(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
|
יודל מאַרק |
|
דאָס הויז
אויף וויפֿל איך געדענק, האָב איך שוין געלעבט אין אַ גרויס הויז. אין דעם הויז איז געווען אַ גרויסער זאַל מיט מעבל וואָס מע האָט געבראַכט, דאַכט זיך, אַפֿילו פֿון ווין, אויב איך האָב נישט קיין טעות, אָדער אפֿשר פֿון אַנדערשוווּ פֿון דײַטשלאַנד. אין דעם זאַל איז מען כּמעט קיין מאָל ניט געווען, סײַדן עס זײַנען געווען חשובֿע געסט, אָדער אין די גאָר גרויסע ימים־טובֿים. און ס׳איז געווען אַ געוואַלדיק גרויסער עסצימער מיט אַ גרויסן טיש, און שפּעטער איז געווען, חוץ דעם גרויסן טיש, אַ קלענער טישל פֿאַר די קינדער. און איך געדענק, ווי איך פֿלעג בעטן, אַז איך וויל זיצן בײַ דעם גרויסן טיש וווּ מע זאָגט "ביטע שיין" און "דאַנקע שיין" (גערעדט האָט מען בײַ אונדז דײַטשמעריש אַ ביסל).
נאָך דעם עסצימער איז געווען א צימער פֿאַר דער באָבען. איך האָב שוין דערמאָנט, אַז זינט איך געדענק זיך, בין איך געשלאָפֿן צוזאַמען מיט דער באָבען. דער באָבעס צימער איז ניט געווען גענוג גרויס. [דאָרט זײַנען] געווען אירע ספֿרים: דער גרויסער גראָבער סידור, וואָס האָט געהייסן דער קרבן־מנחה־סידור, וואָס איז געווען געדרוקט אין ווילנע אין דער באַרימטער דרוקערײַ "האַלמנה והאַחים ראָם" — די אַלמנה און די ברידער ראָם. עס זײַנען געווען אירע מוסר־ספֿרים אויף ייִדיש, אַ היפּשע צאָל. עס זײַנען זיכער געווען ביידע טיילן פֿון צאינה־וראינה, פֿון טײַטש־חומש, און נאָך אַזעלכע פֿרומע ספֿרים מיט פֿאַרשיידענע מעשׂיות. עס זײַנען אַפֿילו געווען ספֿרים מיט מעשׂיות וועגן חסידישע רביים, וואָס אין אונדזערע מקומות האָט קיינער פֿון זיי ניט געהאַלטן, און מע פֿלעגט בלויז אַלע מאָל מאַכן חכמות וועגן די נסים פֿון די חסידישע רביים. דאָרטן איז געהאָנגען אויף איין וואַנט אַן אויסגעהאָפֿטענער פֿון וואָל כּותל־מערבֿי, און אונטער דעם כּותל־מערבֿי זײַנען געווען מײַן נאָמען און די נעמען פֿון מײַנע ברידערלעך (ביז אַן ערך אַ יאָר 1907, ווען מיר האָבן עס באַקומען). אויף דער צווייטער וואַנט, קעגן דעם וווּ איך בין געשלאָפֿן, איז געווען אַ גרויס בילד פֿון מײַן עלטער־זיידן, פֿון מײַן באָבעס פֿאָטער. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַזאַ לאַנגן ווײַסן מלבוש, מיט אַ שטעקן אין האַנט, און איבער דעם ווײַסן מלבוש איז געווען אַזאַ מין לאַנגער, שוואַרצער כאַלאַט ביז צו די פֿיס; אַ לאַנגע ווײַסע באָרד, מיט פּאות — ניט אַזעלכע לאַנגע ווי מע זעט איצט, אָבער היפּש לאַנגע פּאות. און יעדעס מאָל ווען איך פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן, איז די ערשטע זאַך וואָס איך האָב געזען געווען דאָס בילד פֿון מײַן עלטער־זיידן. איצטער קען איך טראַכטן, אַז דאָס האָט געהאַט אַ גרויסע ווירקונג אויף מיר, אויף מײַן געמיט, אויף מײַן שטימונג, אויף מײַנע איבערצײַגונגען — אָבער דאָס איז שוין אַ זאַך וואָס מע קען וועגן דעם זיך חקירהן אָדער פֿאַנטאַזירן.
די באָבע — די ערשטע לערערין
די באָבע פֿלעגט זיך אויפֿכאַפּן זייער פֿרי, ספּעציעל אין די זומערדיקע, לאַנגע טעג, ווען די זון גייט פֿרי אויף. און איך פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן, אָדער די באָבע פֿלעגט מיך, אומוויליק צי וויליק, אויפֿוועקן. קיינער איז נאָך נישט געווען אויף. פֿלעגט די באָבע מיר האַלטן אין איין דערציילן מעשׂיות. זי האָט מיר דערציילט מעשׂיות ניט נאָר פֿון די ספֿרים וואָס זי האָט געלערנט, נאָר זי האָט מיר אויך דערציילט מעשׂיות וועגן איר אייגענער קינדהייט: וועגן איר זיידן, בײַ וועלכן זי איז געוואַקסן, און זי האָט מיר דערציילט אויך מעשׂיות וועגן איר מאַמען. ס׳איז געווען זייער מאָדנע, אַז ווען איך בין נאָר געווען אַ ייִנגל פֿון אַ יאָר 7־8, פֿלעגט די באָבע זיך האַלטן אין איין באַקלאָגן אויף דעם מאַן, דעם רבֿ, מיט וועמען זי האָט חתונה געהאַט און געהאַט קינדער אאַז"וו. עפּעס איז זי געווען מיט איר לעבן אומצופֿרידן. (פֿאַרשטייט זיך, דער אויספֿיר איז שוין געקומען שפּעטער.) די באָבע האָט אויף אַזאַן אופֿן געהאַט אויף מיר אַ געוואַלדיקע ווירקונג.
זי איז געווען מײַן סאַמע ערשטע לערערין, און זי האָט מיך אויסגעלערנט דעם אַלף־בית און עבֿרי און דאַוונען. איך קען בשום־אופֿן זיך ניט דערמאָנען, ווי אַלט איך בין דעמאָלט געווען — זינט איך געדענק זי, האָב איך געקענט דאַוונען, לייענען פֿון סידור, אַפֿילו ווען איך האָב נישט געוווּסט, וואָס אייגנטלעך איך טו, וואָס איך דאַוון, וואָס איז דער אינהאַלט פֿון דעם. און פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב געקענט די ערשטע זאַך, די אַלע ברכות וואָס מע מאַכט, נישט נאָר אויף דעם אָדער יענעם עסן, נאָר אַ ברכה אויף אַ דונער און אַ בליץ, ווען עס קומט אַ שטורעם — כּלערליי ברכות.
די באָבע איז געווען אויך די, וואָס, צו דרײַ יאָר אָדער צו פֿיר יאָר, האָט מיך אויסגעלערנט בענטשן. און זי האָט מיך אויסגעלערנט אַ ברכה אויף אַראַמיש, אַזוי צו זאָגן, וואָס באַשטייט אין גאַנצן פֿון זעקס ווערטער: "בריך רחמנא מלכּא דעלמא אלהי פּיתּא" — געבענטשט ביסטו, דערבאַרעמדיקער, דער גאָט פֿון דער וועלט, דער גאָט דער שפּײַזער. איך האָב שפּעטער קיין מאָל ניט געקענט דערגיין, פֿון וואַנען אייגנטלעך, פֿון וועלכן ספֿר, ווי אַזוי זי האָט אַזאַ בענטשן גענומען. ס׳איז כאַראַקטעריסטיש און אינטערעסאַנט, אַז נישט נאָר אין מײַנע קינדער־יאָרן, נאָר אויך יאָרן שפּעטער, אויך יאָרן ווען איך האָב מער ניט געטראַכט אַפֿילו, אַפֿילו יאָרן פֿון מײַן דערוואַקסנקייט, איז די דאָזיקע ברכה [און אַנדערע] פֿאַרשיידענע ברכות אַזוי אַרײַן אין מיר, אַז די הויפּט־ברכה, די ברכה אויף ברויט, פֿלעג איך ניט־טראַכטנדיק, ריין אינסטינקטיוו, זי זאָגן. עס האָט געקענט פּאַסירן אויך אַ סך שפּעטער, ווען זעצן זיך עסן אָן דער דאָזיקער אינסטינקטיווער ברכה, האָט מען נישט געקאָנט.
ווי די מאַמע האָט געשריגן
דאָס וואָס איך געדענק צום סאַמע ערשטן איז געווען עפּעס פֿון דעם יאָר 1902. אין דעם יאָר 1902 בין איך געווען 5 יאָר אַלט. האָב איך געהערט, די מאַמע שרײַט — די מאַמע איז געגאַנגען צו קינד. עס זײַנען שוין געווען נאָך צוויי קליינע ברידערלעך, אָבער איך ווייס ניט וווּ זיי זײַנען געווען — אפֿשר האָבן זיי זיך געשפּילט אין הויף, אפֿשר האָט מען זיי אַוועקגעפֿירט צו שכנים. איך בין געווען און איך בין געוואָרן געוואַלדיק אומרויִק, און מען האָט מיך צו דער מאַמען ניט אַרײַנגעלאָזט אינעם גרויסן שלאָפֿצימער, וווּ טאַטע־מאַמע זײַנען געווען. די מאַמע שרײַט — איך האָב קיין מאָל ניט געהערט די מאַמע שרײַען, און ס׳איז דורך אַ ציטער דורך מיר, אַזאַ מין ציטער וואָס איז געבליבן [פֿאַרן לעבן].
האָט דער פֿאָטער מיך גענומען, אַוועקגעפֿירט צו אַ ייִדן וואָס הייסט הלל גוטעס, וואָס ער האָט געהאַט פֿערד און געפֿירט מענטשן פֿון איין זײַט קיין מעמל און אַ צווייטע זײַט קיין ליבאַווע. און מיר האָבן זיך אַוועקגעזעצט אין אַ בריטשקע — [אַזוי] האָט געהייסן אַזאַ קליינע פֿור אײַנגעשפּאַנט מיט איין פֿערדל — און מע האָט מיך געפֿירט אין נימערזאַנט. נימערזאַנט, דאָס איז געווען גלײַך נאָכן שלאַגבוים, וואָס האָט אָפּגעטיילט רוסלאַנד פֿון פּרײַסן. און דאָרטן פֿלעגט ער געוויינטלעך קריגן פּעקלעך צוגעשיקט פֿון קעניגסבערג. פֿלעגט ער גאַנץ אָפֿט דאַרפֿן פֿאָרן, אָפּנעמען די פּעקלעך, און אַריבערפֿירן די דאָזיקע פּעקלעך, אָדער מיט אָדער אָן צאָל — דאָס איז שוין דעמאָלט געווען אַ הונדערט פּראָצענט לעגאַלע זאַך. געדענק איך ווי דער טאַטע איז געפֿאָרן מיט מיר און ביז ער האָט גענומען די בריטשקע, ביז מע האָט אײַנגעשפּאַנט דאָס פֿערד, ביז מע איז צוגעפֿאָרן אַהין עטלעכע קילאָמעטער — מע איז געקומען צוריק, האָט מען מיר געזאָגט: "מזל־טובֿ דיר! דו האָסט נאָך אַ ברודער". דאָס געדענק [איך]. דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, די ערשטע גרויסע געשעעניש, וואָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון.
לערנען חומש
צו דרײַ יאָר, צי דרײַ אַ האַלב יאָר, האָב איך געלייענט, און געקענט דאַוונען. זייער פֿרי האָט די באָבע אָנגעהויבן מיט מיר צו לערנען חומש — די ערשטע עטלעכע סדרות מיט די מעשׂיות, מיט אָדמען, מיט חוהן, מיט נחן, מיט אַבֿרהם־אָבֿינו. און מסתּמא האָבן אַלע אין שטעטל געוווּסט, אַ ייִנגעלע פֿון אַ יאָר 5 און אפֿשר 6 קען חומש. חומש פֿלעגט מען געוויינטלעך אָנהייבן צו 6 יאָר, און אַנדערע ערשט צו 7, און אַנדערע אפֿשר נאָך עלטער. עס זײַנען געווען ייִדן, וואָס האָבן געהאַט אַ ספּעציעלע הנאָה מיך שטענדיק צו עקזאַמינירן.
צו 6 יאָר, אָדער 7 יאָר, בין איך געווען דער וואָס פֿלעגט גיין צו דער פּאָסט אָפּצונעמען די קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר אונדז. מיר פֿלעגן קריגן אַלע מאָל אַ גרויסע פּאָסט. מיר פֿלעגן שוין קריגן די ייִדישע צײַטונג, וואָס האָט געהייסן "פֿרײַנד", און האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען אין 1903. מיר האָבן געקראָגן דעם "בערלינער טאַגעבלאַט", אַ דײַטשע צײַטונג וואָס איז געקומען פֿון בערלין. און עס פֿלעגן אָנקומען ווייניקסטנס צוויי רוסישע צײַטונגען, וואָס פֿלעגן געשיקט ווערן, פֿריִער פֿון מאָסקווע, נאָך דעם פֿון פּעטערבורג. און חוץ דעם פֿלעגן זײַן בריוו, באַשטעלונגען און פֿאַרשיידענע אַנדערע זאַכן. און אַזוי אַ מאָל גייענדיק אין גאַס, פֿלעגט מען מיך טייל מאָל אָפּשטעלן. און עס איז געווען איינער אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן יהודה באָבע; באָבע איז געווען זײַן פֿאַמיליע־נאָמען. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר אַלע, די קינדער, האָבן אים גערופֿן "יהודה די באָבע". ער איז געווען אַ בעקער, פֿלעגט ער אויפֿשטיין גאָר, גאָר פֿרי, באַקן, אַרבעטן. בײַ טאָג, אין מיטן טאָג — מע פֿלעגט גיין אומגעפֿער אַ זייגער איינס, צווישן איינס און צוויי, אָפּנעמען די פּאָסט — איז ער געזעסן אַלע מאָל אויף אַ שטול לעבן זײַן בעקערײַ. פֿלעג איך פֿאַרבײַגיין, פֿלעגט ער מיך אַלע מאָל אָפּשטעלן און אַלע מאָל נעמען פֿרעגן. און נישט נאָר ער, ס׳איז געווען נאָך אַזעלכע ייִדן, ליידיקגייער, עלטערע מענטשן: "קום נאָר אַהער יודעלע" — וואָס איז? — "מיר דאַרפֿן דיך עפּעס פֿרעגן".
(המשך אין קומענדיקן נומער)