וואָס איז דאָס אַזוינס אַ נוס? אַ געוויסע האַרטע פֿרוכט פֿון אַ בוים. אַ נוס האָט אַ שאָלעכץ פֿון דרויסן און פֿעטס אינעווייניק. לויט די לעצטע, פּשוט-פֿאָלקישע קריטעריעס גייען אין דעם אַרײַן וועלטשענע/וועלשענע/וועלישע ניס, מאַנדלען, האָזענע ניס/האָזניס/האָזנניס/האָזלניס/האָזישע ניס, חזיר-ניסלעך, קאַשטאַנען/קאַשטאַנעס/קאַשטענעס/קעסטן, פֿיסטאַשקעס, קאַשוען, פּעקאַנען/פּעקאַנניס, בראַזילער ניס, סאָסנע-קערעלעך, ערדניסלעך/ארץ-ישׂראל-ניס/רבי-ניסלעך/סטאַשקעס. לויט די וויסנשאַפֿטלעכע קריטעריעס זענען ס׳רובֿ "ניס" גאָר קיין ניס נישט, אָבער דאָ וועלן מיר גיין מיט דער פּשוט־פֿאָלקישער באָטאַניק.
וואָס שייך די ווערטער פֿאַר ‘נוס’ אַליין איז די מעשׂה אַזאַ: פּונקט ווי ס׳ייִדישע "נוס", וואַקסן ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען פֿון אַן אַלטן שורש וואָס קערט זיך אָן מיטן וואָרט ‘קנעכל’ — אפֿשר ווײַל סײַ אַ קנעכל, סײַ אַ נוס איז האַרט. פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט, nux, וואַקסן אַלע ראָמאַנישע ווערטער: דאָס פֿראַנצויזישע noix, דאָס איטאַליענישע noce, דאָס רומענישע nucă, דאָס שפּאַנישע nuez, דאָס פּאָרטוגאַלישע noz. פֿון אַן אַנדער אָפּצווײַג פֿון דעם שורש וואַקסן דאָס ענגלישע nut, דאָס דײַטשישע Nuß, דאָס האָלענדישע noot, דאָס פֿלעמישע not. פֿונעם לאַטײַנישן nux וואַקסט אויך דאָס וואָרט nucleus ‘יאָדער׳ .
אין די סלאַווישע און באַלטישע לשונות איז דאָס וואָרט אין גאַנצן אַנדערש: רוסיש orekh, פּויליש orzech, טשעכיש ořech, ליטוויש riešutys אאַז״וו. פֿון וואַנעט זיי וואַקסן ווייסט מען נישט — אפֿשר פֿון אַ קאַווקאַזישן לשון ווי, אַ שטייגער, גרוזיניש. אויף אַלטגרעקיש karyon, אויף נײַגרעקיש karydi, וואָס ביידע ווערטער קערן זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "האַרט" — נישט קיין וווּנדער.
כּדאַי אויך אָנצוּווײַזן, אַז כאָטש ס׳ייִדישע "נוס" וואַקסט פֿון דײַטשיש — אויף מיטל־הויכדײַטשיש האָט מען געשריבן nu — איז ייִדיש אַנדערש פֿון דײַטשיש לכל־הפּחות, אין צוויי פּרטים: אויף דײַטשיש die Nuß, נאָר אויף ייִדיש, לויטן שפּראַך־אַטלאַס — אין דרום (פּוילן, דרום־אוקראַיִנע) און אין סאַמע צפֿון (צפֿונדיקע ליטע און לעטלאַנד) "די נוס", אָבער אין מיטן (דרומדיקע ליטע, בעלאַרוס, מיזרח־פּוילן, צפֿון־אוקראַיִנע) "דער נוס"; דײַטשיש Nussbaum, ייִדיש "נוסנבוים".
הײַנט וועלטשענע ניס: לויט דער באָטאַניק זענען וועלטשענע ניס קערעלעך אין אַ פֿרוכט, נישט די פֿרוכט אַליין, נאָר דאָס דאַרף אונדז נישט שטערן. דער דאָזיקער מין הייסט אויף לאַטײַניש Juglans, אויף ייִדיש — "נוסנבוים"; ער איז אַ טייל פֿון דער משפּחה Juglandaceae ‘נוסנבוימיקע’. בײַ שעכטערן אין דער באָטאַנישער טערמינאָלאָגיע ווערן אויסגערעכנט זעקס זגאַלן walnut, וואָס בלויז איינער הייסט "וועלטשענער" — Juglans regia ‘[וואָרט נאָך וואָרט] מלכותדיקער נוס’, אויף ענגליש Persian walnut, וואָס ער שטאַמט פֿון מיטל־אַזיע. אַ צווייטער זגאַל, Juglans nigra, ‘שוואַרצער נוס’, eastern black walnut, שטאַמט פֿון צפֿון־אַמעריקע; אָבער דער נוס וואָס מע קולטיווירט אין קאַליפֿאָרניע און וואָס מע עסט ס׳רובֿ איבער דער גאַנצער וועלט איז דער וועלטשענער, נישט דער שוואַרצער. נאָך אַ זגאַל פֿון דעם מין איז Juglans cinerea, ‘גראָער נוס’, butternut; ווײַטערע קרובֿים זענען פֿונעם מין Carya — היקאָרי און פּעקאַנ(נוס), ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון צפֿון־אַמעריקע.
וועלטשענע ניס זענען באַקאַנט אין אייראָפּע שוין טויזנטער יאָרן. צוליב זייער פֿאָרעם האָבן די רוימער געזען אין זיי אַ פֿאַרבינדונג מיטן מענטשלעכן מוח. בײַ די אַלטע גרעקן האָבן זיי געהייסן karyon basilikon ‘מלכותדיקער נוס’, אַזוי ווי אויף לאַטײַניש; אויף רוסיש הייסן זיי גאָר gretskii orekh. איצט הערט אַ מעשׂה פֿון כּמעט אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע לשונות:
פֿאַראַן אַן אַלטער גערמאַנישער שורש wal, טײַטש ‘פֿרעמד’. פֿון אים וואַקסט נישט נאָר דאָס "וועלטשענע ניס", נאָר אויך דאָס ענגלישע walnut, דאָס דײַטשישע Walnuß, דאָס האָלענדישע walnoot און דאָס פֿלעמישע walsche not, אונטער דער השפּעה פֿונעם לאַטײַנישן nux gallica. אין די ראָמאַנישע לשונות זענען די טערמינען פֿאַר ‘וועלטשענע ניס’ אידענטיש מיט די ווערטער פֿאַר ‘ניס’ אַליין, אָבער אין פֿראַנצויזיש איז דאָ אַן עלטערער טערמין noix gauloise, וואָס וואַקסט, פֿאַרשטייט זיך, אויך פֿונעם לאַטײַנישן. אויך אין די סלאַווישע שפּראַכן (חוץ רוסיש) זענען דאָ אַנאַלאָגישע טערמינען: טשעכיש vlašský ořech, פּויליש orzech włoski, אוקראַיִניש volos׳kyi horikh. די וואָס קענען פּויליש דערקענען דאָ דאָס וואָרט włoski ‘איטאַליעניש’. זענען די איטאַליענער בײַ די פּאָליאַקן, פֿון עטימאָלאָגישן קוקווינקל, פּשוט ‘פֿרעמדע’. דאָס זעלבע צו הערן וועגן אונגערישן olasz ‘איטאַליענער’, Olaszország ‘איטאַליע’.
אָבער דער דאָזיקער שורש שפּאַרט אָן אַ סך ווײַטער ווי איטאַליע. די אונגערן רופֿן די רומענער román, אָבער פֿאַראַן אויך אַן עלטער וואָרט, הײַנט אַ פּעיאָראַטיווס, oláh. צו דעם קער זיך אויך אָן דאָס ענגלישע Wales, welsh; דאָס שפּאַנישע Galicia, gallego, אַ ראַיאָן אין צפֿון־מערבֿ־שפּאַניע; דאָס פֿראַנצויזישע Gaule, gaulois — דער אַלטער נאָמען פֿונעם פֿונעם אַמאָליקן, פֿון קעלטן באַזעצטן פֿראַנקרײַך; דאָס דײַטשישע Welschland, אַן אַלטער טערמין פֿאַר די ראָמאַנישע לענדער פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, פּאָרטוגאַל און איטאַליע אין איינעם; דאָס ייִדישע "וואָלעכײַ" — ענגליש Wallachia, דײַטשיש Walachei, רומעניש Ţara Românească ‘רומעניש לאַנד’ — דער דרומדיקער ראַיאָן פֿונעם הײַנטיקן רומעניע, אַרײַנגערעכנט בוקאַרעשט. (אַ פּנים איז דער נאָמען פֿון "אונדזער" מיזרח־אייראָפּעיִש גאַליציע פֿון אַן אַנדער אָפּשטאַם.)
באַקומט זיך, אַז וועלטשענע ניס, די סאַמע עלטסטע באַקאַנטע, רופֿט מען ביז הײַנט ‘פֿרעמדע’. וועלן זיי אַ מאָל נאָך ווערן היימיש?