ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאַיִל זאַמעטקין, 1890
מיכאַיִל זאַמעטקין, 1890
Forward Association

אין אַפּריל 1897 איז געשאַפֿן געוואָרן דער "פֿאָרווערטס", אָבער אין אויגוסט פֿון יענעם יאָר איז אַב. קאַהאַן אַוועק פֿון דער צײַטונג. אין זײַנע זכרונות — "בלעטער פֿון מײַן לעבן" — האָט ער וועגן דעם אָנגעשריבן: "אין פֿאַרלויף פֿון פֿיר יאָר און זיבן מאָנאַטן בין איך געשטאַנען פֿון ווײַטן". דאָס "שטייען פֿון ווײַטן" האָט פּראָוואָצירט אַ סיכסוך אַרום אַן אַרטיקל פֿון מיכאַיִל זאַמעטקין (1859—1935). זאַמעטקין האָט עס פֿאַרטראַכט ווי אַן עדיטאָריאַל, אָבער קאַהאַן האָט געוואָלט דרוקן דעם אַרטיקל דווקא אונטער דער רובריק "פֿאָלקס-טריבונע". קאַהאַן האָט געשריבן:

עס איז פֿאָרגעקומען אַ היציקע דעבאַטע. איך האָב ניט נאָכגעגעבן, און אונטער אַנדערע באַמערקונגען האָב איך געזאָגט: איך גיי סײַ-ווי-סײַ אַוועק פֿון "פֿאָרווערטס". דער אַרטיקל וועט ניט חמצדיק ווערן. וואַרט עטלעכע טעג, ווען איך וועל שוין ניט זײַן אין דער רעדאַקציע, וועט איר אים דרוקן ווי איר וועט וועלן.

אויף דעם נעקסטן מיטינג (אין אַ נאָכמיטאָג איז דאָס געווען) האָב איך אָנגעגעבן מײַן רעזיגניישן. אום ניט צו געבן קיין געלעגנהייט פֿאַר דעבאַטן און אום צו מאַכן גלײַך אַ סוף, האָב איך דערקלערט, אַז איך בין קראַנק אויף די אויגן און אַז דאָס צווינגט מיך צו פֿאַרלאָזן מײַן אַמט.

אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ תּירוץ (אַ געוויסע צײַט האָב איך ווירקלעך געהאַט טראָבל מיט די אויגן, אָבער דאָס איז שוין געווען לאַנג פֿאַריבער).

מיכאַיִל זאַמעטקין, איינער פֿון די גרינדער פֿון דער צײַטונג (אין 1900 און 1901 איז ער געווען איר מיטרעדאַקטאָר), האָט געהערט צו די סאָציאַליסטישע בעלי-חלומות פֿון דער זעלבער גרופּע פּאָליטיזירטע רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן, פֿון וועלכער ס׳איז אַרויס אויך אַב. קאַהאַן. צו דער צײַט, ווען זאַמעטקין איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, אין 1882, האָט ער שוין געהאַט אַ דערפֿאַרונג פֿון סאָציאַליסטישער טעטיקייט אין זײַן היימשטאָט אָדעס, וווּ ער האָט באַוויזן צו לערנען זיך אין אוניווערסיטעט און אָפּזיצן אַ צײַט אין תּפֿיסה. אין אַמעריקע איז זאַמעטקין געוואָרן אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. ער האָט ניט פֿאַרלאָזט דעם "פֿאָרווערטס" ווען קאַהאַן האָט זיך אומגעקערט אין דער רעדאַקציע, אָבער קיין גרויסע פֿרײַנד זײַנען זיי שוין מער ניט געווען.

מענטשן פֿון "טשערנישעווסקיס חדר" — אַזוי האָט סטיווען קעסעדי, דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער, אָנגערופֿן די רוסיש-ייִדישע פּיאָנערן פֿון סאָציאַליזם אין אַמעריקע. אָט די דעפֿיניציע איז באַזונדערס פּאַסיק פֿאַר זאַמעטקינען, ווײַל ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש ניקאָלײַ טשערנישעווסקיס באַרימטן ראָמאַן "וואָס טוט מען?" (די איבערזעצונג איז אַרויס אין ניו-יאָרק, אין 1917). אמת, צו שיינער ליטעראַטור האָט דער ראָמאַן אַ קנאַפּן שײַכות, און איך — ווי מיליאָנען אַנדערע סאָוועטישע תּלמידים וואָס האָבן, נעבעך, געמוזט עס לייענען אין דער שול — געדענק די קלאַסן וועגן טשערנישעווסקיס ווערק ווי אַ שווערע אָפּקומעניש.

פֿאַר אַזעלכע מענטשן ווי זאַמעטקין איז עס, אַוודאי, געווען אַנדערש. זיי האָט טשערנישעווסקי געגעבן אַ מאָדעל צו פֿאָלגן. אויסגעשפּראָכענער אינטערנאַציאָנאַליזם איז געווען אַ טייל פֿון אַזאַ מאָדעל. ייִדיש איז פֿאַר זאַמעטקינען געווען וויכטיק אויף וויפֿל די שפּראַך איז געווען ניצלעך אין דער אַלגעמיינער סאָציאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע. כאַראַקטעריסטיש, אַז ער איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָבן גערעדט מיט קאַהאַנען רוסיש, ניט ייִדיש. ווי עס דערמאָנט זיך זאַמעטקינס טאָכטער, לאָראַ האָבסאָן (Laura Z. Hobson), אַ באַקאַנטע אַמעריקאַנער שרײַבערין, האָט זי ייִדיש בײַ זיך אין דער היים כּמעט ניט געהערט.

אין איר בוך זכרונות, "אַ לעבן", האָט לאָראַ זאַמעטקין געשריבן, אַז איר פֿאָטער איז תּמיד געווען אין אַן אָפּאָזיציע צו קאַהאַנס אופֿן פֿון אָנפֿירן מיט דער צײַטונג. מיכאַיִל זאַמעטקין האָט געהאַלטן, אַז קאַהאַן פֿלעגט אָפּטרעטן פֿון סאָציאַליסטישע פּרינציפּן, ווײַל פֿאַר אים איז וויכטיקער געווען דער טיראַזש און, בכלל, די מערכה פֿון דער צײַטונג. זאַמעטקינען איז שווער געווען צו פֿאַרטראָגן קאַהאַנס גרייטקייט נאָכצוגעבן דעם געשמאַק פֿון די לייענער, אַרײַנגערעכנט די נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען פֿון דעם ייִדישן המון.

אָבער אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען אַ גרופּע רעדאַקציע-מיטגלידער האָט באַשלאָסן אַרויסצושטופּן קאַהאַנען פֿון דער רעדאַקציע און שטעלן אויף זײַן אָרט זאַמעטקינען, האָט זאַמעטקין זיך אָפּגעזאָגט. לאָראַ האָבסאָן האָט געשריבן:

מײַן פֿאָטער האָט אַ פּנים פֿאַרשטאַנען, אַז קאַהאַנען האָט מען ניט געקענט באַזײַטיקן, בפֿרט ווען דער טיראַזש האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן. ער און אַנדערע אָפּאָנענטן זײַנען פֿאַרבליבן אין דער רעדאַקציע, האָבן ניט אויפֿגעהערט צו האָבן השפּעה, בלײַבנדיק אין אָפּאָזיציע.

איך קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז טאָמער מײַן פֿאָטער וואָלט פֿאַרנומען די שטעלע פֿון רעדאַקטאָר, וואָלט די צײַטונג בשום-אופֿן ניט געהאַט אַזאַ לאַנגדויערנדיקן דערפֿאָלג. ער וואָלט געטראַכט וועגן פּרינציפּן, ניט וועגן דעם ווי אַזוי די צײַטונג האָט זיך פֿאַרקויפֿט. אָבער, ווי עס מאַכט זייער אָפֿט, זײַנען פּרינציפּן ניט קיין רווחדיקע סחורה.

מיט זאַמעטקינס וויזיע פֿון דעם ציל, צו וועלכן עס האָט געדאַרפֿט שטרעבן אַ סאָציאַליסט, קען מען זיך באַקענען, למשל, אין זײַן אַרטיקל "אין דער צוקונפֿטיקער געזעלשאַפֿט", וואָס איז אַרויס אין נומ׳ 50 (דעם 10טן אויגוסט 1906) פֿונעם זשורנאַל "דער צײַט-גײַסט" — אַ שוועסטער-אויסגאַבע פֿונעם "פֿאָרווערטס". דער אַרטיקל פֿאַרגלײַכט, דווקא מיט אַ שמייכל, אַנאַרכיסטישע און סאָציאַליסטישע אידעען:

בײַ זיי, די אַנאַרכיסטן, וועט זיך אין דער צוקונפֿט יעדער זײַן משוגע אויף זײַן אייגענעם סטיל, און בײַ אונדז, די סאָציאַל-דעמאָקראַטן, וועט מען מוזן שיקן אַ דעפּעשע אין דער צענטראַל-רעגירונג, אַז זי זאָל אונדז ענטפֿערן צי מע זאָל קאָכן לאָקשן אָדער פֿאַרפֿל. בײַ די אַנאַרכיסטן וועט זײַן אַזוי: אויב אַ הונדערט מענטשן וועלן וועלן שלאָפֿן און איינער וועט וועלן טאַנצן, וועלן די הונדערט זײַן געצוווּנגען אים ניט צו שטערן זײַן פּערזענלעכע פֿרײַהייט. בײַ אונדז [איז] אַזוי: אַז הונדערט וועלן וועלן עסן און איינער וועט וועלן פֿאַסטן, וועט מען אים דאָס עסן מיט געוואַלט אַרײַנשלינגען אין גאָרגל.

לויט זאַמעטקינען, איז זײַן דור געווען נאָך ניט גרייט צו לעבן אין אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאַלער געזעלשאַפֿט. ער האָט ניט געגעבן קיין פּראָגנאָזן, וויפֿל צײַט ס׳וועט דויערן דער פּראָצעס פֿון אויסבעסערן די מענטשלעכע ראַסע. די איינציקע זאַך, וועלכע ער איז געווען גרייט צו זאָגן אין דעם שײַכות, האָט געהאַט צו טאָן מיטן געדאַנק, אַז דער וועג צום ליכטיקן עתיד וועט דורכגעלייגט ווערן דורך "אַזאַ געזעלשאַפֿטלעכער אָרדענונג, אין וועלכער מיר, אונדזערע מענטשן, אַזוינע צוויי-פֿיסיקע חיות פֿון אונדזער טיפּ, וועלן זײַן די הויפּט-טוער. אַלץ וואָס מיר וועלן קענען טאָן, וועט זײַן צו פֿאַרניכטן דעם הויפּט-שׂונא פֿון מענטשלעכן גליק און פֿון מענטשלעכער פֿרײַהייט — און דאָס איז די אָרעמקייט און, מיט איר, דאָס אומוויסן."

אַ סבֿרא, אַז אַזאַ "אָרדענונג" איז נאָך אַלץ ניט געשאַפֿן געוואָרן.