויסער און שטאַרקער באַוועגונג. די טעמע פֿונעם חורבן איז געווען די ערשטע, וואָס אליהו קליינמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אונטערנעמונג און אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אַמעריקאַנער "אַגודת־ישׂראל"־צווײַג, האָט אָנגערירט בעת זײַן רעדע בײַם עפֿענען דעם איצטיקן "סיום־הש״ס". די אַנדערע רעדנער האָבן אויך גערעדט וועגן דעם גרויסן דערפֿאָלג פֿון פֿרומער ייִדישקייט נאָך דער מלחמה.
די הויפּט־טעמע פֿון דער פֿאַרזאַמלונג איז אָבער געווען דאָס אַחדות צווישן ייִדן. איינער פֿון די דרשנים האָט באַטאָנט, אַז דער "דף־יומי" איז מסוגל צו פֿאַראייניקן אַלע מינים ייִדן — "אַפֿילו די, וואָס טראָגן בייסבאָל־היטלעך". אַזאַ דעפֿיניציע איז אָבער, ווי ס׳איז גרינג צו באַמערקן, אַ שטיקל ספּעציפֿישע, און נעמט אין באַטראַכט בלויז פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער וועלט. פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף דעם ספּעציפֿישן כאַראַקטער פֿון די תּלמודישע שטודיעס, האָט די "דף־יומי"־פּראָגראַם זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט מחוץ דער אָרטאָדאָקסישער מחנה — צומאָל, אויף גאַנץ אומאָרטאָדאָקסישע אופֿנים.
אילאַנאַ קורשאַן, אַ ניו־יאָרקער פֿרוי, וועלכע וווינט איצט אין ירושלים, און אַרבעט דאָרטן אין אַ קליינער ביכער־אַגענטור, האָט אָנגעהויבן שטודירן דעם "דף־יומי" מיט זעקס יאָר צוריק, ווען זי האָט זיך געלערנט אין דער ירושלימער קאָנסערוואַטיווער ישיבֿה. זי האָט געעפֿנט אַ בלאָג מיט קליינע "לימעריק"־לידער וועגן יעדן בלאַט גמרא: Ktiva.blogspot.com
קורשאַן האָט דערקלערט, אַז איר דיכטונג האָט איר געהאָלפֿן צו פֿאַרגעדענקען דעם תּלמודישן מאַטעריאַל. למשל, נאָכן אויסלערנען דעם בלאַט ה׳, עמוד אַ׳, פֿון דער מסכתּא "נידה", האָט זי אָנגעשריבן אַ לידל וועגן דעם, ווי אַזוי דאָס פֿאָרפֿאָלק מוז בודק זײַן דעם גוף, לויט אַ געוויסער דעה אין אַ תּלמודישער דיסקוסיע, גלײַך פֿאַרן און גלײַך נאָכן סעקס, כּדי צו זײַן זיכער, אַז די פֿרוי האָט נישט איר ווסתּ.
אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, האָט קורשאַן דערקלערט, אַז דער תּלמוד איז אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנט, ווײַל דאָרטן גייט אַ רייד וועגן אַלץ, פֿון סעקס ביז אומגעוויינטלעכע אַגדה־מעשׂיות. "יעדער בלאַט איז פֿאַר מיר אַן אומבאַקאַנט לאַנד".
קורשאַן שרײַבט אויך עסייען וועגן אירע שטודיעס, און דערקלערט, אַז די אויסגעלערנטע בלעטער פֿון גמרא שפּיגלען אָפּ, אַזוי ווי דער האָראָסקאָפּ, פֿאַרשיידענע מאָמענטן פֿון איר לעבן. זי האָט דערציילט, אַז פֿאַר איר האָבן די "דף־יומי"־שטודיעס גאָרנישט צו טאָן מיט הלכה; זי האָט דווקא הנאָה פֿון די דעבאַטן, וואָס די חכמים פֿירן צווישן זיך, נישט מאַכנדיק דערפֿון קיין פּראַקטישע אויספֿירן; דאָס איז פֿאַר איר אַן אַנטציקנדיקע אינטעלעקטועלע דערפֿאַרונג.
דער קאָנסערוואַטיווער ראַבינער אליהו קאַונפֿער, דער מיטגרינדער פֿון דער אומאָפּהענגיקער ניו־יאָרקער עגאַליטאַרישער ישיבֿה "מכון הדר", האָט איבערגעגעבן, אַז די "דף־יומי"־פּראָגראַמען ווערן פּאָפּולער אין נישט־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. דער עצם־געדאַנק צו לערנען "ש״ס" כּסדר יעדן טאָג, במשך פֿון זיבן יאָר, גיט געוויסע מענטשן אַ מעגלעכקייט צו פֿילן אַ שטאַרקע און באַדײַטפֿולע פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט מחוץ די גרענעצן פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער.
קאַונפֿער האָט דערקלערט, אַז די באַקאַנטשאַפֿט מיט גמרא־לערנען גיט די ייִדן אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט שווערע און קאָמפּליצירטע ייִדישע טעקסטן אויף אַן אומאָפּהענגיקן אופֿן. "די קוואַלן פֿון ייִדישער חכמה און קולטורן זענען צווישן די לעצטע זאַכן, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ נישט צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען אין דער הײַנטיקער אינטערנעץ־תּקופֿה". דער ראַבינער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז דערווײַל ווייסט ער נישט, צי מע פֿירט אַ "דף־יומי"־שיעור ערגעץ אין אַ נישט־אָרטאָדאָקסישער שיל.
ידידה קורן, אַ 27־יאָריקע סטודענטקע פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועלכע גרייט זיך צו באַקומען אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין תּלמודישע שטודיעס, האָט דערקלערט, אַז דער "דף־יומי" האָט איר געגעבן אַ געפֿיל פֿון סטאַביליטעט אין לעבן. זי לערנט אַ בלאַט גמרא יעדן טאָג שוין במשך פֿון 10 יאָר — צוערשט, ווען זי האָט זיך געלערנט אין אַ סעמינאַריע; דערנאָך בעתן דינען אין דער אַרמיי; אין קאָלעדזש; במשך פֿון אַ יאָר, וואָס זי האָט פֿאַרבראַכט אין שוועדן; און נאָך דער חתונה. זי האָט שוין פֿאַרענדיקט דעם גאַנצן "דף־יומי"־ציקל און לערנט שוין דעם גאַנצן "ש״ס" צום צווייטן מאָל.
נישט אַלע ייִדן זענען אָבער מסכּים מיטן עצם־ענין פֿון "דף־יומי". דער ראַבינער סטיווען ווערניק, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער "פֿאַראייניקטער סינאַגאָגע פֿאַר קאָנסערוואַטיווער ייִדישקייט", טענהט, אַז די "דף־יומי"־פּראָגראַם פֿאָקוסירט זיך אויף דעם פּלאַן איבערצולייענען דעם גאַנצן תּלמוד, אַנשטאָט צו לערנען עס טיף. געוויסע אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, בתוכם דווקא זייער פֿרומע, זאָגן זיך אָפּ צו לערנען דעם "דף־יומי", ווײַל זיי האַלטן, אַז אַזאַ מעטאָד פֿון גמרא־לערנען איז אומטראַדיציאָנעל אָדער צו אויבערפֿלאַכיק.
קורן איז אָבער נישט מסכּים מיט אַזאַ קריטיק. זי האַלט, אַז אויב אַפֿילו די טאָג־טעגלעכע שטודיעס פֿון גמרא־בלעטער זענען נישט אַזוי טיף, דערמעגלעכט "דף־יומי" צו באַקענען זיך מיט כּלערליי ענינים, וועלכע מע לערנט נישט געוויינטלעך אין קלאַסישע ישיבֿות.
אויפֿן סמך פֿון אוריאל הײַלמאַן