ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש.
נישט בלויז קענען זיי ייִדיש, נאָר זיי האָבן אַ באַציִונג צו דער שפּראַך און שטרעבן צו פֿאַרשטאַרקן איר מצבֿ סײַ אין אַמעריקע, סײַ בײַ זיך אין דער היים — אין בערלין.
איינער פֿון די הויפּט־פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדישער מוזיק אין בערלין איז אָבער דווקא יאָ אַ ייִד — דער זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1946 אין פּאָלטאַווע, אוקראַיִנע, און האָט שטודירט אין דער כאַרקאָווער קאָנסערוואַטאָריע פֿון 1964 ביז 1970. דרײַ יאָר האָט ער געאַרבעט אין טעאַטער אין דניעפּראָפּעטראָווסק, און זינט דעמאָלט געשפּילט טעאַטער־ און פֿילם־ראָלעס אין פֿאַרשיידענע לענדער. ער האָט אויך געזונגען אין אַ ראָק־און־ראָל גרופּע אין גרעסערע זאַלן.
אין 1990 האָט ער זיך באַזעצט אין בערלין, וווּ ער וווינט עד־היום, און זינגט ייִדישע, דײַטשע און רוסישע לידער. בלי־ספֿק, האָט אײַזיקאָוויטש געהאָלפֿן אויפֿבויען די ייִדישע קולטור אין דער שטאָט. אַ געבוירענער ייִדיש־רעדער פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה, האָט ער נישט געדאַרפֿט זיך לערנען ווי צו זינגען אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן. אין דער אייראָפּעיִשער קלעזמער־וועלט פֿון די אָנהייב 1990ער יאָרן איז ער געווען אַן אויסנאַם אין דעם פּרט. אויף עטלעכע טורנעען איז ער געפֿאָרן מיט זײַן געזאַנג און האָט אַרויסגעלאָזט פֿיר פּלאַטעס פֿון ייִדישע לידער; דאָס לעצטע "אַ שפּיל אויף ייִדיש" איז אַרויס אין 2008 פֿון דער פֿירמע "ראַומער"־רעקאָרדס.
אין זײַנע רעקאָרדירונגען האָט אײַזיקאָוויטש פֿאַרשריבן פֿאַרשיידענע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר. אינעם קאָמפּאַקטל "אין ייִדישן וואָרט", אויך אַרויסגעלאָזט פֿון "ראַומער־רעקאָרדס", האָט ער רעקאָרדירט לידער פֿון רוסיש־ייִדישע פּאָעטן און מע קען דאָרטן הערן דוד האָפֿשטיינס "אין רוסישע פֿעלדער" (מוזיק פֿון עמיל גאָראָוויץ), משה קולבאַקס "יאַנעקס חתונה", און שמואל האַלקינס "טיפֿע גריבער". די מעלאָדיעס צו באָריס סאַנדלערס קינדערלידער אינעם קאָמפּאַקטל "נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן" האָט אײַזיקאָוויטש געשאַפֿן און אויסגעזונגען מיט אַלע טעמען.
אין זײַן קאָמפּאַקטל "אַ שפּיל אויף ייִדיש" הערט מען, אַז אײַזיקאָוויטש האָט ליב זיך אַרומצושפּילן מיט ריטמען און שאַפֿן אָריגינעלע אַראַנזשירונגען פֿון באַקאַנטע לידער. דאָס ליד "קום אַהער דו פֿילאָסאָף" שפּילט מען מיט אַ טשאַ־טשאַ־ריטעם, מיט אַן אָפּלאַכערישן טאָן, וואָס איז בפֿירוש אַנדערש ווי אַנדערע טײַטשן אויס דאָס ליד הײַנט, אָבער נאָענטער צום טײַטש וואָס דער מחבר וועלוול זבאַרזשער האָט אין זינען געהאַט.
דער זינגער האָט ליב אויפֿצומונטערן דעם צוהערער, אַרײַנצוברענגען אַ ביסל פֿרייד אין דער וועלט, און דאָס פֿאַרגעניגן וואָס מע הערט אין זײַן קול, און בײַ די מוזיקער, שטעקט אָן דעם צוהערער. איציק מאַנגערס ציגײַנעריש ליד "ווײַלו" זינגט ער מיט אַ רומענישן האָראַ־ריטעם און זײַן טעאַטראַלישער צוגאַנג פּאַסט גוט פֿאַר אַזאַ ליד, וואָס אַן אַנדער זינגער וואָלט געקענט קאַליע מאַכן מיט אַ צו פּשוטן אויסטײַטש. אין אײַזיקאָוויטשס נוסח קלינגט דאָס ליד ווי אַ שׂימחה אַרום אַ פֿײַער צווישן ציגײַנערישע בוידן.
אַפֿילו צום ליד "לאָמיר זיך איבערבעטן" בײַט ער דעם ריטעם מער ווי איין מאָל צו פֿאַרזיכערן, אַז מע פֿאַרלירט נישט קיין חשק צו הערן דאָס כּמעט "אויסגעשפּילטע" ליד. די אַנדערע מוזיקער אויף דער פּיאַנע און מאַנדאָלין שפּילן מיט אימפּעט און ענערגיע, און זינגען אַפֿילו מיט מיט אים צום סוף.
דאָס פּאָפּולערע ליד "די סאַפּאָזשקעלעך", וואָס די אוקראַיִנישע זינגערין בראָניע סאַקינאַ האָט פֿאַרשפּרייט קודם אין אַמעריקע און דורך אירע חסידים איבער דער וועלט, האָט ער געלאָזט מיטן געוויינטלעכן ריטעם און אויסטײַטש, אָבער דער פּיאַניסט (עס שטייט נישט ווער פֿון די מוזיקער דאָס איז) געפֿינט אַ וועג אין דער באַגלייטונג אַרײַנצושיטן אַ ביסל פֿעפֿער. בלויז אין דעם ליד וואָלט איך געעצהט, אַז מער פּשטות וואָלט נישט געשאַדט...
שעפּנדיק פֿון זײַן רוסיש־ייִדישער טראַדיציע, זינגט אײַזיקאָוויטש ל. קוויטקאָס ליד "אַ חתן אָן אַ כּלה" צו עמיל גאָראָוויצעס געלונגענער מעלאָדיע. עס איז שווער צו הערן דאָס ליד מע זאָל נישט הערן דעם קאָמפּאָזיטאָרס אינטאָנאַציע. אײַזיקאָוויטש פֿאַרמאָגט נישט די שטאַרקייט פֿון גאָראָוויצעס קול, אָבער די פֿרייד פֿון זינגען די לידער, גיט ער איבער דעם צוהערער פּונקט ווי עמיל גאָראָוויץ.
פּאַמעלעכע, טרויעריקע לידער האָבן זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין דעם אויסקלײַב פֿונעם קאָמפּאַקטל. "נחומקע מײַן זון" וואָלט מען געקענט זינגען פּאַמעלעך און חזניש, אָבער אײַזיקאָוויטש שטעלט עס פֿאָר ווי אין טעאַטער; ווי אַ סצענע צווישן טאַטע און זון (דער אַנדערער זינגער? נישט אָנגעגעבן). אַזאַ טעאַטראַלישקייט איז נאַטירלעך אין געוויסע לידער און נישט אין אַנדערע. עס איז שווער צו חנדלען מיט "שנירעלע פּערעלע", אַ גײַסטיק, רעליגיעז ליד, און דער זינגער טײַטשט עס טאַקע אויס מיט ווייניקער דראַמע ווי בײַ די אַנדערע.
"אַ שפּיל אויף ייִדיש" איז אַ רעקאָרדירונג פֿול מיט האַרץ און נשמה און מיר וואַרטן אויף נאָך אַ קאָמפּאַקטל פֿונעם זעלטענעם זינגער מאַרק אײַזיקאָוויטש. צו באַשטעלן זײַנע קאָמפּאַקטלעך, גיט אַ קוועטש אויף:
www.yiddish.forward.com/store