וויכטיקע אונטערנעמונגען
איינע פֿון די קאָנקורס־לאַורעאַטן אויף זלאַטע טקאַטשס נאַמען |
און צום סוף עטלעכע ווערטער וועגן דעם יום־טובֿ חנוכּה. אין די טעג האָבן פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורכגעפֿירט זייערע אייגענע אונטערנעמונגען: דער ישׂראל־צענטער, די סוכנותּ, דער יוגנט־קלוב "חבֿרים" בײַם קהילה־צענטער. צו דער אַלגעמיינער פֿרייד פֿון ליכט און האָפֿענונג האָט זיך אויך אַרײַנגעמישט אַ פֿינצטערער פֿלעק: די שטאָטישע מאַכט האָט פֿאַרווערט אויפֿצושטעלן אַ חנוכּה־לאָמפּ אינעם הויף פֿון דער געוועזענער כאָר־שיל; איצט איז דאָרט דער רוסישער דראַמאַטישער טעאַטער. ס׳איז נאָך פֿריש אין זכּרון די אַנטיסעמיטישע אַקציע, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי יאָר צוריק, ווען אַ גרופּע גלויביקע קריסטן, אין שפּיץ מיט גלח טשיבריק, האָבן צעשטערט דעם חנוכּה־לאָמפּ אין צענטער פֿון שטאָט. וואָס איז די סיבה פֿונעם הײַיאָריקן פֿאַרווער? דער בנין פֿונעם רוסישן טעאַטער געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿונעם קאַטעדראַל־קלויסטער.
אינעם בעלצער חסד "יעקבֿ"
אין דעצעמבער איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן פֿון קעשענעוו קיין בעלץ, צוזאַמען מיט מײַן קאָנצערט־גרופּע, געשאַפֿן נאָך אין סעפּטעמבער — זינגער, רעציטאַטאָרס און מוזיקער. מיר האָבן צוגעגרייט אַ ספּעציעלע קאָמפּאָזיציע פֿון מוזיק און ליטעראַטור, געווידמעט דעם 70סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעבראַכטע ייִדן אין דובאָסאַר, באַקאַנט ווי "דובאָסאַרער באַבי יאַר". חוץ דעם קאָנצערט, האָב איך געהאַט נאָך איין אויפֿגאַבע, שוין ווי אַ זשורנאַליסט פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם, "ייִדיש־לעבן", צו דערציילן וועגן דער טעטיקייט פֿון דער "יעקבֿ" חסד־אָרגאַניזאַציע אין בעלץ, די צווייטע (נאָך קעשענעוו) לויטן פֿאַרנעם אין מאָלדאָווע.
גענוי צו שרײַבן וועגן דעם קאָנצערט פּאַסט מיר נישט; איך לאָז עס פֿאַר די וואָס האָבן אונדזער פּראָגראַם געהערט; כ׳וועל נאָר זאָגן, אַז דורכגעפֿירט איז ער געוואָרן אין דער אָרטיקער מוזיק־שול בײַ אַ פֿול־געפּאַקטן זאָל, און דער עולם האָט זיך מיט אויפֿמערק אײַנגעהערט אין די פּאָעטישע און מוזיקאַלישע לידער, אַזעלכע ווי "באַבי יאַר" פֿון ריוואַ באָיאַרסקי אויף די ווערטער פֿון שיקע דריז; "לאָמיר רעדן פֿון די קדושים", געשאַפֿן פֿון וולאַדימיר טערלעצקי און אַהרן ווערגעליס; געזאַנגען פֿון זשאַרקאָווסקי, קאָמפּאַנייעץ... די און אַנדערע לידער, אויסגעפֿירט פֿון די יונגע טאַלאַנטירטע אָפּערע־זינגער מאַריאַנאַ בוליקאַנו און אַלעקסיי דיגאָרע, ווי אויך די פֿידל־ווערק פֿון יוסף אַחרון און ערנסט בלאָך, געשפּילט פֿון נחום כאָש, האָבן געשאַפֿן אַ באַזונדערע טרויער־אַטמאָספֿער.
מיקי קאַציף פֿאָרשטייער פֿון "דזשאָינט" אין מאָלדאָווע צינדט אַן דאָס ערשטע ליכטל |
דאָס ייִדישע פּאָעטישע וואָרט האָט פֿאָרגעשטעלט די לערערין פֿונעם רמב״ם־ליציי, חנה גלוטניק. זי האָט געלייענט די חורבן־לידער פֿון יוסף פּאַפּערניקאָוו, פּרץ מאַרקיש און מרדכי געבירטיג. באַזונדערס טראַגיש האָט געקלונגען די פּאָעמע פֿון יעווטושענקאָ "באַבי יאַר" אין דער גלענצנדיקער איבערזעצונג פֿון זיאַמע טעלעסין.
נאָכן קאָנצערט האָב איך זיך געטראָפֿן אינעם ביוראָ פֿון חסד "יעקבֿ" מיט דער דירעקטאָרין פּאָלינע ראַספּיטין. זי האָט דערציילט, אַז דער בעלצער חסד באַדינט נישט נאָר די שטאָטישע מענטשן, וואָס נייטיקן זיך אין הילף, נאָר אויך יענע ייִדן, וועלכע וווינען אין די אַרומיקע שטעטלעך אין צפֿון מאָלדאָווע. אַוודאי, וואָלט אָן די פֿרײַוויליקע מיטהעלפֿער אַזאַ ריזיקע אַרבעט נישט דערמעגלעכט געוואָרן. חסד העלפֿט זיי אַרויס מיט פּראָדוקטן, מעדיצין, מיט קליידער און שיך, וועלכע קומען אָן פֿון אויסלאַנד. אַ גרויסע שטיצע פֿאַר עלטערע און קראַנקע ווערט אויסגעפֿירט דורך דער פּראָגראַם "הילף אין דער היים". באַזונדערס דאַרף מען אויסטיילן די פּראָגראַם פֿונעם "טאָג־צענטער" פֿאַר איינזאַמע מענטשן, וואָס דאָס איינציקע אָרט צו פֿאַרברענגען די צײַט בלײַבט פֿאַר זיי דער חסד־צענטער. דאָרט נעמען זיי זיך צונויף פֿינף מאָל אין דער וואָך, שמועסן, קאָנסולטירן זיך מיט דאָקטוירים, עסן מיטיק צוזאַמען, קניפּן אָן אַ באַקאַנטשאַפֿט.
דער חסד איז געוואָרן הײַנט נישט בלויז אַ צענטער פֿון סאָציאַלע פּראָגראַמען, נאָר אַ מין קלוב, וווּ עס קומען זיך צונויף ייִדן און נישט ייִדן אויסצוהערן אַן אינטערעסאַנטע לעקציע, אַ קאָנצערט, פּראַווען אין איינעם אַ ייִדישע שׂימחה וכּדומה.
נאָך מײַן שמועס מיט פּאָלינע ראַספּיטין האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דער אָנפֿירערין פֿונעם קלוב פֿון ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס עקזיסטירט אויך בײַם חסד "יעקבֿ", טאַטיאַנאַ פּלאַקסינאַ. זי האָט מיר דערציילט, אַז דער דאָזיקער קלוב אַרבעט בלויז איין יאָר, אָבער האָט שוין באַוויזן דורכצופֿירן גענוג אונטערנעמונגען. עס זײַנען געווען לעקציעס פֿון ייִדישער געשיכטע, געלייענט פֿון ד״ר בריק; אַן אָוונט, געווידמעט דעם אָרטיקן קאָמפּאָזיטאָר מיכאל בלאַנק. עס איז פֿאַראַן אַ פּראָיעקט צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן די באַקאַנטע ייִדישע טוערס, אָפּשטאַמיקע פֿון בעלץ — שרײַבער, קינסטלער, מוזיקער און געלערנטע...