זכרונות

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יודל מאַרק
יודל מאַרק
און ס׳איז געווען בײַ מיר אַ מאָדנע געפֿיל: פֿון איין זײַט בין איך געווען זייער שטאָלץ. די פֿראַגעס זײַנען געווען קאָמישע, גרינגע פֿראַגעס פֿון חומש־מעשׂיות. און פֿון דער אַנדערער זײַט בין איך געווען געוואַלדיק אומצופֿרידן, פֿאַר וואָס מע שטעלט מיך אָפּ, פֿאַר וואָס מע פֿרעגט. קינדער האָבן אַ טבֿע ניט צו גיין, נאָר צו לויפֿן: אָפּשטעלן, צורופֿן, פֿרעגן. איז מײַן ערשטער באַגער אין לעבן געווען ווערן אַ רואה־ואינו־ניראה — דער וואָס זעט און ווערט ניט געזען. פֿלעג איך אַלע מאָל חלומען און טראַכטן: ווען וועל איך ווערן אַ רואה־ואינו־ניראה? ווי געפֿינט מען אַזאַ מין שפּרוך מיט דעם הייליקן נאָמען, אַז מע זאָל עס קענען ווערן?


הערצל

איך געדענק אויך, אַז דאָס איז געווען אין 1904, אַז איך בין געקומען פֿון פּאָסט און אויפֿגעעפֿנט דעם "פֿרײַנד" און איך האָב געזען דאָס גרויסע בילד פֿון הערצלען, אַז ער איז טויט. בין איך געגאַנגען אין גאַס, געטראָגן די צײַטונגען און געוויינט. האָט יעדער איינער מיך אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט: "וואָס וויינסטו? ווער האָט דיך געשלאָגן?" איך האָב געוויינט, [ווײַל] איך האָב געוווּסט, אַז הערצל איז טויט. הערצל איז געווען אַ לעבעדיקע געשטאַלט אין אונדזער משפּחה. אויף דער וואַנט פֿון דעם גרויסן עסצימער זײַנען געווען צוויי בילדער פֿון אַלטע צײַטן: דאָס בילד פֿון ווילנער גאָון און דאָס בילד פֿון משה מאָנטעפֿיאָרע. דאָס זײַנען געווען כאַראַקטעריסטישע בילדער. און נאָך דעם איז געווען אויך דאָס בילד פֿון טעאָדאָר הערצל, וווּ ער שטייט עפּעס אָנגעשפּאַרט אויף אַ געלענדער ערגעץ וווּ און קוקט ערגעץ וווּ אין די ווײַטקייטן. און אין מיטן דרינען איז ער געשטאָרבן. דאָס איז געווען אין מײַן לעבן אַ גרויס געשעעניש. עס זײַנען געווען די ערשטע זכרונות: ווי ס׳איז געבאָרן געוואָרן מײַן ברודער משה אין 1902, [און] ווי אין 1904 איז געשטאָרבן טעאָדאָר הערצל.



דער קעשענעווער פּאָגראָם

עס זײַנען געווען נאָך זאַכן וועגן מיר, וואָס מע האָט מיר שפּעטער מיט יאָרן דערציילט. ספּעציעל, אַז דאָ איז געווען דער פֿעטער שיִע, וואָס פֿלעגט מיר דערציילן די אַלע זאַכן ווען איך בין נאָך געווען אַ ייִנגל און שפּעטער האָט ער אַ סך מאָל איבערגעחזרט. [למשל,] אַז איך בין געוואָרן אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער שוין אין עלטער פֿון 5־6 יאָר. וואָס איז געווען? אין שול האָט מען דאָך יעדן שבת געבענטשט דעם קיניג — דאָס איז געווען אַ זאַך וואָס מע האָט געמוזט. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ גרויסער ברכה: "הנותן תּשועה למלכים" — דער וואָס גיט הילף פֿאַר די קיניגן. איז ווען מען האָט זיך דערוווּסט וועגן קעשענעווער פּאָגראָם — דאָס האָט געמאַכט אַ געוואַלדיק שטאַרקן אײַנדרוק אויף אַלע ייִדן אומעטום אין רוסלאַנד, ווײַל צווישן 1881—1882, ווען עס זײַנען געווען אַ סך פּאָגראָמען; ביז 1903 זײַנען קיין פּאָגראָמען נישט געווען. אָט איז געקומען אין מיטן דרינען דער פּאָגראָם אין קעשענעוו. איך בין געווען אין שיל, צוזאַמען מיטן טאַטן, און געווען אַ קליין ייִנגעלע; האָב איך גענומען הערן, [ווי] מע זאָגט "הנותן תּשועה למלכים", האָב איך אָנגעהויבן וויינען און שרײַען: "ער מאַכט אויף ייִדן פּאָגראָמען און מיר בענטשן אים!" (איך געדענק עס נישט, עס האָט זיך מיר איבערגעגעבן פֿון מײַן פֿעטער די דאָזיקע זכרונות.)
ווי האָב איך זיך אויסגעלערנט לייענען ייִדיש? איך ווייס ניט. דאַוונען האָב איך געקאָנט, דאָס וואָס איז געווען געדרוקט האָב איך דאָך פֿאַרשטאַנען, איז אַז ס׳האָט אָנגעהויבן קומען אין 1903 בײַ אונדז דער "פֿרײַנד", האָב איך זיך אויסגעלערנט לייענען. און פֿאַרשטייט זיך, געלייענט זאַכן וואָס איך האָב גאָר ניט פֿאַרשטאַנען: די ערשטע זײַט פֿון "פֿרײַנד" און אַ מאָל מער.


דער בכור

אין די דאָזיקע קינדער־יאָרן זײַנען שוין געווען אין אונדזער משפּחה ברידער. אַגבֿ, וויל איך זאָגן, אַז אין דער אמתן בין איך ניט געווען דער סאַמע עלטסטער זון; דער זון, וואָס קריגט צוויי חלקים ירושה. און מע האָט מיך שפּעטער גערופֿן "בכור־שוטה", ווײַל דער אויסדרוק איז דאָ אין די אַלטע ייִדישע ספֿרים וווּ עס רעדט זיך וועגן געזעצן. לויטן אַלטן ייִדישן געזעץ קריגט דער בכור אַ דאָפּלטע פּאָרציע פֿון דער ירושה. אָבער דער אמתער בכור... די מאַמע האָט חתונה געהאַט אין 1895, שוין אין 1896 איז זי געווען שוואַנגער — און זי האָט מפּיל געווען. איך בין געבוירן געוואָרן אין 1897, בין איך פֿאַקטיש געווען דער עלטסטער אין דער משפּחה, אָבער ניט דער בכור. דאָס וואָס איך בין אַ "בכור־שוטה" האָט מיך זייער שטאַרק פֿאַרדראָסן אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען איך בין געווען אַ ייִנגל פֿון 7־8 אָדער 9 יאָר, ווען מען האָט דאָס מיר דערציילט.


די ייִנגערע ברידער

דער ברודער וואָס איז געקומען נאָך מיר איז געווען אין 1899, און די באָבע איז באַשטאַנען אויף דעם, אַז מע זאָל אים אַ נאָמען געבן ישׂראל. דאָס איז געווען נאָך קיינעם ניט פֿון אונדזער משפּחה, בײַ אונדז אין משפּחה איז ניט געווען קיין ישׂראל, נאָר דאָס איז געווען נאָך דעם ישׂראל סאַלאַנטער, וואָס די באָבע איז אויסגעוואַקסן צום טייל, אַזוי צו זאָגן, אונטער זײַן שאָטן. האָט ער געהייסן ישׂראל; מײַן פֿאָטער האָט קיין זאַך נישט געהאַט קעגן דעם. אין 1900 איז געבאָרן געוואָרן דער ברודער מענדל.
ווען איך בין געווען גאָר אַ קליינער, גלײַך ווען מײַן ברודער איז געבאָרן געוואָרן, איידער איך האָב געקאָנט רעדן, האָב איך געהאַט איין טענה צו מײַנע עלטערן, און אפֿשר אויך צו דער באָבען, און אפֿשר אויך צו דעם מיידל וואָס איז געווען בײַ אונדז אין שטוב (ווײַל ס׳איז געווען אַזאַ מין געהילף, אַ ניאַנקע, אַ דערציִערין). מיט צוויי ווערטער: "בודעלע קאַטע" — דעם ברודער אָפּגעבן דער קאַץ. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב עס ניט געדענקט, נאָר מען האָט שוין צו 4 יאָר, אפֿשר נאָך פֿריִער, זיך גערייצט מיט מיר, פֿאַר וואָס איך האָב געזאָגט "בודעלע קאַטע". און מיך האָט עס גוואַלדיק געקרענקט. פֿאַר וואָס האָב איך טאַקע געזאָגט "בודעלע קאַטע"? און איבער דעם בין איך געווען אויסערגעוויינטלעך גוט צו מײַן ברודער ישׂראל. און אַפֿילו שפּעטער, ווען איך בין געווען 7־8 יאָר אַלט, בין איך געווען דער, וואָס האָט אים אַלע מאָל גענומען צו די קינדערשע שפּילן, צום אַרומלויף אין הויף, צו לויפֿן אַנדערש וווּ; [כאָטש] ער איז נאָך געווען קלענער ווי די אַנדערע חבֿרים מײַנע, אים אַרײַנגענומען אין די דאָזיקע אַלע שפּילן. און דער ברודער, וואָס איז געקומען גלײַך נאָך מיר, איז אויסגעוואַקסן אויסערגעוויינטלעך געטרײַ צו מיר: אַלע מאָל נאָכגיין, און שפּעטער ווען ער האָט געקאָנט שוין מיר אַ ביסל העלפֿן, מיר העלפֿן. ער איז געווען כּמעט אַזוי ווי אַ קליין דינערל בײַ מיר. מענדל, וואָס איז געוואַקסן שפּעטער, און וואָס האָט אויך געוואָלט נאָכגיין און נאָכלויפֿן, ווען איך בין געווען 7־10 יאָר, איז געווען דער וואָס מע פֿלעגט אים אָפּשטופּן: ער געהערט ניט, ער איז קליין, ער קען נאָך קיין זאַך ניט טאָן אאַז"וו. דאָס האָט זיך אַ היפּש ביסל אײַנגעקריצט בײַ מענדלען.


פּסח

בײַ אונדז איז געווען שטענדיק אײַנגעפֿירט, אַז צו פּסח קומט צו גאַסט דער פֿעטער יעקבֿ פֿון ליבאַווע; אַזוי האָט עס זיך געפֿירט די אַלע יאָרן, ביז צו דער וועלט־מלחמה. בײַ אונדז האָט דאָך געוווינט זײַן מוטער. פֿלעגט ער נעמען וויפֿל קינדער ער האָט דעמאָלט געהאַט בײַ זיך נאָך אין שטוב, מיטנעמען זײַן ווײַב (זײַן צווייט ווײַב; זײַן ערשט ווײַב קען איך ניט, וואָס איך האָב דערציילט, אַז זי איז געשטאָרבן ווען בערטאַ איז געבאָרן געוואָרן — און בערטאַ איז עלטער פֿון מיר). עס פֿלעגט אויך קומען מײַן פֿעטער שיִע, [וואָס] איז געווען אַ בחור [און] האָט געהאַט אַ שטעלע אין רעוול. ער איז דאָרטן געווען אַ בוכהאַלטער פֿון אַ גרויסער פֿירמע, און ער פֿלעגט פֿאַרדינען הונדערט רובל אַ חודש, און מע האָט פֿאַר יענער צײַט גערעכנט [דאָס ווי] אַ קאָלאָסאַלע סומע. אַזוי, אַז בײַ אונדז איז דער סדר געווען אַ קאָלאָסאַל־גרויסע אונטערנעמונג. דער טאַטע איז געזעסן דערבײַ, אָבער דער פֿירער פֿון סדר איז געווען דער פֿעטער; און דער נוסח פֿון אַ סדר, וואָס איך האָב שפּעטער אין געוויסע צײַטן איבערגענומען, איז געווען שוין אויפֿן חשבון פֿון דעם פֿעטער.


דער ערשטער גרויסער דורכפֿאַל

מען פֿלעגט זיצן און שמועסן, מען פֿלעגט זאָגן די הגדה. [און] מע פֿלעגט שטענדיק האַלטן אין איין עקזאַמינירן מיך: פֿון וואַנעט איז דאָס? פֿון וואַנעט איז יענץ? און געוויינטלעך האָב איך געוווּסט. איך געדענק ניט אַזוי גענוי, צי איך בין געווען דעמאָלט 7 יאָר אַלט, אָדער אפֿשר בין איך געווען שוין אַ ביסל עלטער. איז איין מאָל האָט מיך דער פֿעטער געפֿרעגט עפּעס וועגן אַן אויסדרוק אין דער הגדה. איך געדענק עס פֿון יענע צײַטן, וואָס ער האָט געפֿרעגט: "אַרמי אובֿד אָבֿי". און ער גיט מיך אַ פֿרעג: "יודעלע, פֿון וועלכן חומש איז דאָס?" איך האָב דאָך חומש שוין געהאַט געלערנט, און איך האָב ניט געוווּסט. האָט ער געגעבן אַ זאָג: "פֿון במדבר". (אין דער אמתן איז עס ניט פֿון במדבר, נאָר פֿון לעצטן חומש, פֿון דבֿרים.) [אָבער] איך האָב זיך נאָך דעם אַזוי פֿאַרשעמט, דאָס האָט מיר אַזוי וויי געטאָן, אַז דער ווייטאָג איז געגאַנגען מסתּמא דעם גאַנצן פּסח. און דאָס איז געווען מײַן ערשטער גרויסער דורכפֿאַל אין לעבן.


חדר אויף דרײַ שעה

ווען איך בין אַלט געוואָרן 6 יאָר, און איך האָב שוין געקענט ניט נאָר דאַוונען, נאָר איך האָב שוין געקענט היפּש ביסל חומש, איז גלײַך נאָך סוכּות, ווען עס הייבט זיך אָן דער נײַער סעמעסטער אין די חדרים, האָט מיך די באָבע אין דער פֿרי אַוועקגעפֿירט אין אַ חדר. אין אַ חדר פֿון אַ מלמד וואָס איז געווען אַ חבֿר פֿון איר געשטאָרבענעם מאַן. איך בין אין מײַן לעבן אין דעם חדר געווען ניט מער ווי דרײַ שעה. דער טאַטע איז געקומען פֿון דער אַרבעט 12. (בײַ אונדז איז דאָס גאַנצע לעבן געווען געוואַלדיק אײַנגעשטעלט, מע פֿלעגט אָנהייבן אַרבעטן 8, 12 פֿלעגט מען איבעררײַסן אויף אַ שעה, גיין עסן.) דער טאַטע איז געקומען 12, ער זעצט זיך אַוועק, ער פֿרעגט, וווּ בין איך? זאָגט די מאַמע, אַז מע האָט מיך אַוועקגעפֿירט אין חדר. דער טאַטע איז געוואָרן זייער אין כּעס, אַוועקגעלאָפֿן אין חדר, און מיך געבראַכט פֿון חדר צוריק אַהיים. האָט מען אײַנגעשטעלט, אַז דער מלמד קומט יעדן טאָג איין שעה און ער לערנט מיט מיר ווײַטער חומש.


ר’ זלמן הערציקאָוויטש

אָבער דער טאַטע האָט געזען, אַז דאָס טויג ניט און ער האָט ניט געוואָלט, אַז מײַן לערער זאָל זײַן דער מלמד. איז דעמאָלט אין שטעטל געווען געקומען אַ ייִד פֿון אַ ווײַט שטעטל, וואָס הייסט אַבעל. אַ ייִד וואָס ער הייסט זלמן הערציקאָוויטש. דער הערציקאָוויטש איז געווען יאָרן לאַנג אַ ישיבֿה־בחור; איך ווייס ניט, צי ער האָט געהאַט סמיכות אויף רבנות אָדער ניט. ער איז געווען אַ ישיבֿה־בחור און ער האָט חתונה געהאַט אין דעם שטעטל אַבעל, און ער האָט דאָרטן געדאַרפֿט זיצן אויף קעסט. ער האָט זיך אויך געהאַט אויסגעלערנט צו ווערן אַ שוחט, [טאַקע] געפּרוּווט ווערן אַ שוחט, און ער האָט באַשטימט, אַז ער קען ניט. ער האָט דעמאָלט קיין קינדער נישט געהאַט, האָט ער גענומען זײַן ווײַב און מיט איר אַוועקגעפֿאָרן ווײַט, אַזוי ווײַט ווי ער קאָן אַוועקפֿאָרן. און דאָס ווײַטסטע אָרט, וווּ ער איז אַוועקגעפֿאָרן, איז געווען פּאַלאָנגע. איז ער געקומען קיין פּאַלאָנגע, אַ יונגערמאַן וואָס קען שחיטה און ער וויל ניט זײַן קיין שוחט, וואָס קען זייער אַ סך תּלמוד, וואָס האָט אַליין אויך שטודירט תּנ״ך. לערנען תּנ״ך איז דעמאָלט געווען עפּעס וואָס בינדט זיך נישט מיט פֿרומקייט. תּנ״ך האָבן געלערנט משׂכּילים; די גאָר פֿרומע, די וואָס האָבן ניט אָפּגעווײַכט פֿונעם אמתן וועג, האָבן קיין תּנ״ך נישט געלערנט. און ער האָט געקענט אַזוי גוט תּנ״ך, אַז ער האָט געקענט אויסנווייניק אַלע 63 קאַפּיטלען פֿון ישעיהו, [ווי אויך] אַ סך אַנדערע נבֿיאים.
ער איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אָנגעלייענט פֿון דער גאַנצער השׂכּלה־ליטעראַטור, און ער איז געוואָרן מײַן טאַטנס אַ חבֿר. זיי האָבן געקענט שפּאַצירן אין איינעם, רעדן וועגן דער השׂכּלה־ליטעראַטור, וועגן פּאָליטיק, נײַעס. ער פֿלעגט סײַ ווי קומען בײַ אונדז אין שטוב לייענען די צײַטונגען וואָס זײַנען אָנגעקומען. דער טאַטע פֿלעגט אים קענען דערציילן, וואָס איז דאָ אין די רוסישע צײַטונגען, וואָס ער האָט ניט געקאָנט לייענען.
פֿון וואַנעט האָט דער הערציקאָוויטש געקענט מאַכן פּרנסה? הערציקאָוויטש איז געקומען גראָד זומער, האָט ער געהאַט געלט אָדער מע האָט אים געליִען געלט, ער זאָל קויפֿן אַ פּאָר פּרימיטיווע מאַשינען, און ער האָט געמאַכט זומער זעלצער־וואַסער און לימאָנאַד. אָבער ווען דער זומער איז אַוועק און קיין באָדגעסט זײַנען נישט געווען, האָט ער מער נישט געהאַט פֿון וואַנען צו לעבן. האָט אים דער טאַטע גענומען ער זאָל זײַן מײַן העברעיִשער לערער, מײַן לערער פֿון תּנ״ך, און בכלל מײַן לערער. פֿון דעם עלטער פֿון 6 ביז דעם עלטער פֿון כּמעט 14, ווען איך בין אַוועקגעפֿאָרן אין ווילנע, צווישן 7 און 8 יאָר, איז הערציקאָוויטש געווען מײַן לערער.
ער האָט געדאַרפֿט לערנען מיט מיר נאָר איין שעה אַ טאָג, אָבער ס׳איז געווען אַ לערנען אָן שום איבעררײַס: פֿרײַטיק האָט מען געלערנט און שבת האָט מען געלערנט (שבת מעג מען דאָך לערנען). זונטיק האָט מען אַוודאי געלערנט, זונטיק איז געווען בײַ אונדז אַן אַרבעטסטאָג. אַלע ימים־טובֿים פֿלעגט מען לערנען. אפֿשר איין מאָל אַ יאָר, ערבֿ־יום־כּיפּור, פֿלעגט ער ניט לערנען. איז אין די דאָזיקע אַלע יאָרן פֿון לערנען 365 אָדער 366 טעג אַ יאָר, האָב איך זייער אַ סך זיך אויסגעלערנט. נישט נאָר דעם תּנ״ך (איך האָב געקענט געוויסע שטעלן פֿון תּנ״ך אויף אויסנווייניק, וואָס איך האָב שפּעטער פֿאַרגעסן; געוויסע זאַכן באָמבלען זיך נאָך אין קאָפּ ביזן הײַנטיקן טאָג). ער האָט מיט מיר אויך געלערנט העברעיִשע גראַמאַטיק, ווײַל דאָס איז געווען דאָס לערנען העברעיִש — מע האָט דאָך קיין מאָל ניט געלערנט רעדן. מען האָט געלערנט פֿון אַזעלכע דיקע כרעסטאָמאַטיעס — דעמאָלט זײַנען שוין געווען גאַנץ גוטע כרעסטאָמאַטיעס, מיט לידער, מיט דערציילונגען פֿון מאָדערנערע אָדער פֿון עלטערע העברעיִשע שרײַבער, מיט ביאַליקס לידער. און געלערנט דעם תּנ״ך.
די ערשטע ביכעלעך, וואָס איך האָב אָנגעהויבן לייענען (איך בין שוין דעמאָלט געווען 6־7 יאָר), פֿלעגט באַזאָרגן הערציקאָוויטש. דער טאַטע פֿלעגט זיי אויסשרײַבן, הערציקאָוויטש פֿלעגט אָנווײַזן וואָס און ווען. מײַן ערשטע ביבליאָטעק, וואָס איך האָב געהאַט מסתּמא צו 7־8 יאָר, איז געווען עטלעכע און 20 דינינקע ביכעלעך אויף העברעיִש, און איך האָב שוין דעמאָלט זיך געמאַכט אַ קאַטאַלאָג. עס זײַנען בײַ מיר ביז איצט געבליבן פֿון יענע פֿאַרגעסענע יאָרן די סאַמע ערשטע ביכעלעך.
עס זײַנען שפּעטער געקומען יאָרן ווען איך האָב שוין אַ סך בעסער און מער געדענקט. דאָס זײַנען געווען די יאָרן וואָס זײַנען פֿאַרבונדן געווען מיט 1905. דאָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט צוויי געשעענישן, מיט אַ געשעעניש אין אונדזער לעבן, פֿון דער משפּחה, און מיט אַ געוואַלדיק געשעעניש בײַ אונדז אין שטעטל.

(המשך אין קומענדיקן נומער)