|
יודל מאַרק |
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
דאָס ווערן אַ פֿאָלקיסט
פֿון אַלע זײַטן אָרעמקייט: כּמעט באָרוועסע קינדער, פֿאַרשמוציקטע קינדער. און עס האָט מיך געצויגן אַהין. נאָכן גיין דאָס ערשטע מאָל פֿלעג איך וועלן גיין דאָס צווייטע מאָל און דאָס דריטע מאָל. און ביסלעכווײַז, אין דעם דאָזיקן פּראָצעס פֿון גיין, בין איך געוואָרן אַ פֿאָלקיסט. און די ווירקונג איז געווען פֿריִער פֿון אַלץ פֿון רוסישער ליטעראַטור, ניט פֿון ייִדישע פֿאָלקיסטישע געדאַנקען וואָס זײַנען דעמאָלט געווען.
[איך פֿלעג טראַכטן]: וואָס בין איך? אַ ציוניסט. איך האָב אָנגעהויבן אין אַ קרײַזל פֿון די גימנאַזיסטן, אַ ציוניסטישן קרײַז. דאָס דאָזיקע קרײַזל פֿלעגט איין מאָל אַ וואָך זיך צונויפֿקומען, אָדער איין מאָל אין צוויי וואָכן. מע פֿלעגט האַלטן רעפֿעראַטן, מע פֿלעגט זיך אַרומקריגן אַרום די פֿאַרשיידענע [מיינונגען]. (ס׳איז אַלע מאָל געווען אַרום ציוניסטישע ענינים שטענדיקע מיינונג־פֿאַרשיידנהייטן). וואָס טוען זיי? אַלצדינג וואָס מיר ריידן — מיר אַלץ קינדער פֿון רײַכע היימען — האָט דאָך ניט קיין שײַכות צו דעם לעבן. מען קען דאָך נישט וואַרטן ביז וואַנען ייִדן וועלן וווינען אין ארץ־ישׂראל, יעדער אונטער זײַן פֿײַגנבוים און יעדער אין זײַן ווײַנגאָרטן. מע דאַרף דאָך די מענטשן העלפֿן שוין! און מע דאַרף ניט קומען און זאָגן "פֿאָרט קיין ארץ־ישׂראל" — מע דאַרף זיי שוין העלפֿן.
און עס האָט גענומען אויך אויסטראַכטן זיך אַזאַ געדאַנק: גוט, ס׳זײַנען דאָ אַזעלכע שיינע געדאַנקען ווי סאָציאַליזם (דאָס וואָרט קאָמוניזם [האָט מען ניט געניצט], כאָטש ס׳איז שוין געווען דער קאָמוניסטישער מאַניפֿעסט, און מיר האָבן געלייענט גאָר יונג דעם קאָמוניסטישן מאַניפֿעסט), און סאָציאַליזם וועט ברענגען דער וועלט גליק. אָבער זיי זײַנען דאָך הײַנט אָוונט הונגעריק, זיי גייען דאָך שלאָפֿן אפֿשר הונגעריק. איז טויג די גאַנצע זאַך נישט, מע דאַרף אַרבעטן פֿאַרן פֿאָלק, אָבער מע דאַרף אַרבעטן פֿאַר איצט און פֿאַר שוין און פֿאַר הײַנט, און מע דאַרף ניט קומען מיט פֿאַרשיידענע אוטאָפּיעס פֿון מאָרגן און איבערמאָרגן. צו 14—15 יאָר איז שוין בײַ מיר געווען אין גאַנצן פֿעסטגעשטעלט אַזאַ מין צוגאַנג.
צו 15 יאָר בין איך שוין געווען פֿאַרליבט אין איינעם פֿון די פּרינציפּן פֿון די רוסישע פּאָפּוליסטן — אָדער לאָמיר זאָגן פֿאָלקיסטן. איך בין געווען ממש פֿון דעם באַגײַסטערט. דאָרטן איז געווען איינער פֿון די פּרינציפּן (איך וועל עס פֿריִער זאָגן אויף רוסיש): Полюбите нас черненькими, беленькими нас всякий полюбит — "קריגט אונדז ליב שוואַרצינקערהייט, ווײַסינקערהייט וועט אונדז יעדערער ליב האָבן". און דאָס פֿאָלק דאַרף מען ליב האָבן, אין זײַן דחקות, אין זײַן אָרעמקייט, אין זײַן אומוויסן, אין זײַן שמוץ, מיט די פּאַרכעס, מיט פֿאַרשיידענע קראַנקייטן וואָס מע האָט; מע דאַרף אָט אָ דעם לײַדנדיקן פֿאָלק העלפֿן.
אַן ערך אַ יאָר שפּעטער זײַנען שוין די אַלע ענינים געווען קלאָר. איך בין אַוועק פֿון די ציוניסטישע קרײַזלעך אין גאַנצן און מער נישט געהאַט מיט זיי צו טאָן. כ׳האָב געפּרוּווט וועגן דעם ריידן מיט די חבֿרים מײַנע, [אָבער] כ׳האָב ניט געהאַט קיין אָפּרוף. איינער, וואָס האָט געהייסן לערנער און וואָס האָט שוין דעמאָלט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר, איז יאָ צוגעשטאַנען צו דעם אין אַ געוויסן זינען.
איך האָב זייער אַ סך געלייענט: די אַלע רוסישע פֿאָלקיסטן און זייערע טעאָרעטיקער, מיט לאַווראָוו, מיט אַנדערע. און פֿון די רוסישע פּאַרטייען איז מיר נעענטער פֿון אַלץ געווען די סאָציאַליסטישע רעוואָלוציאָנערן, און נאָך מערער די — אַ ביסל רעכטערע פֿון די סאָציאַליסטישע רעוואָלוציאָנערן — "טרודאָוויקי" ("טרודאָוויקי" הייסט אַרבעטס־מענטשן); פֿון דער ריכטונג, וואָס ס׳איז שפּעטער געקומען קערענסקי. דאָס איז געווען אַזאַ מין אינעווייניקסטער, גרויסער איבערבראָך; און אין אַ געוויסן זינען איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט אַ שטילער טענה צו דער גאַנצער היים, וואָס האָט מיך אַזוי אויפֿגעהאָדעוועט אַן אָפּגעזונדערטן פֿון לעבן, אַ דערווײַטערטן פֿון אָרעמקייט, און מע דאַרף איצט זיך לערנען כּדי קומען לערנען אָט אָ די דאָזיקע אַלע מענטשן, כּדי צו ווערן אַ פֿירער בײַ זיי, כּדי באמת, ווי די רוסישע פֿאָלקיסטן פֿלעגן זאָגן, גיין אין פֿאָלק.
אַ ייִדישיסט בין איך געוואָרן היפּש שפּעטער, שוין קלאָר אין דעם לעצטן קלאַס פֿון מיטלשול, מער־ווייניק. מיר איז אָבער דעמאָלט קלאָר געוואָרן, אַז אָט איז דאָ אַ געזעלשאַפֿט וואָס הייסט "אָפּע": די געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן וויסן בײַ ייִדן. אָ, דאָס איז אַ גוטע געזעלשאַפֿט! עס איז געשאַפֿן געוואָרן כּמעט אין דער זעלביקער צײַט ווען איך בין געווען אין ווילנע אַ געזעלשאַפֿט צו היטן דאָס געזונט פֿון ייִדן — און דאָס איז אַ גוטע געזעלשאַפֿט. עס איז שוין אויך געווען געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט וואָס האָט געהייסן די געזעלשאַפֿט פֿון פֿאַרשפּרייטן אַרבעט צווישן ייִדן, "אָרט". אָט אָ דאָס זײַנען געזעלשאַפֿטן, [וואָס] פֿאַרנעמען זיך ניט מיט חקירהן זיך, ווי מע דאַרף ברענגען דעם ציוניזם, ווי מע דאַרף ברענגען דעם סאָציאַליזם; דאָס אַלץ איז אַ גוטע אַרבעט פֿאַר בעל־הבתּישע ליידיקגייער, פֿאַר רײַכע קינדער, וואָס זעען ניט פֿאַר זייערע אויגן די אָרעמקייט. אָרעמקייט מוז געהאָלפֿן ווערן אָט שוין, אָט גלײַך.
לייענען
די דאָזיקע גאַסן, די אָרעמע גאַסן, וואָס איך האָב קיין מאָל פֿריִער ניט דורכגעשפּירט, האָב איך איצט גענומען איבערלעבן. און דאָס איז שוין געווען אין דעם ערשטן יאָר אין ווילנע, און אין דעם צווייטן יאָר אַלץ מער און מער. גלײַכצײַטיק מיט דעם האָב איך געוואַלדיק פֿיל געלייענט, מער פֿון אַלץ, פֿאַרשטייט זיך, געלייענט רוסיש; כ׳האָב אויפֿגעהערט שוין צו לייענען העברעיִש, ווײַל איך האָב געזען, אַז רוסיש האָט אַזוי פֿיל מער. און געלייענט זייער אַ סך פֿון דער פּאָליטישער ליטעראַטור; זאַכן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די אוטאָפּיסטן־סאָציאַליסטן, אויף וויפֿל מע האָט געקאָנט קריגן אויף רוסיש, פּרודהאָן און אַנאַרכיסטישע זאַכן.
גלײַכצײַטיק האָב איך געלייענט אָן אַ סוף פֿון דער רוסישער ליטעראַטור און פֿאַרשיידענע איבערזעצונגען פֿון אַנדערע ליטעראַטורן. די דאָזיקע לײַדנשאַפֿט צו לייענען, וואָס איז געווען בײַ מיר אין די פֿריִערדיקע יאָרן, האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט אין מײַנע גימנאַזיסטישע יאָרן אין ווילנע. און געלייענט האָב איך שטענדיק סיסטעמאַטיש. לאָמיר זאָגן, אין דעם לעצטן קלאַס גימנאַזיע האָב איך פֿאַר זיך אונטערגענומען צו לייענען איבסען, ביעלסטן און ביערסאַ [?], און סטרינדבערגן, אויף וויפֿל ס׳איז געווען דעמאָלט איבערגעזעצט (און ס׳איז געווען זייער אַ סך). די רוסישע ליטעראַטור איז געווען אַ געוואַלדיק רײַכע פֿון שטאַנדפּונקט פֿון איבערזעצונגען; ווי נאָר ס׳פֿלעגט אַרויסקומען אַ בוך אויף דײַטש, פֿראַנצויזיש, ענגליש, אָדער אַפֿילו אויף די סקאַנדינאַווישע שפּראַכן, פֿלעגט עס אויך גלײַך דערשײַנען אין רוסיש. אָן אַ סוף און אָן אַ שיעור האָב איך דעמאָלט געלייענט.
פֿאַרשטייט זיך, דאָס האָט ניט צוגענומען פֿון מיר די מעגלעכקייט פֿון זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַנדערע זאַכן; למשל, אין זעקסטן קלאַס גימנאַזיע האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט פֿוטבאָל (דאָס הייסט [אייראָפּעיִשער] פֿוטבאָל). אָדער איך האָב אַ געוויסע צײַט שפּעטער, נאָך דעם גרויסן נצחון וואָס איך האָב געהאַט [קעגן עמנואל לאַסקער], פֿלעג איך גיין אין קלוב שפּילן שאָך. כ׳האָב פֿאַר אַלצדינג געהאַט צײַט. אין די ערשטע צוויי יאָרן, [ווען] איך האָב געלעבט בײַ די גאָרדאָנס, האָב איך געהאַט גענוג צײַט זיך אַרומצושפּילן מיט זייער מיידל אין די אָוונטן, ווען מע פֿלעגט אין דעם גרויסן צימער ניט אָנצינדן קיין ליכטל, און מיר האָבן געהאַט אין אונדזער רשות אַ קאַנאַפּע, לאָמיר זאָגן, געקענט אַרומשפּילן.
אין די לעצטע צוויי יאָר אין מיטלשול, האָב איך שוין געהאַט פֿאַרשיידענע אַנדערע געשעפֿטן, אָבער דאָס לערנען איז מיר ניט געווען קיין מאָל קיין שטער. ביסלעכווײַז האָט זיך גענומען אַנטוויקלען די סיסטעם פֿון זיצן אויף איינער פֿון די לעצטע בענק און מע האָט געקענט לערנען מאַטעמאַטיק אָדער אַן אַנדער זאַך, און איך פֿלעג זיצן און לייענען דאָס וואָס איך האָב גראָד דעמאָלט געלייענט. אַן אינטערעסאַנטע זאַך ווען איך זאָג, איך האָב קיין מאָל זיך ניט אויסגעלערנט צו לייענען גיך. און איך האָב כּמעט שטענדיק געדענקט אויף יאָרן, יאָרן שפּעטער, וואָס איך האָב געלייענט.
איך האָב שוין געזאָגט, איך האָב אויפֿגעהערט אין גאַנצן לייענען העברעיִש און איך בין אַוועק צו דער גאָר מאָדערנער ליטעראַטור וואָס מע האָט אין די שולן ניט געלערנט, און צו כּלערליי איבערזעצונגען. פֿאַרשטייט זיך, די רוסישע ליטעראַטור, אויף וויפֿל מען האָט געלערנט אַ ביסל, האָב איך שוין געלייענט אַליין אַלץ. למשל, אַז ס׳איז געקומען צו אַזאַ גרויסן שרײַבער ווי דאָסטאָיעווסקי, האָט מען בײַ אונדז געלערנט אַ טייל פֿון פּראָגראַם פֿון דאָסטאָיעווסקי, זײַנע זכרונות אָדער זײַנע שריפֿטן, ווען ער איז געווען אַרעסטירט, געזעסן אין תּפֿיסה. די שריפֿטן זײַנע הייסן אויף רוסיש Записки из мертвого дома — די שריפֿטן אָדער די פֿאַרשרײַבונגען פֿון טויטן הויז. אָבער אין יענער תּקופֿה האָב איך געלייענט אַלץ דאָסטאָיעווסקי. אָדער פֿון טאָלסטאָי האָט מען ניט געלייענט אַזעלכע ווערק ווי "אַנאַ קאַרענינאַ", אָדער אַפֿילו ניט אַזאַ ווערק ווי "מלחמה און שלום". (מע האָט געלייענט עפּעס פֿון "מלחמה און שלום", [אָבער] איך האָב, פֿאַרשטייט זיך, אַלץ געלייענט). ייִדישע ליטעראַטור האָב איך דעמאָלט כּמעט ווי גאָרנישט געלייענט.
אין דעם לעצטן קלאַס גימנאַזיע האָב איך אָנגעהויבן לייענען ייִדישע ליטעראַטור. איך האָב געקענט זייער גוט שלום־עליכמען פֿון פֿריִער, ווײַל שלום־עליכמען פֿלעגט דער פֿעטער שיִע לייענען פֿאַר אונדז. שלום־עליכמען האָט מען אין אַלע היימען געלייענט, און בשעת ס׳איז געגאַנגען "מאָטל פּייסי דעם חזנס" נאָך אין די צײַטונגען (און ס׳האָט געהייסן "די כאַליאַסטרע"), האָב איך וועגן דעם געוווּסט. חוץ דעם, אַ סך זאַכן שלום־עליכמס אין יענע יאָרן, אין די יאָרן 1913—1915, זײַנען נאָך נישט אַפֿילו אַרויס אין פֿאָרעם פֿון ביכער, נאָר ס׳איז געווען אַלע מאָל געדרוקט אין צײַטונגען, וואָס אַ טייל האָט מען געלייענט, אַ טייל ניט.
אַ ביסל האָב איך געלייענט פּרצן אין דעם לעצטן קלאַס פֿון מיטלשול. ווײַל [דעמאָלט] איז שוין אין ווילנע אַרויסגעגאַנגען זייער אַ פֿײַנער און גוטער, גרויסער, גראָבער זשורנאַל וואָס האָט געהייסן "די נײַע וועלט", אונטער דער רעדאַקציע פֿון ניגערן (וואָס האָט דעמאָלט געוווינט אין ווילנע), וואָס איז געווען זייער אַ פֿײַנער חודש־זשורנאַל. איך האָב אַ ביסל יאָ געלייענט, אָבער ניט קיין סך, און איך האָב זיך אין דער ווילנער תּקופֿה נישט געהאַט באַגעגנט ניט מיט ניגערן און ניט מיט קיין אַנדערע שרײַבער. אין ווילנע זײַנען געווען אַ היפּשע צאָל ייִדישע שרײַבער, און ס׳איז שוין געווען אַ גאַנץ שטאַרקע ייִדישיסטישע באַוועגונג. [אָבער] איך בין דעמאָלט געווען פֿאַרנומען מיט אַנדערע ענינים: געלייענט.
די ערשטע וועלט־מלחמה
איצט איז שוין געווען דאָס לעצטע יאָר. ס׳איז שוין געווען דאָס יאָר פֿון מלחמה, און עס האָט זיך אָנגעהויבן די באמת שווערע תּקופֿה אין דעם לעבן פֿון אונדזער משפּחה. אין פּאַלאָנגע איז קיין מאָל ניט געווען קיין באַנק, האָט דער טאַטע קיין מאָל ניט געקענט האָבן גענוג בײַ זיך באַרע געלט. עס האָט אַפֿילו געקענט זײַן צײַטן ווען עס זײַנען געווען שוועריקייטן און מען האָט געדאַרפֿט דאָנערשטיק האָבן צאָלן די אַרבעטער [און מע האָט] געצאָלט באַרע געלט. וווּ איז געווען דעם פֿאָטערס געלט? אָדער אין פֿאָרעם פֿון בורשטין, וואָס מע האָט נאָך ניט אויסגעאַרבעט אָדער [יאָ] אויסגעאַרבעט, אָדער אין פֿאָרעם פֿון פּשוטע געלט וואָס איז געווען אין דרײַ גרויסע בענק: אין אַ באַנק אין קעניגסבערג, אין אַ באַנק אין מאָסקווע, אין אַ באַנק אין לענינגראַד, און אַ קליין ביסל אין אַ באַנק אין ליבאַווע. איך דערמאָן עס פֿאָרויס, ווײַל די דאָזיקע אַלע געלטער זײַנען פֿאַרלאָרן געגאַנגען. שפּעטער איז פֿאַרלאָרן געגאַנגען אויך אין מאָסקווע און אין לענינגראַד דאָס געלט — דאָס געלט וואָס מען האָט געהאַט אין קעניגסבערג איז גלײַך פֿאַרלאָרן געגאַנגען, אויף מאָרגן נאָך דעם ווי די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן.
איז צוגעקומען נאָך אַ זאַך: מען האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון פּאַלאָנגע, ווײַל פּאַלאָנגע האָט מען באָמבאַרדירט פֿון ים אויפֿן צווייטן אָדער אויפֿן דריטן טאָג פֿון דער מלחמה, און אַ שראַפּנעל איז אַרײַנגעפֿאַלן בײַ אונדז אין זאַל. פֿאַרשטייט זיך, ס׳איז געווען אַ מעגלעכקייט, אַז מאָרגן וועט מען ווידער באָמבאַרדירן. און די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען פּאַלאָנגע זייער גיך, שוין איבער דעם, וואָס ס׳איז געווען בײַם ים און ס׳איז געווען בײַ דער גרענעץ. איך בין שוין געווען אַוועקגעפֿאָרן אין ווילנע, אָבער די משפּחה האָט זיך קוים אַרויסגעראַטעוועט פֿון פּאַלאָנגע אין ליבאַווע. זיי זענען אַלע אַוועק אין ליבאַווע, מיטן טאַטן, מיט דער גאַנצער משפּחה, און מע האָט געקענט מיטנעמען נאָר בורשטין וואָס מע האָט געהאַט אויסגעאַרבעט; די איבעריקע בורשטין, די ניט־אויסגעאַרבעטע, האָט מען פֿאַרשלאָסן איז אַזאַ מיט מויערל, וואָס איז געשטאַנען אין מיטן גאַס, און ס׳איז געווען געמאַכט פֿון ציגל, פֿון צעמענט און מיט אײַזערנע טירן. מע האָט דאָרטן פֿאַרשלאָסן און מע האָט געמוזט אַנטלויפֿן.
מע איז געווען אין ליבאַווע כּמעט אַ יאָר צײַט, און פֿון ליבאַווע האָט מען געמוזט אַנטלויפֿן ווײַטער אויף מיזרח, קיין ווײַסרוסלאַנד, אין אַ שטאָט וואָס הייסט ביכאָוו. און ערשט פֿון ביכאָוו איז מען, שוין נאָך דעם ווי איך בין געווען אין אוניווערסיטעט אַ האַלב יאָר אַליין, געקומען אין פּעטראָגראַד (ווי ס׳האָט דעמאָלט געהייסן די שטאָט). מיט יעדן פּראָצעס פֿון אַנטלויפֿן איז מען געוואָרן אָרעמער, אָבער מע האָט נאָך געהאַט גענוג געלט אויף צו לעבן. דו ווייסט דאָך ווי מע זאָגט, אַז ביז וואַנעט עס גייט אויס בײַ דעם רײַכן, ס׳איז דערווײַלע דאָ [וואַש זיך] אויס די פֿיס.
איך בין שוין געווען אָפּגעטיילט פֿון דער משפּחה גלײַך אין אויגוסט, ווען איך בין געפֿאָרן ווײַטער זיך לערנען אין ווילנע. דעמאָלט האָט מען געדאַרפֿט זייער אַ סך לערנען, ווײַל צום סוף האָט מען געהאַט עקזאַמענס, פֿון דעפּוטאַטן וואָס זײַנען געקומען פֿון רוסישן מיניסטעריום. אַלע האָבן זיך געגרייט צו די עקזאַמענס — [נאָר] איך מיט נאָך אַ פּאָר פֿון מײַנע חבֿרים האָבן זיך צו די עקזאַמענס ניט געגרייט.
(המשך אין קומענדיקן נומער)