איינע אַ פֿרוי, וועלכע האָט געפֿירט אַ קלאַס פֿון ייִדיש אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל, האָט אַמאָל, בעת אַ שמועס מיט מיר, געטענהט, אַז די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן נישט געקאָנט געפֿינען קיין ייִדישע ביכער צו לייענען. איך האָב געענטפֿערט, אַז נישט בלויז מע האָט געקאָנט זיי געפֿינען, נאָר ביזן סאַמע פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם לאַנד האָט עקזיסטירט אַ רײַכע און אַנטוויקלטע אייגענע טראַדיציע פֿון סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. דער מלוכיש־געשטיצטער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען, מעגלעך, דער בעסטער אין דער וועלט. דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז אויך געווען דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ די ייִדישע שרײַבער האָבן אָפֿיציעל באַקומען מלוכישע שׂכירות.
די פֿרוי האָט מיר נישט געגלייבט אַפֿילו, ווען איך האָב איר געוויזן עטלעכע ביכער אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אין די 1960—1980ער יאָרן. זי האָט זיך אָבער פֿאַרטראַכט אויף אַ מינוט און געמאַכט אַ חידושדיקן אויספֿיר: די דאָזיקע ביכער מוזן זײַן אַ רעזולטאַט פֿון עפּעס אַ קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע. די סאָוועטישע מלוכה האָט געוואָלט ווײַזן דעם מערבֿ, אַז זי רודפֿט נישט די ייִדישע קולטור, און צוליב דעם אַרויסגעגעבן אַ קליינע צאָל ייִדישע ביכער ספּעציעל מיט אַזאַ ציל.
אונדזערע לייענער ווייסן, אַז דעם 12טן אויגוסט, 1952, נאָך אַ פֿאַרמאַכטן טריבונאַל, זענען אין מאָסקווע דערהרגעט געוואָרן די פֿירנדיקע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. סטאַלינס רעגירונג האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט און אַנדערע שווערע פֿאַרברעכנס. צי דער דאָזיקער טרויעריק־באַרימטער געריכט־פּראָצעס איז געווען אַן אַקט פֿון ברוטאַלן אַנטיסעמיניזם, צי אַ טייל פֿון סטאַלינס אַלגעמיינער פּאַראַנאָיע, אַכזריות און טאָטאַליטאַריזם; ווי מע זאָל עס נישט דעפֿינירן, האָט דער מאָרד פֿון דער שרײַבער־עליטע פּאַראַליזירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ביז כרושטשאָווס תּקופֿה. ערשט אין די 1960ער יאָרן, האָט די רעגירונג אונטער דעם דרוק פֿון די אויסלענדישע קאָמוניסטישע פּאַרטייען, מסכּים געווען צו גרינדן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".
אין דער מערבֿדיקער וועלט זענען פֿאַרשפּרייט אַ צאָל נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן דעם גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. איין טעות, וואָס איז פֿאַרשפּרייט אַפֿילו אין די ייִדישיסטישע קרײַזן, באַשטייט אין דעם, אַז לויט זייער דעה איז די ייִדישע ליטעראַטור געווען אינגאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, שוין אָפּגערעדט פֿון רעליגיע. די שרײַבער זענען דאָך געווען קאָמוניסטן, און דערצו האָבן זיי געמוזט שרײַבן בלויז דאָס, וואָס דער מיליטאַנטיש־אַטעיִסטישער רעזשים וואָלט זיי געלאָזט.
אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען טאַקע גערודפֿט רעליגיע. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז זי האָט דאָרטן אינגאַנצן נישט עקזיסטירט. אין געוויסע ראַיאָנען פֿונעם ריזיקן סאָוועטישן לאַנד, בפֿרט אין מאָלדאַוויע און הינטער די קאַרפּאַטן־בערג, זענען אַ טייל ייִדן דערצויגן געוואָרן פֿרום אַפֿילו נאָך דער מלחמה. וואָס שייך רוחניות אין אַ ברייטערן זין, האָט די סאָוועטישע אינטעליגענץ פֿון אַלע פֿעלקער ברייט באַטראַכט טיפֿע גײַסטיקע ענינים, און אָפֿט קאָמבינירט זיי מיט סאָציאַליסטישע געדאַנקען.
הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, אַ סאָוועטישער רבֿ פֿון באָברויסק, וווּ ער האָט געלעבט ביז דעם נאַצי־חורבן, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז הגם די סאָוועטישע ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די מיצווה פֿון ברית־מילה, האָבן זיי אָפּגעהיט זייער ברית־הלשון, ווײַל דאָס עצם־רעדן אויף ייִדיש איז, לויט אַלכּסנדראָוון, אויך אַ גרויסע מיצווה. דער דאָזיקער געדאַנק שטאַמט פֿון די חסידישע ספֿרים, הגם די פֿריִערדיקע מחברים האָבן געמיינט, דער עיקר, דעם טראַדיציאָנעלן באַנוץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך בײַם תּורה־לערנען.
אַלכּסנדראָוו, אַ גראַדואַנט פֿון דער באַרימטער וואָלאָזשינער ישיבֿה, האָט רעפּרעזענטירט דעם גײַסט פֿון יענער תּקופֿה. פּאָליטיש איז ער געווען אַ לינקער, אַן אַנאַרכיסט מיט מאַרקסיסטישע עלעמענטן. וואָס שײַך רוחניות, האָט ער זיך אינטערעסירט מיט רוסישער און דײַשטישער פֿילאָסאָפֿיע, ווי אויך מיט בודיזם.
אַ סך רוסישע אינטעליגענטן אין סטאַלינס תּקופֿה האָבן געמישט פֿאַרשיידענע מעטאַפֿיזישע און רעליגיעזע סימבאָלן מיט זייער ענטוזיאַזם וועגן דער רעוואָלוציע. למשל, האָט אַלעקסאַנדר בלאָק, אַ גרויסער רוסישער פּאָעט־סימבאָליסט, אָנגעשריבן אין 1918 אַ פּאָעמע מיטן נאָמען "צוועלף", אין וועלכער יעזוס באַווײַזט זיך אין אַ קראַנץ פֿון ווײַסע בלומען צו באַגריסן די רעוואָלוציע, און די סאָלדאַטן פֿון דער רויטער אַרמיי ווערן פֿאַרגליכן מיט די קריסטלעכע אַפּאָסטאָלן. די השפּעה פֿון פֿאַרשיידענע גײַסטיקע געדאַנקען איז געווען מערקווירדיק אויך במשך פֿון דער גאַנצער סאָוועטישער תּקופֿה. למשל, אַנדריי טאַרקאָווסקי, דער באַרימטער רוסישער רעזשיסאָר, איז געווען אַ שטיקל חסיד פֿונעם עסטרײַכישן מיסטיקער רודאָלף שטײַנער.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו אונדזערע דערמאָרדעטע פּאָעטן און שרײַבער. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט פּראָפֿ׳ מיכאל קרוטיקאָוו, אונדזער שטענדיקער קאָרעספּאָנדענט, דורכגעפֿירט אַ סעריע לעקציעס אין מאָסקווע וועגן דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אַ טייל פֿונעם בילדונג־פּראָיעקט "אשכּולות". צווישן אַנדערע ענינים, האָט ער דערמאָנט מיסטישע מאָטיוון אין די ווערק פֿון דרײַ דערמאָרדעטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער: דער נסתּר, דוד בערגעלסאָן און משה קולבאַק.
איינער פֿון די בולטסטע מיסטישע מאָטיוון טרעפֿט זיך אין בערגעלסאָנס ראָמאַן "נאָך אַלעמען". מירעלע הורוויץ, די הויפּט־העלדין פֿונעם ראָמאַן, וועלכע קאָן נישט געפֿינען קיין מנוחה אינעם טראַדיציאָנעלן שטעטל־לעבן, קוקט אַרויס אויפֿן רויטן זון־אויפֿגאַנג. פֿונעם פֿלאַמענדיקן הימל קוקט אויף איר די אַנדערע, הימלישע מירעלע, וועלכע רעפּרעזענטירט די "רויטע שכינה", וועלכע אַנטפּלעקט זיך אין דער רעוואָלוציאָנערער "שׂרפֿה".
דער דאָזיקער סימבאָל איז אַ גוטער בײַשפּיל, ווי אַזוי אַזאַ גרויסער שרײַבער־סימבאָליסט, ווי בערגעלסאָן, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ מיסטיש־אָנגעלאָדענער סבֿיבֿה פֿון די בראַצלעווער חסידים, קאָן שעפֿעריש אויסדריקן אַ שלל מיט טיפֿע גײַסטיקע אידעען. אַזוי ווי עטלעכע רבנים פֿון יענער צײַט, האָט בערגעלסאָן פֿאַרבונדן די סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע מיט דער משיחישער גאולה.
עס קאָן זײַן, אַז בערגעלסאָן האָט נישט צופֿעליק אויסגעקליבן דעם נאָמען פֿון זײַן העלדין — מירעלע. פֿאַר געוויסע קריסטלעך־געשטימטע רוסן אין יענער תּקופֿה האָט די בתולה מאַריע אויך רעפּרעזענטירט די "רעוואָלוציאָנערע שכינה". יצחק־נחמן שטיינבערג, אַ רעוואָלוציאָנער־סאָציאַליסט און אַ פֿרומער ייִד, האָט באַטראַכט די רעוואָלוציאָנערקע מאַריאַ ספּירידאָנאָוואַ — אויך אַ קרבן פֿון סטאַלינס אַכזריות — ווי אַ גרויסע צדיקת. אין די סאָציאַל־רעוואָלוציאָנערע קרײַזן האָט מען אָפֿט פֿאַגליכן ספּירידאָנאָוואַ מיט דער קריסטלעכער הייליקער מאַריע. ס׳איז מעגלעך, אַז בערגעלסאָן האָט געוואָלט מיט זײַן פּראָוואָקאַטיוון אויסקלײַב פֿון דער העלדינס נאָמען ווײַזן, אַז די אַנטפּלעקונג פֿון דער "רעוואָלוציאָנערער שכינה" וועט אויך אויסמעקן די קאָנפֿליקטן צווישן רעליגיעס.
פּינחס כּהנאָוויטש, וועלכער איז אויך אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער סבֿיבֿה, האָט אויסגעקליבן אַ בפֿירוש־מיסטישן פּסעוודאָנים — "דער נסתּר". לויט די חסידישע לעגענדעס, זענען די נסתּרים, באַהאַלטענע צדיקים, געווען מוסטערן פֿונעם העכסטן סאָציאַלן יושר און דערהויבענעם גײַסט. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, האָט דערציילט, אַז איין אַזאַ נסתּר האָט געגרינדעט דאָס שטעטל ליובאַוויטש, ווי אַ מין אוטאָפּישע קאָמונע, וווּ ייִדן און נישט ייִדן האָבן געלעבט צוזאַמען אין ברידערלעכער ליבשאַפֿט.
אין זײַן יונגט, האָט דער נסתּר געוואָלט ווערן "אַ נײַער בראַצלעווער רבי" — אַ דערציילער פֿון סימבאָלישע מעשׂיות, וועלכע זענען מסוגל צו ברענגען נענטער די גאולה. דעם נסתּרס באַרימטער ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" איז ממש אָנגעפּאַקט מיט מיסטישע טעמעס פֿון קבלה און חסידות. אַזוי ווי בײַ בערגעלסאָנען, טראָגט די סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע פֿאַר אים אַ משיחישן באַדײַט. אינעם סאַמע תּהום פֿון דער דערנידעריקטער אָרעמשאַפֿט, אינעם ייִדישן שטעטל באַהאַלטן זיך די פֿינקעלעך פֿון דער סאָציאַלער גאולה, פֿון וועלכע עס צינדט זיך אָן דאָס פֿײַער פֿונעם רעוואָלוציאָנערן בונט.
אין פֿאַרגלײַך מיט דעם נסתּרן און בערגעלסאָנען, איז משה קולבאַק — אַן אַנדער קרבן פֿון סטאַלינס רעזשים, דערמאָרדעט אין 1937 — געווען אַ ליטוואַק, וועלכער האָט זיך געלערנט אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה. זײַנע ווערק זענען אָבער אויך פֿול מיט קבלה־ענינים.
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַן ראָמאַן "משיח בן אפֿרים" טראָגט אַ משיחישן נאָמען און איז אָנגעלאָדן, אַזוי ווי קולבאַקס מער באַקאַנטער ראָמאַן "זעלמעניאַנער", מיט קבלה־סימבאָליזם, איז עס בעצם אַ פּעסימיסטישע דערציילונג וועגן אַ דורכגעפֿאַלענער גאולה. זײַן פּראָזע איז געבויט אויף ספֿקות און אַבסורד, און זײַן באַציִונג צו דער רעוואָלוציע איז אַמביוואַלענט.
אין קולבאַקס ראָמאַנען, שפּילן די מיסטישע עלעמענטן גיכער אַן עסטעטיש־קינסטלערישע ראָלע. אין זײַן פּאָעזיע טרעט ער אָבער אָפֿט אַרויס ממש ווי אַ מיסטיקער — ווי מע זעט עס, למשל, אינעם ליד "מנחה":
איך האָב געשולדיקט פֿיל, ניט וויסנדיק, אָ, וואָס איך טו.
איצט וויל איך תּשובֿה טון און אויסבעטן פֿאַר זיך אַ ביסל רו,
איצט וויל איך תּשובֿה טון...
די מנחה־שעה איז נאָענט. עלנט ליגט די וועלט, פֿאַרלאָזן פֿון דער זון...
ס׳איז בלוי און בלוי. עס שימערט נאָר אין דײַנע צימערן אַ בלאַסע דינע שײַן.
ווען ס׳עפֿענען זיך די טויערן פֿון הימל, זאָל דײַן ווייכע־ווייכע האַנט אין מײַנער זײַן.
מיד פֿון אומקלאָרע געזאַנגען, לאָמיר שפּינען די אַנטפּלעקונגען פֿון אויבן,
אַרײַנדרימלען און גלויבן, גלויבן, גלויבן...
ווי פֿאַר אַ ראַדיקאַלן מקובל, אַנטפּלעקט זיך די שכינה פֿאַר קולבאַקן אין ליבע־געפֿילן און עראָטישע באַציִונגען מיט אַ פֿרוי. אין זײַן אַנדער ליד מיטן נאָמען "עס טרעפֿט", דערהערט קולבאַק דעם פֿאַרבאָרגענעם ניגון פֿון דער וועלט, אין וועלכן עס ווערט אַנטפּלעקט די טיפֿע עלנט פֿון יעדן מענטש. ס׳זעט אויס, אַז אינעם דאָזיקן ליד דריקט דער פּאָעט אויס זײַן באַנעמונג פֿון גלות־השכינה.
מע קאָן זאָגן, אַז משה קולבאַקס גאולה איז, דער עיקר, אַן אינערלעכע און אינדיווידועלע. אין פֿאַרגלײַך מיט בערגעלסאָנס "רויטער שכינה" פֿון רעוואָלוציע, שטעקט קולבאַקס שכינה אין די פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען פֿון אַ יחיד.
אַ טייל קריטיקער פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור טענהן, אַז סטאַלינס קרבנות זענען אַליין געווען, כּלומרשט, שולדיק אין דעם, וואָס זיי האָבן געטאַנצט אויף צוויי אינגאַנצן היפּוכדיקע חתונות, פּרוּוונדיק אָפּהיטן דעם ייִדישן גײַסט אין זייערע ווערק און, אין דער זעלבער צײַט, געשטיצט די רעוואָלוציע.
מע קאָן אָבער זאָגן פֿאַרקערט, אַז די ייִדישע פּאָעטן זענען געווען צו ראַדיקאַל. נישט אומזיסט האָט סטאַלין באַשולדיקט די ייִדישע אינטעליגענץ אין "אָנוואָרצלענדיקן קאָסמאָפּאָליטיזם". הגם די אומגעקומענע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן האָבן כּסדר גענוצט ספּעציפֿיש־ייִדישע סימבאָלן, האָבן זיי באַטראַכט די אידעאַלן פֿון סאָציאַלער גלײַכקייט און יושר אויף אַ וועלט־ברייטן, אוניווערסאַלן פֿאַרנעם. להיפּוך, איז סטאַלינס מלוכה געווען בעצם אַ גילגול פֿון דער צאַרישער רוסישער אימפּעריע מיט איר אַכזריות און נאַציאָנאַליזם.
נישט די ייִדישע מחברים, נאָר סטאַלינס מלוכה האָט געטאַנצט אויף צוויי חתונות, צווישן פֿאָרמעלע סאָציאַליסטישע לאָזונגען און פֿאַקטישן אַכזריותדיקן אימפּעריאַליזם. אין סטאַלינס פֿאַלשן פּסעוודאָ־סאָציאַליזם איז נישט געווען קיין אָרט פֿאַר אידעאַליסטישע טרוימען וועגן דער קאָסמישער "רויטער שכינה" אָדער פֿונקען פֿון דעם רעוואָלוציע־פֿײַער, צעפֿלויגן איבער דער גאַנצער וועלט.