|
יודל מאַרק |
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
די פּליטים
עס זײַנען שוין געווען אין ווילנע טויזנטער ייִדישע פּליטים, אַנטלאָפֿענע און אַרויסגעטריבענע פֿון אַ טייל פֿון דער קאָוונער גובערניע, אויך אַ ביסל פֿון דער קורלאַנדער גובערניע. מע האָט געטריבן פֿון די גרענעצן, און עס זײַנען אָנגעקומען אין ווילנע טויזנטער ייִדישע משפּחות, אָרעמע, פֿון כּמעט גאַנץ ליטע; אַ טייל פֿון קאָוונער גובערניע און פֿון ווילנער גובערניע. מע האָט די דאָזיקע משפּחות ביסלעכווײַז עוואַקויִרט פֿון ווילנע. ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן דעמאָלט אַ קאָמיטעט, וואָס זײַן צענטער איז געווען אין פּעטראָגראַד, צו קענען אַרויסשיקן פֿון ווילנע די פּליטים און צו קענען זיי אַוועקשיקן ווײַטער אין אַנדערע רוסישע גובערניעס.
דעמאָלט האָבן ייִדן אויך געמעגט שוין פֿאָרן אין די דאָזיקע גובערניעס, ווײַל ווען ס׳איז געקומען די מלחמה און די דײַטשן האָבן אָנגעהויבן מאַכן אַלץ מער און מער אָנגריפֿן אויף די רוסישע טעריטאָריעס, האָט מען פֿון איין זײַט אַרויסגעטריבן ייִדן פֿון געביטן נאָענט צו דער גרענעץ, ווײַל מע האָט געזאָגט, אַז ייִדן זײַנען ווי שפּיאָנען; און פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען דאָך געמוזט דערלויבן ייִדן פֿאָרן אין ריאַזאַן, אין טאַבאָ [?], נאָענט צו דער וואָלגע, טיף, טיף אין רוסלאַנד. אָבער ביז די ייִדן פֿלעגן קענען פֿאָרן, פֿלעגן זײַן וואָכן לאַנגע און חדשים, אַז מע פֿלעגט זיך וואַלגערן אין גרויסע האַלעס, סתּם אין זאַלן, וווּ געוויינטלעך קומען גאָר פֿאָר פֿאַרזאַמלונגען, און מע פֿלעגט שלאָפֿן אויף דער ערד אָדער אויף אַ ביסל שטרוי. און מע פֿלעגט זיי דאַרפֿן שפּײַזן, געבן ברויט, אַ ביסל מילך פֿאַר די קינדער, הייס וואַסער אאַז״וו. האָבן דאָך געדאַרפֿט זײַן די וואָס באַדינען די מענטשן, וואָס גיבן אַכטונג אויף די מענטשן. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין געווען איינער פֿון זיי. און איך האָב כּמעט שטענדיק געהאַט די נאַכט[שיכט]. פֿריִער פֿלעגט מען אָדער לייענען אָדער אַרומטרײַבן זיך מיט חבֿרים, אָדער אַרומגיין מיט מיידלעך, אָדער, איך ווייס, רעדן וועגן פּאָליטיק, וואָס מען האָט דעמאָלט אַזוי פֿיל גערעדט, [אַלץ] בײַ נאַכט.
די לעצטע פּאָר חדשים פֿון דעם לעצטן קלאַס גימנאַזיע האָב איך אין גאַנצן אויפֿגעהערט זיך צוגרייטן צו די עקזאַמענס. איך בין כּמעט יעדע נאַכט געווען אין איין גרויסן זאַל, וואָס האָט געהייסן קרענגלזאַל, פֿונאַנדערגעטראָגן “קיפּיאַטאָק" (кипяток) — דאָס איז קאָכעדיק וואַסער. אָדער געדאַרפֿט גרויסע לאַבנס ברויט צעשנײַדן און צוטראָגן יעדער משפּחה אַ געוויסן טייל, אָדער נאָך אַזעלכע זאַכן געבן. אַ מאָל האָט געקענט פּאַסירן, אַז מע זאָל גאָר געבן אייער, און מע האָט שטענדיק געדאַרפֿט זען, אַז עס זאָל זײַן פֿאַר קינדער מילך, אָדער נאָך עפּעס. די לעצטע חדשים פֿון לעבן אין ווילנע זײַנען געווען אויסערגעוויינטלעך שווערע חדשים פֿון אַזאַ מין טאָגטעגלעכער פּראַקטישער אַרבעט. פֿון איין זײַט האָב איך זיך געפֿילט גוט, זייער גוט: “איך טו אַ הייליקע אַרבעט" אאַז"וו מיט די דאָזיקע אַלע פֿראַזעס. פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך היפּש ביסל אָנגעוווירן וואָג און אויסגעזען שלעכט און אַרומגעגאַנגען אַ ניט־דערשלאָפֿענער. ס׳איז גענוג צו זאָגן, אַז איך האָב אויסגעהאַלטן אַ סך שוואַכער [ווען איך בין געקומען] צו די עקזאַמענס.
די עקזאַמענס
מען האָט געמיינט, איך וועל זײַן פֿון די, וואָס וועלן קריגן אַ גאָלדענעם מעדאַל, וואָס האָט געמאַכט מעגלעך אַרײַנצוקומען אין אוניווערסיטעט. אָבער איך האָב קיין גאָלדענע מעדאַלן נישט באַקומען. איך האָב באַקומען עטלעכע דרײַען; איך האָב באַקומען אויך פֿינפֿן, אויף אַזאַ זאַך ווי רוסיש און מאַטעמאַטיק, וואָס זײַנען מיר אָנגעקומען זייער גרינג. אָבער דורכגעפֿאַלן בין איך אויף געשיכטע — ניט [ממש] דורכגעפֿאַלן, נאָר אַנשטאָט צו קריגן אַ פֿינף געקראָקן אַ פֿיר.
בײַם עקזאַמינירן איז געווען אַזאַ זאַך: ס׳איז געווען אַ פּראָגראַם מיט געוויסע פּונקטן; לאָמיר זאָגן, אין דער פּראָגראַם זײַנען דאָ 30 פּונקטן. פֿלעגט מען דאַרפֿן אַרויסציִען אַ בילעט ([אַזוי] האָט עס געהייסן). למשל, מע ציט אַרויס אַ בילעט 20; איז אין פּראָגראַם דאָ, אַז אין 20 דאַרף מען דערציילן די געשיכטע פֿון פֿראַנקרײַך אין 17טן יאָרהונדערט, אָדער די צווייטע העלפֿט פֿון 17טן יאָרהונדערט, אָדער די צײַט פֿון לודוויג דעם 14טן. גיט מען אַ געוויסע צײַט זיך דורכצוטראַכטן, דערווײַלע פֿרעגט מען אַן אַנדערן און נאָך דעם... ווען איך בין צוגעגאַנגען צום טיש און געוואָלט אַרויסציִען, באַרימט זיך מײַן לערער, וואָס איז געווען מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד, פֿאַר דעם אינספּעקטאָר: “דאָס איז מײַן בעסטער תּלמיד. ער קען געשיכטע, ער האָט אַ סך געלייענט". זאָגט דער אינספּעקטאָר: “אויב אַזוי, וואָס וועט ער ציִען אַ בילעט, איך וועל אים שטעלן אַ פֿראַגע". וואָס פֿאַר אַ פֿראַגע האָט ער געשטעלט? “דערציילט מיר די געשיכטע פֿון סאַרדיניע, פֿון קאָרסיקע, אויב איר ווילט, אויך, דער עיקר די געשיכטע פֿון סיציליע".
אין אָנהייב איז געווען גרינג: די גריכישע קאָלאָניעס דאָרטן, ווי ס׳איז שפּעטער געווען אַ טייל פֿאַרבונדן מיט נעאַפּאָל. אָבער [ס׳איז דאָך] קלאָר, אַז איך האָב זיך געפּלאָנטערט אין דעם; אַזאַ פּונקט איז נישט געווען, איך האָב קיין מאָל ניט געלערנט געשיכטע פֿון סיציליע. האָב איך אַנשטאָט אַ פֿינף געקראָגן אַ פֿיר. די אַלע אַנדערע זאַכן, וואָס איך האָב געקראָגן אַנשטאָט פֿינפֿן פֿירן אָדער אַ פּאָר דרײַען, האָבן מיך ניט פֿאַראינטערעסירט. שפּעטער איז געווען פֿאַר מיר אַ געוויסע שוועריקייט בײַם אָנקומען אין אוניווערסיטעט.
אַז איך האָב געענדיקט גימנאַזיע, בין איך גלײַך ניט געפֿאָרן. כ’האָב שוין אין דער היים ניט געקענט פֿאָרן, [אָבער יאָ] צו מײַנע עלטערן; נאָר איך בין געפֿאָרן מיט די באַנען וואָס האָבן געפֿירט די פּליטים, [און] געטראָפֿן זיך מיט מײַנע עלטערן וואָס זײַנען שוין געווען אין אַ שטאָט לוצן. פֿון לוצן בין איך אַוועקגעפֿאָרן אין פּעטראָגראַד.
אַ נײַער חלום
די יאָרן אין ווילנע זײַנען געווען יאָרן פֿון באַקענען זיך מיט דעם ייִדישן לעבן, באַקענען זיך מיט דער פּראָבלעמאַטיק, וואָס איז ניט קיין טעאָרעטישע, נאָר אַ פּראַקטישע. און מיט אַ חלום: איך ווייס שוין וואָס איך וועל זײַן, איך וועל זײַן בײַ ייִדן אַ פֿירער. איך וועל ניט זײַן מער אַ געלערנטער פֿון געשיכטע ווי איך האָב עס געוואָלט און מײַן טאַטע האָט וועגן דעם געחלומט. מען האָט מיר אַפֿילו געהאַט צוגעזאָגט, אַז ווען איך וועל ענדיקן גימנאַזיע, וועל איך קענען פֿאָרן אין מצרים און אין ארץ־ישׂראל, ניט ווי קיין ציוניסט, און ניט ווי קיין אַנטי־ציוניסט, נאָר זיך באַקענען ווי עס האָט אויסגעזען דאָס וויגעלע פֿון אונדזער קולטור און פֿון דער וועלטקולטור אאַז"וו. אין 8טן קלאַס גימנאַזיע [האָב איך] באַשלאָסן: ווער וויל זיך פֿאַרנעמען מיט לערנען, ווער דאַרף עס, לערנען? וויפֿל איך וועל קענען, וועל איך קענען. מײַן [ראָלע] וועט זײַן [ווי] אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער. אָבער דעם אויסדרוק “געזעלשאַפֿטלעכער טוער" האָב איך קיין מאָל ניט געניצט; איך האָב געניצט, מיט אַ סך מער נאַיִווער אַמביציע און קינדישקייט: איך וועל זײַן בײַ ייִדן אַ פֿירער.
די שוועסטער מינע און גיטל
די ערשטע געשעעניש איז געווען דאָס נײַגעבורט פֿון נאָך אַ קינד. נאָך די פֿיר ייִנגלעך איז געקומען אַ מיידל, וואָס מע האָט זי אָנגערופֿן מינע. און נאָך דעם מיידל איז געקומען נאָך אַ מיידל, וואָס מע האָט זי אָנגערופֿן גיטע. דאָס האָט דער טאַטע צעטיילט דעם נאָמען פֿון זײַן מוטער, וואָס ער האָט זי פֿאַרגעטערט, אויף צוויי: יענע האָט געהייסן מינע־גיטע, האָבן מיר איצט געהאַט אַ מיידל מינע און אַ מיידל גיטע. ווען מינע איז געבאָרן געוואָרן איז די מאַמע געווען אַ לענגערע צײַט נישט געזונט. און דאָס קינד איז געווען אַן אומרויִק קינד וואָס האָט אַ סך געוויינט. בין איך געוואָרן דער וואָס טראָגט אַרום גאַנצע טעג דאָס קליינע מיידעלע גיטע אויף זיך, זי צו באַרויִקן. געדענק איך, ווי איך פֿלעג אַפֿילו אין מיטן נאַכט אויפֿשטיין און זי אַרומטראָגן אין דעם גרויסן זאַל, וווּ קיינער איז נישט געשלאָפֿן און ס׳איז געווען שטיל און רויִק. און איך פֿלעג זיך באַמיִען קנאַקן מיט די פֿינגער, קנאַקן מיט דער צונג, און איך האָב זייער שטאַרק ליב באַקומען דאָס מיידעלע גיטעלע.
די שׂרפֿה
אַ קורצע צײַט נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 1905 איז אין אונדזער שטעטל געשען אַ גרויס אומגליק. אין מיטן דער נאַכט, אין אַ האַרבסטיקער נאַכט (דאַכט זיך, אַז דאָס איז געווען אָקטאָבער אָדער נאָוועמבער), מיט אַ געוואַלדיק גרויסן שטורעמווינט איז אויסגעבראָכן אַ שׂרפֿה. די שׂרפֿה האָט זיך אָנגעהויבן היפּש ווײַט פֿון דעם אָרט, פֿון די עטלעכע גאַסן וווּ ייִדן האָבן געוווינט, נאָר דער ווינט האָט גענומען אַריבערטראָגן די פֿונקען. דאָרטן האָט געברענט היי און שטרוי, אַזעלכע זאַכן, בײַ אַ פּויער, און עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאָלאָסאַלע שׂרפֿה אויף דער גאַנצער גרויסער גאַס, וואָס האָט געהייסן די ליבאַווער גאַס.
אונדזער שטוב איז געווען אין מיטן פֿון דער דאָזיקער ליבאַווער גאַס אויפֿן ווינקל פֿון אַ געסל וואָס מע האָט גערופֿן איצע־מאַרקס אוליצע. מיר האָבן קוים זיך אַרויסגעראַטעוועט מיטן לעבן. איך געדענק, אַז די איינציקע זאַכן, אין וועלכע איך בין געווען אָנגעטאָן, דאָס איז געווען אַ לאַנג נאַכטהעמד און אויפֿן נאַכטהעמד אַרויפֿגעוואָרפֿן — עפּעס אַ מאַנטל. און אויף דער האַנט האָב איך געהאַלטן די דאָזיקע גיטעלע.
ס׳האָט אָפּגעברענט אונדזער הויז, ס׳האָט אָפּגעברענט די פֿאַבריק, ס׳האָט אָפּגעברענט די שכנישע הײַזער, אַלץ האָט אָפּגעברענט. אונדז האָט מען אָפּגעפֿירט היפּש ווײַט אויף קרעטינגער גאַס — די פֿונקען זײַנען שוין ניט געגאַנגען. און אויף מאָרגן אין דער פֿרי זײַנען מיר געקומען אַרומקוקן און זען וואָס איז געוואָרן פֿון די אַלע זאַכן, וואָס זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן. מען האָט כּמעט קיין זאַך ניט אַרויסגעראַטעוועט. דער טאַטע האָט אַרויסגעראַטעוועט אַ טייל פֿאַרטיק געמאַכטע בורשטין־זאַכן.
די קראַנקע מאַמע, האָט אין דער צײַט פֿון דער שׂרפֿה כּמעט גאָר נישט געקאָנט העלפֿן. ס׳איז פֿאַרברענט געוואָרן די קו וואָס מיר האָבן דעמאָלט געהאַט (מיר פֿלעגן געוויינטלעך האָבן אין הויף אַ קו). און דאָס גאַנצע בילד פֿון די פֿונקען וואָס שפּריצן פֿון אַלע זײַטן, איז, פֿאַרשטייט זיך, אויף יאָרן געבליבן אין מײַן לעבן. מער פֿון אַלץ האָב איך געקלאָגט אויף דרײַ זאַכן: די קו איז פֿאַרברענט געוואָרן; עס זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן די ספֿרים וואָס זײַנען געבליבן נאָכן זיידן יודל — כּמעט אַלץ; עס זײַנען אויך פֿאַרברענט געוואָרן פֿאַרשיידענע שיינע אַלטע זאַכן, וואָס איז געווען בײַ אונדז אין שטוב ממש פֿון דורות. אַפֿילו אין אָרעמע הײַזער, אין ייִדישע, זײַנען דאָך אויך דאָ [שיינע זאַכן, ווי] אַ שיין בעט אָדער אליהו־הנבֿיא. געבליבן אַזוי ווי מיר שטייען און גייען, האָבן מיר זיך אַרײַנגעקליבן בײַ אַ שכן פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָס איז געבליבן ניט אָפּגעברענט, און געלעבט אַ האַלב יאָר אין זייער גרויסער ענגשאַפֿט.
אַן אַנאַרכיסט
אין דעם האַלבן יאָר זײַנען געשען אַ סך זאַכן. מען האָט אויפֿגעהאָנגען דאָס ייִדישע ייִנגל, וואָס האָט אונטערגעצונדן די שׂרפֿה. דאָס איז געווען מסתּמא אַ ייִנגל פֿון אַ יאָר 18—19, אפֿשר 20. ער האָט געזאָגט, אַז ער איז אַן אַנאַרכיסט. מיר האָבן בכלל נישט געוווּסט וואָס דאָס איז, אַן אַנאַרכיסט. עס זײַנען שוין געווען אַ ביסל רעוואָלוציאָנערן, אָבער אַנאַרכיסטן... נישט נאָר איז ער געווען אַן אַנאַרכיסט, ער איז געווען אַ שטיל, פֿײַן, גוט ייִנגל, אַן איינציקער זון פֿון אַ ייִדישן מלמד (ניט [מײַנער], איך האָב געלערנט בײַ אַן אַנדערן). מע האָט אים גלײַך אויף מאָרגן אַרעסטירט און ס׳איז אַוועק אַ צוויי וואָכן צײַט, ס׳איז געווען אַ גיך געריכט, אַ מיליטעריש געריכט אין ליבאַווע, און מע האָט דאָס ייִנגל אויפֿגעהאָנגען.
די דאָזיקע אַלע קאָלאָסאַלע געשעענישן — די גרויסע שׂרפֿה און אויכעט וואָס מיר האָבן געמוזט וווינען אין גאַנץ אַנדערע באַדינגונגען, און דערנאָך, אַז ס׳איז געקומען די מעשׂה מיט אויפֿהענגען דאָס ייִנגל — זײַנען געווען אַזעלכע געשעענישן וואָס האָבן זיך אַרײַנגעקריצט אין זכּרון, און וועלכע איך האָב געדאַרפֿט יאָרן לאַנג טראַכטן און נאָך טראַכטן.
דער טויט
דער ווינטער איז אַוועק; מיר האָבן געלעבט דעם ווינטער אין שווערע באַדינגונגען — ניט מאַטעריעלע, נאָר די באַדינגונגען פֿון דעם לעבן זײַנען געווען שווער. און עס [איז] געשען אין משך פֿון ווינטער אויך נאָך עפּעס: גיטעלע, וואָס איך האָב געטראָגן אויף די הענט, איז געווען אַ שוואַכע בײַם געבוירן ווערן. זי האָט, אַ פּנים, זיך צוגעקילט אין דער דאָזיקער שפּעט האַרבסטיקער נאַכט. זי האָט אָפּגעקרענקט אַ פּאָר חדשים און זי איז געשטאָרבן. איז פֿון אַלע זײַטן פֿאַר מיר צום ערשטן מאָל געווען טויט: טויט פֿון גיטעלע, וואָס איך האָב געהאַלטן אויף די הענט, און אַ טויט פֿון אַ ייִנגל, וואָס איך האָב געקענט און וואָס מע האָט אים אויפֿגעהאָנגען. דאָס איז געווען אָנהייב 1906. [מען] דאַרף וויסן, אַז אין יענע צײַטן זײַנען געווען זייער אַ סך טויט־אורטיילן פֿון דער צאַרישער מאַכט קעגן פֿאַרשיידענע רעוואָלוציאָנערן. [דאָס] אויפֿהענגען און [דאָס] פֿאַרמישפּטן צום טויט אַ רעוואָלוציאָנער איז געווען עפּעס וואָס האָט געמאַכט אויף מיר, וואָס איך בין געווען שוין דעמאָלט, אַזוי צו זאָגן, אַ טראַכטנדיקע באַשעפֿעניש, אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק.
ווי נאָר ס׳איז געקומען דער פֿרילינג (פֿון 1906), האָט מען זיך געשטעלט אויף דעם זעלביקן אָרט בויען אַ הויז, און נאָך אַ גרעסער הויז, און נאָך אַ באַקוועמער הויז — כאָטש דער גאַנצער פּלאַן פֿונעם הויז איז געווען דער זעלביקער ווי ס׳איז געווען פֿריִער. און מע האָט גענומען אויך בויען די פֿאַבריק וואָס איז געווען אין הויף און וואָס איז געגאַנגען לענגויס דעם [הויז]. דער הויף איז געווען אַ גרויסער, לאַנגער, מיט ביימער, און ס׳זײַנען געווען פֿאַרשיידענע שטאַלן. מע האָט גענומען דאָס אַלצדינג בויען, און ס׳איז געקומען פֿרילינג.
בין איך אַוועק זיך שפּילן אויף אַ חורבֿה, וווּ מע האָט ערשט נאָך ניט אָנגעהויבן בויען, פֿון מײַנעם אַ חבֿר, וואָס איז געווען אַ ייִנגל פֿון אַן אײַזנקרעמער. ער האָט געהייסן בעבקע, געווען אַ ביסל עלטער פֿון מיר, און מײַנער אַ שטענדיקער שפּיל־חבֿר. דאָס איז געווען שוין נאָענט צו פּסח, בין איך געקומען צו זיי זיך שפּילן. אפֿשר [האָב איך] מיטגענומען מײַן ברודער ישׂראל, אפֿשר ניט — איך געדענק שוין ניט. ווייס איך ניט פֿאַר וואָס און איך ווייס ניט פֿאַר ווען, נאָר בעבקעס שוועסטער האָט אויפֿגעהויבן אַ שטיין פֿון דער דאָזיקער חורבֿה און געוואָרפֿן אויף מיר, און איך האָב געקראָגן דאָ אַ קלאַפּ אין שטערן; דער צייכן איז נאָך געבליבן ביז הײַנטיקן טאָג.
עס איז געווען זייער אַ גרויסער, שטאַרקער קלאַפּ; איך בין דעמאָלט אַוועקגעפֿאַלן, און כ׳שטעל זיך פֿאָר די שרעק און די איבערלעבונגען פֿון מײַן מאַמען, ווען מע האָט מיך געבראַכט צו טראָגן אַ פֿאַרבלוטיקטן. מען האָט געדאַרפֿט ברענגען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קעניגסבערג, [וואָס] איז געקומען אויפֿן צווייטן אָדער אויפֿן דריטן טאָג. מע האָט געדאַרפֿט פֿאַרנייען די דאָזיקע וווּנד. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין אין משך פֿון עטלעכע וואָכן געוואָרן גוט, געוואָרן געזונט, אָבער אַן איבערלעבונג און אַ געשעעניש איז געווען אַ געוואַלדיקע. ווײַל ווען איך בין געלעגן אָט אַזוי און געקומען נאָך דעם צו זיך, שוין געלעגן אפֿשר ניט קיין פֿאַרבלוטיקטער, איז געווען בײַ מיר די זיכערקייט: איך שטאַרב. ווײַל אָט האָב איך מיט אַ קורצער צײַט [פֿריִער] געזען ווי עס שטאַרבט אַ קינד, אָדער איך האָב געהערט וועגן שטאַרבן. איך שטאַרב. און דעמאָלט האָב איך זייער ניט געוואָלט שטאַרבן; שוין אַ ביסל געוווּסט וואָס דאָס איז, האָב איך זייער, זייער ניט געוואָלט שטאַרבן. איז דאָס יאָר 1905—1906 געווען אַ יאָר מיט גרויסע און שווערע איבערלעבונגען אין מײַן לעבן.
פֿרומקייט
אָבער אויך נאָך דעם — איך בין געווען שוין דעמאָלט אַ גרויס ייִנגל, 8—9 יאָר, אפֿשר מער — בין איך געווען געוואַלדיק פֿרום. און נאָך דעם ווי איז שוין אַ לערער געווען הערציקאָוויטש, וואָס איך האָב געוווּסט, אַז ער איז ניט קיין פֿרומער און אַז ער לייגט ניט קיין תּפֿילין. און איך האָב געוווּסט, אַז מײַן טאַטע קומט אין שול נאָר שבת, און אַ מאָל דרייט ער זיך אַרויס פֿון קומען אין שול אַפֿילו שבת; ווען ס׳איז אַ גוטער וועטער, גייט ער אַוועק שפּאַצירן מיט הערציקאָוויטשן.
איך פֿלעג אויפֿשטיין פֿרי, [ווען] די משפּחה איז נאָך געשלאָפֿן, און אַפֿילו אין אַ רעגנדיקן טאָג (בײַ אונדז האָט זייער אַ סך גערעגנט אין פּאַלאָנגע, לעבן באַלטישן ים), פֿלעגט מיר די באָבע העלפֿן אָנטאָן מײַן רעגן־מאַנטעלע מיט די קאַלאָשן מיט אַלצדינג און איך פֿלעג אַוועקלויפֿן אין שול דאַוונען מיט די גאָר ערשטע וואָס קומען דאַוונען אין שיל. און איך האָב הנאָה געהאַט פֿון דאַוונען, ליב געהאַט דאָס דאַוונען. ווען איך בין שוין אַלט געווען 10—11 יאָר, און אַפֿילו אַרום 12טן יאָר פֿון מײַן לעבן, [האָב איך] שוין געקענט אַזוי פֿיל די נבֿיאים און געוווּסט גוט, אַז זיי זאָגן, אַז [מע דאַרף] ברענגען קרבנות, [מע דאַרף] קומען אין בית־המקדש; זײַ אַ גוטער מענטש, זײַ אַן ערלעכער מענטש, און געענדיקט. פֿלעג איך גיין דאַוונען.
ס׳זײַנען ניט איין מאָל געווען קאָנפֿליקטן צווישן דער מאַמען און דעם טאַטן. דער טאַטע פֿלעגט מורא האָבן: “וואָס הייסט, מע שיקט אַזאַ קינד, ווען עס שנייט און ס׳איז קאַלט און ס׳איז אַ פֿראָסט אָדער עס פּליוכעט אַ רעגן, און ער דאַרף דאָס לויפֿן דאַוונען? ער קען דאָ דאַוונען". און מײַן חלום איז געווען: ווען דערלעב איך שוין דערצו, אַז איך זאָל קענען אָנטאָן תּפֿילין? ס׳איז אַזאַ הויכע מדרגה פֿון קענען יעדן טאָג חוץ שבת תּפֿילין אָנטאָן.
בײַ די עלטערע ייִדן אין שטעטל בין איך דעמאָלט געווען [אַן אויסנאַם]. אונדזער שטעטל איז ניט געווען קיין פֿרומס. צום ערשטן מנין איז געווען איין איינציק ייִנגעלע וואָס איז געקומען אין בית־מדרש: דאָס בין איך געווען. און ס׳זײַנען געקומען נאָר אַלטע ייִדן. קוים, אַ מנין. שטעל זיך פֿאָר ווי איך בין געווען בײַ זיי אַזאַ געוואַלדיק געשעעניש: אַזאַ ייִנגעלע, וואָס קען נאָך אַזוי פֿיל און קען פֿרעגן די פֿאַרשיידנסטע זאַכן, ער קומט נאָר דאַוונען.
(המשך אין קומענדיקן נומער)