|
יודל מאַרק |
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
עמנואל לאַסקער
איז געקומען קיין ווילנע דער באַרימטער וועלטמײַסטער פֿון שאָך עמנואל לאַסקער, און ער האָט געשפּילט גלײַכצײַטיק מיט עטלעכע און 30 שפּילערס. נאָר דרײַ האָבן געמאַכט מיט אים רעמי, און איך בין געווען איינער פֿון די דרײַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעמאָלט האָב איך געחלומט וועגן דעם, אַז מײַן צוקונפֿט איז אַ שאָכשפּילער און אַז איך וועל אויך ווען ניט איז ווערן אַזוי באַרימט ווי עמנואל לאַסקער.
די ווילנער גימנאַזיע
אין דער שול גופֿא האָב איך געהאַט זייער גוטע שעהען און געהאַט ניט אַזעלכע גוטע. די גוטע איז געווען אין פֿאַרבינדונג מיט העברעיִש. מיר האָבן געלערנט העברעיִש, דאַכט זיך, דרײַ מאָל אַ וואָך. מען האָט געלערנט מער פֿון יוצא וועגן ווי מען האָט עס אין דער אמתן געלערנט. אָבער ס׳איז געווען אַ היפּש ביסל חבֿרה וואָס האָבן געקענט העברעיִש פֿון דער היים. דער לערער פֿון העברעיִש האָט געהייסן פּינעס; ער איז שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער לערער אין דער גימנאַזיע פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ער איז געקומען, געוואָלט וויסן, וויפֿל עס קענען די תּלמידים, האָט ער געהייסן יעדן איינעם אָנשרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע. האָב איך אָנגעשריבן אַ קאָמפּאָזיציע וואָס האָט געהייסן "געגועים" (געגועים הייסט בענקעניש; קלאָר, אַז איך בין געווען דורכגענומען מיט בענקענישן). וואָס איך האָב דאָרטן געשריבן געדענק איך ניט, נאָר איך ווייס, אַז דער לערער איז געווען גוואַלדיק באַגײַסטערט: "דאָס איז קאָלאָסאַל" אאַז״וו.
עס זײַנען געווען אַ פּאָר לימודים, וווּ איך בין געווען צוריקגעשטאַנען פּשוט דערפֿאַר, ווײַל בײַ אונדז אין פּראָגימנאַזיע האָט מען ווייניקער געלערנט ווי אין די ייִנגערע קלאַסן פֿון קאַגאַנס גימנאַזיע. איך בין געווען אָפּגעשטאַנען אין פֿראַנצויזיש; טעאָרעטיש האָט מען אָנגעהויבן לערנען פֿראַנצויזיש אין צווייטן לערניאָר, הייסט עס, מען האָט שוין געדאַרפֿט האָבן געלערנט געהאַט פֿראַנצויזיש דרײַ יאָר. נאָר בײַ אונדז אין פּראָגימנאַזיע האָט מען כּמעט ניט געלערנט, און דאָס ערשטע יאָר האָב איך ניט געקענט דעריאָגן. צום סוף פֿון דעם ערשטן יאָר האָב איך געקראָגן אַ נאָך־עקזאַמען אין פֿראַנצויזיש (אַ נאָך־עקזאַמען הייסט, מע קריגט אַ 2 און מע דאַרף נאָך דעם קומען זיך לערנען אויסהאַלטן אַן עקזאַמען איידער מען קומט אַרײַן אין אַ העכערן קלאַס). אויך אין לאַטײַן בין איך געווען צוריקגעשטאַנען; לאַטײַן, טעאָרעטיש, האָט מען געדאַרפֿט אָנהייבן אין דריטן לערניאָר, בין איך געווען צוריקגעשטאַנען אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע תּלמידים. אין די אַנדערע זאַכן, אין מאַטעמאַטיק, כעמיע, און נאָך אַזעלכע זאַכן, איז מײַן לערנען געווען גוט און פֿײַן. איך האָב זיך כּמעט קיין מאָל ניט געגרייט צו דער היימאַרבעט, ווײַל מער־ווייניק פֿלעג איך זיך צוהערן צו די לימודים, און געוויינטלעך איז דאָס געווען גענוג.
לוי אשכּול
עס זײַנען געווען אַ סך אינטערעסאַנטע און וווילע חבֿרה צוזאַמען מיט מיר צווישן די 38־40 תּלמידים. ערשט מיט אַ סך יאָרן שפּעטער — און דאָס איז געווען מיט עטלעכע יאָר פֿריִער — האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער וואָס איז געווען דער פּרעמיער־מיניסטער אין ישׂראל, אשכּול, איז געווען מײַנער אַ חבֿר אין דעם זעלביקן קלאַס גימנאַזיע. אשכּול האָט געהייסן שקאָלניק. איך געדענק אַפֿילו, וווּ שקאָלניק איז געזעסן, לעבן וועמען ער איז געזעסן, ווי ער האָט אויסגעזען. אָבער קיין נאָענטער חבֿר מיט מיר איז ער נישט געווען. ס׳איז געווען כּמעט 40 חבֿרה, מען האָט געהאַט געוויסע אייגענע גרופּקעס. און נאָר צופֿעליק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער שקאָלניק, וואָס איז געווען אין ווילנע אין איין קלאַס מיט מיר, איז דאָס דער אשכּול, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל.
נאָך גימנאַזיסטן
עס זײַנען געווען אַ סך, וואָס איך ווייס וועגן זיי; עטלעכע, ווייס איך, אַז זיי זײַנען געבליבן לעבן. עס זײַנען געווען אַזעלכע וואָס זײַנען שפּעטער געוואָרן דאָקטוירים פֿון מעדיצין. עס איז געווען מײַנער זייער אַ נאָענטער חבֿר, בראַמסאָן האָט ער געהייסן, וואָס ער איז אונטער די נאַציס געווען דער שעף פֿון דער ייִדישער פּאָליציי [אין קאָוונער געטאָ], און די נאַציס האָבן שפּעטער אים און זײַן גאַנצע משפּחה דערהרגעט. [מיט דעם בראַמסאָן] האָב איך געהאַט אויך חבֿרשאַפֿט און פֿרײַנדשאַפֿט דורך מײַנע סטודענטישע יאָרן. דאָרט איז געווען עמעצער וואָס האָט געהייסן יאָסעלע קאָלאָדני. דער יאָסעלע קאָלאָדני איז שפּעטער געוואָרן אין פּוילן אַ זינגער, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן מיט פֿאָלקס־לידער און מיט לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן. כּלערליי פֿאַרשיידענע טיפּן. איך האָב מיט אַ היפּשער צאָל פֿון זיי זיך געחבֿרט, און מיט אַזאַ חבֿרה־מאַן ווי יאָסעלע קאָלאָדני אָדער דער בראַמסאָן אָדער ווידער נאָך אַנדערע בין איך געווען אַ נאָענטער חבֿר.
די לערערס
עס האָט זיך אײַנגעשטעלט מיט אַ געוויסער צאָל לערערס מײַנע אַ גוטע און אַ פֿרײַנדלעכע באַציִונג, למשל, מיט דעם לערער פֿון געשיכטע, וואָס האָט געלערנט אַלגעמיינע געשיכטע מיט אונדז. מיט דעם לערער פֿון דײַטש, וואָס איך בין געווען איינער פֿון זײַנע הויפּט דײַטש־[תּלמדים]. און שפּעטער אין די עלטערע קלאַסן איז געווען מיט דעם לערער פֿון לאָגיק, און מיט אַנדערע לערערס. מיט אַנדערע לערערס איז געווען סתּם אַזאַ ריין דרויסנדיקע באַציִונג.
ס׳זײַנען געווען פֿאַרשיידענע קאָמישע לערערס. דער לערער פֿון כעמיע וואָס מיר האָבן געהאַט, למשל, איז געווען זייער אַ צעטראָגענער, אַ צעפֿלויגענער. ער פֿלעגט ניט צוהערן וואָס מע פֿלעגט אים זאָגן, איך ווייס ניט צוליב וואָס. אפֿשר איז ער געווען אַ קראַנקער, אפֿשר האָט ער בכלל ניט געהאַט קיין שום אינטערעס פֿאַרן לערנען. ווײַל איך געדענק, איין מאָל רופֿט ער אַרויס מײַנעם אַ גוטן חבֿר, פּליסקין. ער האָט דעמאָלט געלערנט וועגן דער פֿאַרבינדונג CO און CO2 און וואָס איז טשאַד, אַזעלכע זאַכן. פֿרעגט ער און יענער הייבט ניט אָן צו וויסן; הייב איך אויף די האַנט. הייב איך אויף די האַנט, מיינט ער אַז איך וויל עס זאָגן; ניין, איך וויל ניט זאָגן, איך גיב נאָר פֿאַר אים אַ תּירוץ, און דער תּירוץ מײַנער איז געווען: ער איז דאָך נישט קיין היגער, ווי קען ער וויסן? און דער תּירוץ איז אָפּגעגאַנגען און ער האָט דעם צווייטן ניט געשטעלט.
איך האָב געהאַט פֿאַרשיידענע אַזעלכע האַלבע קאָנפֿליקטן און קאָנפֿליקטן. איך בין איין מאָל געגאַנגען אין טעאַטער — שבת פֿלעג איך גיין אין טעאַטער — בין איך געגאַנגען אויף אַ פֿאָרשטעלונג וואָס מע האָט ניט געטאָרט גיין. ווי נאָר אַז מע האָט געהאַט צו טאָן מיט אַ סעקסישן ענין אָדער ס׳איז אַן אָפּערעטע מיט גראָבע ווערטער, האָט מען ניט געלאָזט תּלמידים גיין. שטיי איך אַזוי אין דער ריי צו קריגן אַ בילעט, זע איך, עס קומט אָן מיט זײַן ווײַב דער דירעקטאָר פֿון דער גימנאַזיע. גיי איך אַרויס פֿון דער ריי, איך גריס אים, און איך גיי אַוועק. אויף מאָרגן קומט ער אַרײַן אין קלאַס, רופֿט מיך אַרויס [און] פֿרעגט: "פֿאַר וואָס זײַט איר נעכטן נישט געווען אין טעאַטער?" זאָג איך אים: "איך בין נעכטן נישט געווען דערפֿאַר, ווײַל די פֿאָרשטעלונג איז פֿאַר אונדז שילער געווען אַ פֿאַרווערטע". "אָ," זאָגט ער, "ניין! דו ביסט ניט געווען אין טעאַטער דערפֿאַר, ווײַל איך בין צופֿעליק געקומען און דו האָסט מיך געזען". זאָג איך: "ניין, עס הייבט זיך ניט אָן. אויב עס וואָלט ניט געווען אַ פֿאַרווערטע פֿאָרשטעלונג, וואָלט איך דאָך זיך ניט דערשראָקן פֿון אײַך, און איך וואָלט דאָך ניט אַרויס פֿון דער ריי". זאָגט ער מיר: "גוט, וועסט בלײַבן אַ שעה נאָכן לערנען צו באַטראַכטן, פֿאַר וואָס דו ביסט נעכטן ניט געווען אין טעאַטער".
די דאָזיקע חכמות האָבן מיך געמאַכט, אַזוי צו זאָגן, פּאָפּולער. שפּעטערדיקע יאָרן בין איך געווען דער וואָס פֿלעגט שרײַבן די קאָמפּאָזיציעס פֿאַר די תּלמידים. אין די שפּעטערדיקע יאָרן איז געווען אַ לערער פֿון רוסיש, פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס איז געווען אַ רוס, און געווען זייער אַ נאַרישער מענטש. אין זיבעטן קלאַס גימנאַזיע האָט ער אונדז אָפּגעגעבן אויפֿצושרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע וועגן לערמאָנטאָוו. האָב איך פֿאַר עטלעכע פֿון מײַנע חבֿרים אָנגעשריבן קאָמפּאָזיציעס. קאָמפּאָזיציעס פֿלעגט מען אַלע מאָל שרײַבן ניט פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר עטלעכע. מען פֿלעגט קיין מאָל עס ניט טאָן אומזיסט — מע פֿלעגט ניט קריגן, חלילה, געלט, נאָר "דיעלאָ": מע פֿלעגט דאַרפֿן מאָלן געוויסע קאַרטעס, אָדער מען האָט געלערנט קאָסמאָגראַפֿיע, מען האָט געדאַרפֿט מאַכן, לאָמיר זאָגן, צייכענונגען [פֿון] די באַוועגונגען פֿון דער לבֿנה אַרום דער ערד. מען האָט געדאַרפֿט אַזאַ זאַך ווי מאַכן פֿאַרשיידענע טאַבעלעס. פֿלעגט מען מאַכן אַ טאַבעלע פֿאַר מיר און איך פֿלעג אַ מאָל שרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע.
פֿאַר דעם לערער, וועגן לערמאָנטאָוון, האָב איך אָנגעשריבן אַ קאָמפּאָזיציע וואָס האָט געהייסן "אידעאַליזם לערמאָנטאָוואַ" — לערמאָנטאָווס אידעאַליזם, און ס׳איז געווען אַ קאָמפּאָזיציע, אַ גרויסע, גראָבע העפֿט פֿון כּמעט הונדערט זײַטן. די אַנדערע זײַנען געווען געוויינטלעך צוויי זײַטן, דרײַ זײַטן, ווען פֿיר זײַטן איז אַ גרויסע קאָמפּאָזיציע. איך בין געווען זיכער: נו, ער וועט אים שוין מוזן אַוועקשטעלן אַ 5. ווײַל ער האָט מיך ניט אַזוי שטאַרק ליב געהאַט, איך פֿלעג פֿירן מיט אים פֿאַרשיידענע וויכּוחים, ניט מסכּים זײַן מיט אים אאַז״וו. געקראָגן האָב איך בלויז אַ 3. אויף די איבער 90 זײַטן האָט ער געפֿונען עטלעכע אָרטאָגראַפֿישע גרײַזן. פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך דעם, האָט ער געפֿירט מיט אים אַ שטענדיקע מלחמה, אָבער די מלחמה האָט מיך ניט געאַרט. מיט אַנדערע לערערס האָב איך קיין שום מלחמה ניט געפֿירט. די מערהייט לערערס זײַנען געווען גוטע און פֿײַנע.
ניט קיין גוטער איז געווען דער לערער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור און דער לערער פֿון רוסישער געשיכטע. זיי ביידע האָבן געמוזט זײַן רוסן, זיי האָבן ניט געטאָרט זײַן קיין ייִדן (אַלע אַנדערע זײַנען געווען ייִדן). דער לערער פֿון רוסישער געשיכטע פֿלעגט קומען זונטיק שטענדיק אַ שיכּורער. און מען האָט פֿריִער געוווּסט, אַז 2־3 קינדער לערנען זיך אויס וואָס מע דאַרף זאָגן — ס׳איז ניט געווען וויכטיק וועמען ער רופֿט אויס, ער האָט קיינעם סײַ ווי נישט געקאָנט. ער האָט געקענט, למשל, אויסרופֿן, לאָמיר זאָגן, פּערגאַמענט (איך רוף אָן נאָך מײַנעם אַ חבֿר). פּערגאַמענט זיצט אין קלאַס, אָבער ענטפֿערן ענטפֿערט בראַמסאָן, ווײַל ס׳איז געווען אָפּגערעדט, אַז ער וועט אַרויסקומען מיט דעם ערשטן, וועט ענטפֿערן בראַמסאָן, דער צווייטער וועט ענטפֿערן דער, דער דריטער וועט ענטפֿערן דער. אַזוי האָבן מיר א גאַנץ יאָר געלערנט רוסישע געשיכטע בײַ אים.
אָבער די איבעריקע לערערס זײַנען געווען זייער פֿײַנע און גוטע. ספּעציעל איז געווען זייער גוט דער לערער פֿון פֿראַנצויזיש. ס׳איז געווען גוט דער לערער פֿון לאַטײַן, און די לערערס פֿון מאַטעמאַטיק. ס׳איז געגאַנגען ניט שלעכט. פֿאַר וואָס? גאָר צום סוף, ווי ס׳איז מיר געגאַנגען אין לעצטן קלאַס, וועל איך שפּעטער דערציילן.
טריף
איך וועל אָבער איצט גענויער זיך אָפּשטעלן אויף עפּעס, וואָס האָט אין גאַנצן געביטן, אַזוי צו זאָגן, מײַן וועלטבאַנעם. פֿריִער, דאָס ערשטע האַלבע יאָר, בין איך געקומען אַ היפּש ביסל אַ צעטומלטער. ס׳איז געווען דאָס ערשטע מאָל יום־כּיפּור, בין איך מיט עטלעכע פֿון מײַנע חבֿרים אין דעם יום־כּיפּורדיקן טאָג אַוועק אין אַ טריפֿהנעם רעסטאָראַן, און מיר האָבן דאָרטן געגעסן וווּרשטלעך און פֿאַרביסן מיט אײַזקרעם. געמאַכט אַלע מעגלעכע טריפֿהנע קאָמבינאַציעס וואָס קען נאָר זײַן. אָבער דאָס איז געווען נאָר איין מאָל. שפּעטער האָב איך מער קיין מאָל ניט דורכגעלאָזן קיין תּענית. איין מאָל אין מײַן לעבן, דאָס איז געווען דעמאָלט.
די ווילנער אָרעמקייט
אָבער דער עיקר וואָס האָט מיך צעטומלט איז געווען, [וואָס] איך האָב זיך אָנגעשטויסן פּנים־אל־פּנים מיט יענער אָרעמקייט וואָס איך האָב נישט געקאָנט איידער איך בין געקומען קיין ווילנע. אונדזער שטעטל איז געווען אַ שטעטל אָן אָרעמע־לײַט. ס׳איז געווען איין אָרעמער מענטש, וואָס האָט געמאַכט שינדלען, און ער האָט געהאַט זייער אַ גרויסע משפּחה און מע פֿלעגט אים דאַרפֿן שטיצן. די איבעריקע אָרעמע־לײַט זײַנען געווען די וואָס פֿלעגן קומען פֿון דער ווײַט, פֿון דער פֿרעמד, גאַנצע באַנדעס, ספּעציעל זומער, און זיי האָבן, אַזוי צו זאָגן, מיך נישט אָנגערירט. איך האָב געוווּסט, עס קומט אַן אָרעמער מאַן, מע זעצט אים אַוועק, מע גיט אים אַ טעלער זופּ, מע גיט אים ברויט, מע גיט אים אַ קליינע מטבע און געענדיקט. איך האָב קיין מאָל מיט אַזאַ אָרעמאַן, דאַכט זיך, אין מײַן לעבן פֿריִער ניט געשמועסט.
נאָר אָט האָב איך געוווינט אין ווילנע, אויף דער זאַוואַלנע גאַס, אויפֿן פֿינפֿטן עטאַזש, וווּ ס׳איז געווען אַ באַלקאָן, און ס׳איז געווען גענוג צו זען אָרעמקייט פֿון באַלקאָן, ווען מען איז געשטאַנען [און] געקוקט וואָס טוט זיך אונטן אין דער גאַס. אָבער צווישן זאַוואַלנע און דײַטשער גאַס זײַנען געווען יענע באַרימטע 7 געסלעך, וואָס נאָך דעם האָט מען פֿון דעם געמאַכט די געטאָ. דאָס זײַנען געווען ייִדישע געסלעך פֿול אָנגעפּאַקט, אָנגעפּראָפּט מיט אָרעמע מענטשן; מיט פֿרויען וואָס פֿלעגן פֿאַרקויפֿן, איך ווייס, עטלעכע רעטעכלעך, אָדער עפּל. אַזוי ווי [חיים] גראַדעס מאַמע איז געווען. אָדער סתּם אָרעמע־לײַט וואָס פֿלעגן גיין און פֿאַרקויפֿן חלוה. איך האָב ניט ליב געהאַט חלוה און איך פֿלעג קויפֿן, איך פֿלעג ניט וויסן וואָס צו טאָן מיט דער חלוה.
שטעל זיך פֿאָר אַזוי: ס׳איז האַרבסט און ס׳איז שמוציק, און קינדער לויפֿן אַרום, ייִנגערע, עלטערע קינדער, און שטרעקן פֿון אַלע זײַטן אויס די הענט. און עס גייט אַ בחורל אין אַ מונדיר (מע האָט געטראָגן אַ מונדיר), און די קנעפּ זײַנען געווען מעשענע וואָס האָבן געגלאַנצט ווי גאָלד, מיט גאָלדענע קנעפּ און מיט אַזאַ מין מאָדנע היטל אַזאַ. אַן אויסגעצאַצקעטער, אויסגעפּוצטער, אַ פֿאַרקנעפּלטער, און ער גייט איבער די דאָזיקע גאַסן, און פֿון אַלע זײַטן שטרעקן זיך די הענט. גוט, איך האָב געהאַט מיט זיך אַ האַלבן רובל, אַפֿילו אַ רובל קליינגעלט. אין אַ פּאָר מינוט אַרום איז שוין מיר אַוועק דאָס קליינגעלט; מע האָט שוין געקויפֿט חלוה, מע האָט שוין געקויפֿט אַן עפּל, אָדער די פֿאַרפֿרוירענע עפּעלעך, וואָס די ווײַבער פֿלעגן עס רופֿן, אַז דאָס איז אַ פֿלעשעלע ווײַן. און עס קומען סתּם אָרעמע־לײַט, עלטערע, ייִנגערע, מיט אויסגעשטרעקטע הענט. מען פֿאַלט אָן פֿון אַלע זײַטן אויף אַזאַ מין אויסגעפּוצטן, אויסגעצאַצקעטן ייִנגל.
(המשך אין קומענדיקן נומער)