פּובליציסטיק

אויב איר ווילט אַ ביסל קומען צו זיך פֿון טאָג־טעגלעכע אָנשיקענישן, עגמת־נפֿש און זלידנע פֿליגן, מאַכט זיך באַקוועם אין אַ פּליושענעם פֿאָטעל, שטעלט אָן די טעלעוויזיע און הערט זיך צו צו די לעצטע נײַעס. נישטאָ קיין בעסער מיטל ווי פּטור צו ווערן פֿון דער ווירקלעכקייט, אַ חוץ אַ גוטער דזשינדזשיק.

די הײַנטיקע טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס עפֿענען אויף פֿאַר אײַך גאָר אַ נײַע דעפֿיניציע פֿונעם וואָרט "נײַעס". יאָרן־לאַנג האָט מען געהאַלטן, אַז נײַעס באַשטייט פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן פּאַסירונגען און געשעענישן וואָס האָבן צו טאָן מיטן לאַנד און וועלט; און אויך אַ קלוג וואָרט און אַן אָפּשאַצונג פֿון אַן עד מאָראָו און אַ וואָלטער קראַנקהײַט. הײַנט האָט אַ שטיקל נײַעס גאָר אַן אַנדער פּנים. ערשטנס, דאַרף מען הערן די נײַעס, וואָס ווערט געלייענט פֿון אַן עקראַן. און כאָטש איר זײַט אונטערן אײַנדרוק, אַז מ׳רעדט צו אײַך גופֿא, הייבט זיך עס נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס. ווײַל אויב דער לייענער, צי די לייענערקע, פֿון די נײַעס איז שוואַך אויף דער עבֿרי, און זאַיִקעט זיך ווען ס׳קומט צו אַ שווער שטיקל גמרא, קוקט זי, אָדער ער, אַרײַן אין דער קאַמערע ווי אַ האָן אין בני־אָדם און הייבט נישט אָן צו וויסן וואָס זי האָט געלייענט. פֿאַרענדיקט זי די שווערע סוגיא מיט אַ נאַריש געלעכטערל.

עס קען צו מאָל זײַן אַ שׂרפֿה, אַן ערד־ציטערניש, אַן אויפֿרײַס ערגעץ אין מיטעלן מיזרח, אַרט עס די צוויי קוני־לעמלס ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. אָט האָט איר אַ קינד, וואָס דאַרף דורכמאַכן אַ שווערע אָפּעראַציע. די עלטערן עלטערן זיך מיט יעדער רגע. אָבער די צוויי כעלעמער חכמים פֿאַרענדיקן די נײַעס מיט: "איך האָב נעכטן פֿאַרזוכט אַ טײַער מאכל; דער טעם ליגט מיר נאָך אין מויל".

דער בחור ווידער, אַ חכם פֿון דער מה־נשתּנה, כאַפּט איבער די נײַעס מיט אַ פֿאַרגענעצט קול און וויל דווקא וויסן וווּ די מויד האָט געגעסן דאָס נײַע מאַכל. אײַ, דאָס וואָס ס׳האָט נישט קיין שײַכות צום קינד וואָס לײַדט שרעקלעכע יסורים, אָדער צו דער קאַטאַסטראָפֿע אין האַיִטי, וווּ מ׳ציילט נאָך אַלץ די מתים אין די טויזנטער; דער עיקר, זי דאַרף אים גלײַך אויפֿן אָרט צו וויסן טאָן אין וועלכן רעסטאָראַן זי האָט פֿאַרזוכט דאָס טײַערע מאַכל. איז צווישן דער ערד־ציטערניש און דעם אויפֿרײַס אין קאַבול, לאָזט זי אונדז אַלע וויסן אַז זי האָט געגעסן אין "עריִאָס רעסטאָראַן", אין איסט האַרלעם, און אַלע זיצפּלעצער זײַנען רעזערווירט אויפֿן גאַנצן יאָר 2010, און אַז מ׳נעמט נישט אָן קיין נײַע רעזערוואַציעס.

דער חכם בלילה ווערט ממש נתפּעל. ער וויל וויסן ווי זי האָט זיך דאָביוועט צו אַזאַ טײַער מאַכל. זאָגט זי אים, אַז דאָרטן עסן בלויז די סמעטענע; ס׳הייסט, די "פּאָליטישנס", אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס ווילן דווקא מען זאָל זיי רופֿן אַקטיאָרן. זי לאָזט אונדז וויסן, אַז די גאַנצע "הוי־פּאַלוי", ס׳הייסט — די הויכע פֿענצטער פֿון דער געהויבענער געזעלשאַפֿט — זײַנען אָנגעלייגטע געסט און דאַרפֿן נישט קיין רעזערוואַציעס. בײַם בחור איז אַזש די סלינע גערונען פֿון מויל. דערווײַל, ווײַזט מען ווי באָמבעס רײַסן אויף, ווי מ׳שלעפּט פֿאַרוווּנדעטע. די מויד פּראַוועט נאָך אַלץ שלש־סעודות. מיר דערוויסן זיך אויך, אַז עס האָט זי באַגלייט אַהין אַל שאַרפּטאָן און אונדזער גובערנאַטאָר, דייוויד פּאַטערסאָן.

אויפֿן לײַוונט שטויסן זיך צוזאַמען צוויי לאָקאָמאָטיוון און אָט ווײַזט מען אונדז אַ באַן־קאַטאַסטראָפֿע; און באַלד, אַ שׂרפֿה ערגעץ אין דער בראָנקס; אַ גוואַלדטאַט איבער אַ יונגער פֿרוי אין ברוקלין; שמוגלערײַ מיט קינדער, האַנדל מיט יונגע פֿרויען; אַ מאָרד אין סטעטן־אײַלענד... וואָסזשע מיינט איר? דאָס שטיקעלע נײַעס האָט זיך געענדיקט מיט דער אַקטריסע סאַנדראַ בולאַק, וואָס האָט באַקומען די טעג אַן אָסקאַר פֿאַר איר שפּילן אין אַ פֿילם.

צום ערגסטן איז סוף־וואָך אויף "סי־ען־ען". דאָרט איז פֿאַראַן אַ פּאָרל "אַנקאָרס", וואָס איינער פֿון זיי דזשאַמדזשעט די ווערטער און די צווייטע דערמאָנט פֿון אַ פֿויגל וואָס פּיקעט קערנער אויפֿן דאַך. זיי רעדן, זיי לאַכן, זיי וויצלען זיך, אַז עס נעמט אָן אַ דראָזש אין אַלע גלידער. מען רופֿט דאָס פּאָרל אין דער טעלעוויזיע־פּראָפֿעסיע "פּערסאָנאַליטיס". זיי זײַנען אַזעלכע "פּערסאָנאַליטיס" ווי, למשל, ס׳איז אַמאָל געווען דעם כעלעמער חזנס אינדיק מיט דער אינדיטשקע בעת מען האָט זיי געוואָלט כאַפּן פֿאַר אַ פּורימדיקער סעודה.

"פֿאַקס־ניוס" האָט אַ פֿאָרטל; זיי זוכן אויס פֿון אונטער דר׳ערד עפּעס וואָס קען קאַסטרירן אונדזער פּרעזידענט צוזאַמען מיט זײַן וויצע־פּרעזידענט; און יעדן טראָט וואָס די דעמאָקראַטן מאַכן, זײַנען זיי גרייט זיי צו מאַכן מיט אַ קאָפּ נידעריקער. זייערע נײַעסן באַשטייען פֿון איזדיעקעווען זיך איבער יעדן איינעם וואָס שטימט נישט אײַן מיט זיי; שקר איז בײַ זיי אמת און די נײַעס איז בײַ זיי אויסגעזויגן פֿון פֿינגער.

"בי־בי־סי" האָט אַ באַליבטע טעמע — "ישׂראל!", און ווי אַזוי די ייִדעלעך איזדיעקעווען זיך נעבעך איבער די אָרעמע פּאַלעסטינער. אײַ ס׳ברענט אין סרי־לאַנקאַ, אין סודאַן, אין זימבאַוויע, אין רוואַנדאַ און אין אוגאַנדאַ... זייער באַליבטע טעמע איז "ישׂראל". דאָס וואָס די כאַמאַס מיט די "פֿאַטאַכ״ניקעס דזשאָבען זיך און האַקן זיך איבערן טראָן גייט זיי נישט אָן. זיי דערמאָנען מיך אין דער וואַרשעווער בלאַטער חבֿרה. די סיבה וואָס מ׳קומט נישט אויס צווישן זיך — אין דעם איז שולדיק "ישׂראל!" נישט געקוקט אויף דעם, וואָס כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער אינפֿראַסטרוקטור אין זייערע שטעט און שטעטלעך האָט זייער פֿירערשאַפֿט נאָך ביז איצט נישט אַרײַנגעטאָן אַ האַנט אין קאַלטן וואַסער. נישט געקוקט אויף די צענדליקער מיליאָנען וואָס מען באַקומט פֿון אַמעריקע און דער "אייראָפּעיִשער יוניאָן" האָט מען נאָך קיין איין שאָסיי, קיין איין בריק, קיין איין שפּיטאָל נישט אויסגעבויט. אַז מ׳איז אַזוי פֿאַרנומען מיט ישׂראל... אַלץ וואָס זיי אינטערעסירט איז אַריבערצושיקן ראַקעטעס איבער די באַריערעס קיין ישׂראל און שרײַען "אַללאַ־אַכבאַר", שליסן יד־אַחת מיט "כעסבאָלאַ" פֿון לבֿנון. דאָס איז אַן עסק, וואָס צאָלט זיך אויס. האָט מען זיך אָנגעשטויסן אין נײַע טונעלן וואָס ליפֿערן געווער, אַמוניציע, אויפֿרײַס־מאַטעריאַל וואָס קומט דורך עגיפּטן; דאָס איז פֿאַר דער "מעדיאַ" נישט אַזוי וויכטיק ווי האַלטן ישׂראל אויף דער ווענטקע.

בכלל האָט זיך די נײַעס פֿאַרוואַנדלט אין אַ האָליוווּדער שוי־מאַשין: אַקטיאָרן און אַקטריסעס דערציילן אויס פֿון חדר. ס׳איז גאָר געוואָרן אַ פּרעסטיזש־מאָדע צו זײַן איינער פֿון לאַרי קינגס געסט. ער לאַדט אײַן אויף זײַן פּראָגראַם, צווישן אַנדערע, פּרעזידענטן און גאַסן־גייער, פּאָליטישע פֿיגורן און שיכּורים, זינגער, טענצער, פֿאַרווײַלער און קאָמעדיאַנטשיקעס; פֿאַרברעכער. אַלץ, אַלץ פֿאַרעכנט זיך הײַנט פֿאַר נײַעס.

אַ חוץ דעם, זײַנען די טעלעוויזיע־קאַנאַלן באַזעצט מיט אַזעלכע אָפּגעשטאַנענע דעמאַגאָגן ווי שאָן הענערי און גלען בעק צווישן אַנדערע. ביידע שפּײַען זיי מיט גאַל. איך רעד שוין נישט וועגן דער גאַנצער פּלעיאַדע אָפּשאַצער פֿון די נײַעס, וואָס פֿאַרדרייען און פֿאַרקרענטשען אַ שטיקעלע ידיעה אויף אַזוי פֿיל, אַז מען דערקענט שוין נישט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. די נײַעס הייבט זיך, למשל, אָן אַזוי:

"גוט אָוונט, ליבע צוהערער! הײַנטיקן אָוונט קומען מיר צו אײַך פֿון 'אײַ־וויטנעס ניוס’, וואָס זאָגט עדות אויף וועלט־געשעענישן. דער 'ענקאָר־מאַן’ טי־דזשעי, מיט דער ענקאָרקע סטעלאַ יאָי־קיפּור וועלן אײַך באַלד באַקענען מיט ספּאָרט־פּערזענלעכקייטן און אונדזער קאָמישער וועטער־נבֿיא, ד״ר לעזלי זײַטשיק, מיטן היימישן דאָקטער אין רעזידענץ, ד״ר איראָ דזשימאַ, וועלכער וועט אײַך באַלד דערקלערן וואָס געשעט ווען איר פֿאַלט פּלוצעם אַוועק אין מיטן גאַס... דערצו, וועט איר באַלד זען מיט די אייגענע אויגן אַ ברענענדיקע געבײַדע אין טעכניקאָלאָר; אַ צוזאַמענשטויס פֿון צוויי אויטאָבוסן אויף דער וואַשינגטאָן־בריק.... ביידע האָבן זיך געיאָגט נאָך די נעכטיקע טעג און גלײַך אָנגעקומען אויף יענער וועלט. איינער איז געווען שיכּור און דער צווייטער — אַ נאַרקאָטיקער.

"איר וועט זיך באַלד דערוויסן וועגן קינדער־פּאָרנאָגראַפֿיע און מאָרד פֿון אַ טוץ פֿרויען, וועלכע מען האָט געפֿונען אײַנגעקאָפּעט אין אַ קעלער בײַ אַ בריוונטרעגער אין מינעסאָטאַ. און איצט, קומען מיר צו דעם רעכטן־געדעכטן. אונדזער זשורנאַליסטקע שטייט אויף די טרעפּ פֿון שטאָטישן געריכט, וווּ עס געפֿינט זיך אויך דער מעיאָר פֿון דער שטאָט".

זשורנאַליסטקע:

"איך שטיי דאָ אויף די טרעפּלעך פֿון שטאָטישן געריכט בעת אונדזער אויפֿן־אָרט 'אײַוויטנעס־ניוס’. כאַפּט אויף מײַן שמועס מיטן מעיאָר פֿון דער שטאָט. — מיסטער מעיאָר, איך הייס האַלי וווּד און איך וויל אײַך פֿרעגן אַ פּאָר ווערטער".

מעיאָר: "פֿרעגט!"

זשורנאַליסטקע: "איך שטעל מיט זיך פֿאָר אַ העכסט־דערהויבענע נײַעס־סטאַנציע איבערן לאַנד".

מעיאָר: "איז וואָס ווילט איר וויסן?"

זשורנאַליסטקע: "און איצט קערט מען זיך אום צוריק צו דער סטודיע".

דערווײַל פֿירט מען אַ פּאָליטישע דיסקוסיע מיטן אַראַבישן דעלעגאַט אין דער "יו־ען". לאָמיר זיך צוהערן צו זייער שמועס:

"ווען דער סיכסוך צווישן די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער וועט פֿאַרענטפֿערט ווערן, וועלן מיר קענען לײַכטער אָפּעטעמען".

דער פּאַלעסטינעזער ענטפֿערט אים:

"זיכער! מיטן באַדינג, אַז ירושלים וועט געהערן צו אונדז".

זשורנאַליסטקע:

"זאָגט מיר פּאַניע פּרעזידענט פֿון דער 'יו־ען’, וואָס הערט זיך מכּוח סרי־לאַנקאַ, אינדאָנעזיע און בורמאַ?"

"דער אמת איז, אַז ווען ישׂראל וועט אָפּטרעטן פֿון די שטחים, און צוריקגעבן ירושלים מיט דעם גולן, וועלן מיר גיין צום טיש. דערווײַל ווענדט זיך אַלץ אין ישׂראל".

אין צווישן קומט אַ קאָמערציעלער אַנאָנס:

"איך לײַד פֿון דער געלער זאָכע. מיליאָנען מענטשן לײַדן אויף דער קרענק. אויב איר ווילט געהאָלפֿן ווערן, נעמט "טעטראַטערמאָסטאַט". דאָס וועט אײַך העלפֿן. אויב אָבער איר לײַדט פֿון צוקער, האַרץ, הויכן בלוט־דרוק, האַלט זיך אָפּ פֿון אײַננעמען דעם מעדיקאַמענט. איינס פֿון די זײַטיקע עפֿעקטן באַשטייט פֿון אַ מאָמענטאַלן טויט. אין אַזאַ פֿאַל, קלינגט גלײַך נײַן־איינס־איינס".

און דאָס זײַנען די לעצטע נײַעס.