- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עמנואל לאַסקער איז געקומען קיין ווילנע דער באַרימטער וועלטמײַסטער פֿון שאָך עמנואל לאַסקער, און ער האָט געשפּילט גלײַכצײַטיק מיט עטלעכע און 30 שפּילערס. נאָר דרײַ האָבן געמאַכט מיט אים רעמי, און איך בין געווען איינער פֿון די דרײַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעמאָלט האָב איך געחלומט וועגן דעם, אַז מײַן צוקונפֿט איז אַ שאָכשפּילער און אַז איך וועל אויך ווען ניט איז ווערן אַזוי באַרימט ווי עמנואל לאַסקער. די ווילנער גימנאַזיע אין דער שול גופֿא האָב איך געהאַט זייער גוטע שעהען און געהאַט ניט אַזעלכע גוטע. די גוטע איז געווען אין פֿאַרבינדונג מיט העברעיִש. מיר האָבן געלערנט העברעיִש, דאַכט זיך, דרײַ מאָל אַ וואָך. מען האָט געלערנט מער פֿון יוצא וועגן ווי מען האָט עס אין דער אמתן געלערנט. אָבער ס׳איז געווען אַ היפּש ביסל חבֿרה וואָס האָבן געקענט העברעיִש פֿון דער היים. דער לערער פֿון העברעיִש האָט געהייסן פּינעס; ער איז שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער לערער אין דער גימנאַזיע פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ער איז געקומען, געוואָלט וויסן, וויפֿל עס קענען די תּלמידים, האָט ער געהייסן יעדן איינעם אָנשרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע. האָב איך אָנגעשריבן אַ קאָמפּאָזיציע וואָס האָט געהייסן "געגועים" (געגועים הייסט בענקעניש; קלאָר, אַז איך בין געווען דורכגענומען מיט בענקענישן). וואָס איך האָב דאָרטן געשריבן געדענק איך ניט, נאָר איך ווייס, אַז דער לערער איז געווען גוואַלדיק באַגײַסטערט: "דאָס איז קאָלאָסאַל" אאַז״וו. |