"אונדזער פֿאָלק אין ישׂראל איז געבענטשט — אָדער געשטראָפֿט, טײַטשט עס אויס ווי איר ווילט — מיט אַ קורצן זכּרון. דאָס איז שלעכט פֿאַר די לעקציעס פֿון דער געשיכטע און פֿאַר די האַנדלונגען אין דער צוקונפֿט, אָבער ס’איז גוט פֿאַר די נערוון. שולדיק אין דעם איז די אומגעוויינטלעכע קאָלעקטיווע שפּאַנונג, אין וועלכער מיר לעבן און צו וועלכער מיר האָבן זיך שוין היפּשלעך צוגעוווינט; ווי מיר וואָלטן שוין נישט געקענט אויסקומען אָן איר. דאָס איז די דראַמע פֿון דעם אומאויפֿהערלעכן געיעג פֿון איין פּרשה נאָך דער אַנדערער, וואָס פֿאַרשטויסט אין דער פֿאַרגעסנהייט אַרײַן די נעכטיקע געשעענישן, כּדי צו מאַכן אָרט פֿאַר די רעוועלאַציעס פֿון מאָרגן".
דער דאָזיקער אַרײַנפֿיר איז ציטירט פֿון מײַנעם אַן אייגענעם אַרטיקל, געשריבן מיט אַן ערך דרײַסיק יאָר צוריק, ווען אין לאַנד איז אָנגעגאַנגען אַ שאַרפֿער וויכּוח אַרום די אַמעריקאַנער באַמיִונגען צוזאַמענצורופֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, וואָס זאָל העלפֿן דערגרייכן אַ שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, כּדי סוף־כּל־סוף צו פֿאַרזיכערן די פֿרידלעכע און לעגיטימע עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. אַזוי ווי פֿון אַלע אַנדערע ביז איצטיקע שלום־איניציאַטיוון, איז אויך, ווי מיר ווייסן, פֿון יענער איניציאַטיוו גאָרנישט אַרויסגעקומען — חוץ דעם המשך פֿון די "קליינע מלחמות" און די אומאויפֿהערלעכע צוזאַמענשטויסן; חוץ דער אָנהאַלטנדיקער שפּאַנונג צווישן מלחמה און שלום און די אייגענע "ייִדישע מלחמות" און די מחלוקתן צווישן איין "פּרשה" און דער אַנדערער.
פֿון דעם שטאַנדפּונקט האָט זיך כּמעט ווי גאָרנישט געענדערט אין אונדזער מדינה, ווען זי האָט הײַנטיקע וואָך געיובֿלט דאָס 62סטע יאָר פֿון איר עקזיסטענץ. עס האָט זיך נאָר געענדערט דער פֿאַרנעם פֿון דער שפּאַנונג צוזאַמען מיטן וווּקס פֿון דער מדינה און איר באַפֿעלקערונג, וועלכע ציילט שוין הײַנט מער ווי זיבן און אַ האַלבן מיליאָן (גענוי 7,587.000) נפֿשות — אין פֿאַרגלײַך מיט אַן ערך 800 טויזנט בעת דער מדינה־אַנטשטייונג, דערפֿון 5,726,000 ייִדן, קעגנאיבער 600,000 מיט 62 יאָר צוריק.
און, צוזאַמען מיטן וווּקס פֿון דער מדינה איז אויך גאָר באַדײַטנדיק אויסגעוואַקסן די מלוכישע ווירטשאַפֿט, די אינדוסטריע אין אַלע אירע צווײַגן. מיט זיי צוזאַמען אויך די געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען און די טיפֿע סאָציאַלע קאָנטראַסטן און די אַלע שלאַפֿקייטן פֿון אַ מדינה, וואָס איז אויפֿגעקומען מיטן סאָציאַלן חלום פֿון אַ וווילשטאַנד־מדינה און האָט זיך מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מדינה, אין וועלכער 30 מיליאַרדערן פֿון 15 משפּחות פֿאַרוואַלטן מיט אַ קאַפּיטאַל פֿון 75 מיליאַרד שקלים. די דאָזיקע סומע איז מיט 50% גרעסער פֿון דעם אָפֿענעם מיליטערישן בודזשעט פֿון דער מדינה, וועלכער באַטרעפֿט אין דעם יאָר 50.3 מיליאַרד שקלים. אין דער זעלבער צײַט געפֿינען זיך איבער אַ מיליאָן מיט 600 טויזנט נפֿשות אונטער דער "ליניע פֿון אָרעמקייט".
די צאָל נויטבאַדערפֿטיקע, וואָס האָבן זיך צום הײַיאָריקן פּסח געוואָנדן צו די פֿרײַוויליקע פֿונדאַציעס צו באַקומען הילף אויף פּסח און אומזיסטע מיטאָגן אין די גאָרקיכן, איז געווען מער ווי טאָפּלט אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן, און זייער צאָל פֿאַרגרעסערט זיך מיט יעדן יאָר.
אויך דאָס איז שוין מער נישט קיין נאָווינע. אויך צו די יערלעכע באַריכטן וועגן דער וואַקסנדיקער נויט, וואָס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט פּעריאָדיש, האָט מען זיך שוין צוגעוווינט און מען איז שוין געוואָרן גלײַכגילטיק צו זיי; אַזוי ווי צו דעם טוישן זיך פֿון די וועטער־סעזאָנען און צו די כאַמסינען און אַנדערע פּלאָגן פֿון דער נאַטור.
סוף־כּל־סוף, לײַדט דאָך נישט די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון קיין נויט. די מדינה ווי אַזאַ איז שוין פֿון דעם גלאָבאַליזאַציע־קריזיס כּמעט אַרויסגעקומען בשלום און וואָס שייך די דראָענדיקע געפֿאַרן בנוגע דער צוקונפֿט — סײַ מחמת דער עקאָנאָמישער און סײַ מחמת דער זיכערהייטלעכער נישט זיכערקייט — איז מען שוין אויך צו דעם געוואָרן צוגעוווינט און גלײַכגילטיק, כּל־זמן עס רירט נאָך נישט אָן יעדן איינעם פּערזענלעך און אויפֿן מאָמענט. אָבער צו געבורטס־טעג און צו יום־טובֿים מאַכט מען געוויינטלעך די "פּאָזיטיווע" סך-הכּלען פֿון די דערגרייכונגען, און די נעגאַטיווע סך־הכּלען לייגט מען אָפּ אויף די וואָכעדיקע טעג.
און, אויב דעם דורכשניטלעכן בירגער איז שוין דערעסן געוואָרן די פּאָליטיק און ער זוכט אַנדערע עמאָציעס אין די טעגלעכע נײַעס, און אויב אַפֿילו די אומצאָליקע קרימינעלע און פֿינאַנציעלע אַפֿערעס זענען שוין אויך געוואָרן די טעגלעכע רוטין, וואָס אויך צו איר האָט מען זיך שוין צוגעוווינט — האָט דער ישׂראלדיקער נײַעס־וווּלקאַן גראָד דאָס מאָל "באַשײַנט" דעם איצטיקן אומאָפּהענגיקייט־יובֿל און האָט מיט איין מאָל אַרויסגעפּראַלט פֿון זיך אַזאַ געדיכטע ליאַווע און מיט אַזעלכע זאַפֿטיקע פּאָרציעס פֿון געזעלשאַפֿטלעכע סקאַנדאַלן, וואָס וואָלטן געקאָנט באַפֿרידיקן די "נאַציאָנאַלע נײַגעריקייט" — מיט אַ צוגאָב פֿון מלוכישער חרפּה — אויף לאַנגע, לאַנגע יאָרן. אַ ליאַווע, וואָס קען זיך כּמעט גלײַכן מיט דעם וווּלקאַנישן וואָלקן, וואָס האָט אין דער זעלבער צײַט אַרויסגעפּראַלט מיט איר נאַטור־סטיכיע אין איסלאַנד און האָט פֿאַרשטערט דעם עקאָנאָמישן סדר פֿון אייראָפּע; און טיילווײַז אויך אין ישׂראל.
דאָס 62סטע יאָר פֿון דער מדינה האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ זעלטן יאָר אָן, אָדער כּמעט אָן, טעראָר. דער פֿריִערדיקער מדינה־קאָנטראָלער, יעקבֿ גאָלדבערג, און אויך דער ערשט נאָרוואָס פּענסיאָנירטער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, מני מזוז, האָבן ביידע באַצייכנט מלוכישע קאָרופּציע ווי אַ דערשײַנונג, וואָס איז נאָך געפֿערלעכער פֿון טעראָר. און אויב די קאָרופּציע איז שוין געוואָרן בײַ אונדז ווי אַ נאַטור־דערשײַנונג — האָט די דאָזיקע "נאַטירלעכע סטיכיע" דאָס מאָל, ווי געזאָגט, באַגלייט דעם אומאָפּהענגיקייט־יום־טובֿ פֿון דער הײַנטיקער וואָך מיט זײַן טאָפּלטער קראַפֿט. דאָס איז דער שאָק פֿון דעם קאָלאָסאַלן פֿאַרנעם פֿון דער "האָלילענד"־אַפֿערע, אין וועלכער עס זענען פֿאַרמישט אַרום 35 אנשי־ציבור פֿון דער מלוכישער ביוראָקראַטיע פֿון אַלע ראַנגן אין ירושלים און האָט דערגרייכט ביז צו דעם פֿריִערדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט בכבֿודו ובֿעצמו — אין שײַכות מיט דעם קאָרומפּירטן בוי־פּראָיעקט, וואָס איז, אין זכות פֿון פיל־מיליאָניקע שוחד־געלטער געוואָרן פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַרכיטעקטאָנישן פֿאַרזעעניש אין דער "הייליקער שטאָט".
דער שאָק און די מיסטעריע פֿון דער אַפֿערע, אַרום וועלכער די פּרעסע האָט געהאַלטן אין שפּאַנונג דאָס פֿאָלק אין ישׂראל במשך פֿון וואָכן, האָבן באַקומען נאָך אַ גרעסערן אויסמעסט מיטן פֿאַרבאָט פֿון דעם געריכט צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם נאָמען פֿון דער העכסטער פֿאַרדעכטיקטער אויטאָריטעט — און דאָס גראָד אין דער זעלבער צײַט, ווען אַ צווייטע געריכטלעכע אינסטאַנץ האָט פֿאַרווערט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַן אַנדערע "מיסטעריעזע פּרשה" און דעם נאָמען פֿון דער פֿאַרדעכטיקטער אין "שווערן פֿאַרראַט". אין דער צײַט איז דער אינטערנעט און די וועלט־פּרעסע געווען פֿול מיט דער דאָזיקער געשיכטע, נאָר די אײַנוווינער פֿון ישׂראל האָבן נישט געטאָרט וועגן איר וויסן. צום סוף האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער אויספֿאָרשונג פֿון דער זעלנערקע, וואָס האָט אַרויסגעגנבֿעט בײַ אַ הויכן מיליטערישן קאָמאַנדיר העכסט געהיימע אָפּעראַטיווע דאָקומענטן און זיי איבערגעגעבן דעם קאָרעספּאָנדענט פֿון "האָרץ" (וועגן וואָס עס איז שוין ברייטער באַשריבן געוואָרן אין פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס").
די דאָזיקע צוויי סקאַנדאַלן האָבן מיט זייער פֿרישער אַקטועלקייט פֿאַרטונקלט און פֿאַרטעמפּט די שאַרפֿקייט פֿון די אַנדערע הילכיקע קרימינעלע פֿאַרברעכנס אויפֿן הויכן ראַנג: פֿאָריקע וואָך האָט זיך פֿאַרענדיקט דער פאַרגוואַלדיקונגס־מישפּט בײַ געשלאָסענע טירן קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט, משה קצבֿ, און עס בלײַבט נאָר צו וואַרטן אויף דעם אורטייל; און עס האָט זיך אויך פֿאַרענדיקט מיט אַ פֿולער פֿאַרשולדיקונג דער מישפּט קעגן דעם גרויסן בוי־אונטערנעמער דוד אַפּעל, דעם גרעסטן "מאַכער" אין דער פּאַרטיי־צענטראַלע פֿון "ליכּוד" (אין יענע "פֿריילעכע טעג" פֿון דער צעווילדעוועטער פּאַרטיייִשער קאָרופּציע פֿון די 1990ער יאָרן), וועלכער איז געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון עזר ווײַצמאַן, אַריאל שרון און אהוד אָלמערט און אַ "פֿרײַער אײַנגייער" אין זייערע פּריוואַטע און מלוכישע רעזידענצן. אויך ער האָט, אַזוי ווי די גיבורים פֿון דער "האָלילענד"־אַפֿערע, געוואָלט אָפּקויפֿן מיט דער הילף פֿון קאָרופּציע און פּראָטעקציע אַ גריכיש אינדזעלע פֿאַר אַ גראַנדיעזן טוריסטישן פּראָיעקט. אויך ער וואַרט איצט אויף זײַן אורטייל.
אַזוי ווי דער אַרכיטעקטאָנישער "האָלילענד"־מאָנסטער גופֿא, אַזוי האָט אויך די גאַנצע אַפֿערע אַרום דעם ריזיקן פּראָיעקט אָנגענומען אַ מאָנסטעריעזן כאַראַקטער אין זײַן פֿאַרנעם און אין זײַן אַנטוויקלונג. דער אָריגינעלער נאָמען שטאַמט פֿון אַ מאַקעט פֿון ירושלים פֿון פֿאַרן צווייטן חורבן. דעם "האָלילענד"־האָטעל האָט אויפֿגעשטעלט אַ פֿאָטער אין אָנדענק פֿון זײַן אומגעקומענעם זון, יעקבֿ קרוך, וואָס איז אין 1938סטן יאָר אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד קיין האָלאַנד, פֿון דאָרט — נאָך צוויי יאָר — געפֿאָרן מיט זײַן משפּחה קיין אַרגעטינע, און אין 1945 געקומען קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער איז אין 1948 דערהרגעט געוואָרן אין אַ שלאַכט מיט די מצרים בײַ ניצנה, אויפֿן נגבֿ. זײַן פֿאָטער האַנס קרוך, אַ געשעפֿטסמאַן, האָט זיך באַזעצט אין לאַנד אין 1953 און האָט זיך באַראַטן מיטן שטאָט־מעיאָר פֿון ירושלים, טעדי קאָלעק, צו יענער צײַט, פֿאַרוואַלטער פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע, וועגן אַ מאָנומענט לזכר זײַן זון, און טעדי קאָלעק האָט אים געעצהט צו קויפֿן אַ פֿאַרלאָזטן שטח נישט ווײַט פֿון ירושלים און דאָרט אויפֿבויען אַ האָטעל אין זײַן זונס אָנדענק. נעבן דעם פּרעסטיזשפֿולן האָטעל האָט האַנס קרוך אויפֿגעשטעלט דעם מאָדעל פֿון "האָלילענד" ווי אַ טוריסטישע אַטראַקציע, ווי אויך אַ מוזיי און אַן עלעגאַנטן לייען־זאַל.
מיט דער צײַט איז דער גאַנצער קאָמפּלעקס, וואָס איז הײַנט שוין אַ טייל פֿון ירושלים, אַרײַנגעפֿאַלן בירושה אין די הענט פֿון קרוכס אייניקל, דעם בוי־אונטערנעמער הלל טשערני — אויך ער, אַזוי ווי דוד אַפּעל, אַ מאַכער און אַ חבֿר פֿון דעם אייבערשטן פֿונעם שטייסל. דער האָט זיך אַרומגערינגלט מיט אַ קרײַז פֿון אַנדערע מאַכערס און, מיט דער הילף פֿון שוחד און פּראָטעקציע, מאָביליזירט די ירושלימער קאָמונאַלע ביוראָקראַטיע צו ענדערן די אָריגינעלע באַשטימונגען פֿון דעם שטח און פילפאַכיק העכערן דורך דעם — זײַן פֿינאַנציעלן ווערט. דער "האָלילענד"־מאָדעל איז געוואָרן אַריבערגעפֿירט אין ירושלימער מלוכישן קונסט־מוזיי, און אויסברייטערנדיק צענפֿאַכיק דעם לעגאַליזירטן בוי־שטח האָט ער אויפֿגעשטעלט אויף אַ הויכן פּלאַץ אַ קאָמפּלעקס פֿון טײַערע וווין־הײַזער, וועלכן די מומחים באַצייכענען ווי אַן "אַרכיטעקטאָנישן מאָנסטער" אין דער שטאָט. אין זכות פֿון די אַרײַנגעלייגטע שווערע שוחד־געלטער פֿאַר דער גרויסער צאָל קלענערע און העכערע, ביז גאָר הויכע באַאַמטע, האָבן זיי אַרויסבאַקומען כּלערליי שטײַער־הנחות און פּריווילעגיעס, וואָס האָבן זיי אַרײַנגעברענגט הונדערט־מיליאָניקע פֿאַרדינסטן אויפֿן חשבון פֿון די בירגער — די שטײַער־צאָלער. צום סוף האָט די געריכט־אינסטאַנץ "באַפֿרײַט" דעם גרויסן סוד און דערלויבט מגלה צו זײַן ווער עס איז דער מיסטעריעזער "א.א" — אַז דאָס איז דער געוועזענער בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים, אורי לופּליאַנסקי, און באַלד נאָך אים — דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט.
אורי לופּליאַנסקי איז געוואָרן אַרעסטירט. אהוד אָלמערט האָט צוגעאײַלט זײַן צוריקקער פֿון אויסלאַנד און איז אַרויס מיט אַ קאַטעגאָרישער דערקלערונג, אַז ער האָט קיינמאָל פֿון קיינעם קיין שוחד־געלטער נישט באַקומען, און אַז ער האָט, זײַענדיק דער בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים, באַשטעטיקט דאָס אויסבויען דרײַ האָטעלן אויפֿן שטח פֿון "האָלילענד" און ער טענהט, אַז די ענדערונגען אין דער באַשטימונג פֿון די פּראָיעקטן זענען געמאַכט געוואָרן שוין נאָך זײַן קאַדענץ. זײַן יורש אויפֿן אַמט אורי לופּליאַנסקי איז פֿאַרדעכטיקט אין דעם, אַז ער האָט באַקומען דרײַ מיליאָן שקלים און האָט דאָס שוחד־געלט געשפּענדט פֿאַר "יד שׂרה" — אַ פֿילאַנטראָפּישע פֿונדאַציע, וואָס ער האָט געגרינדעט מיט אַ סך יאָרן צוריק אויפֿן נאָמען פֿון זײַן באָבען, צו העלפֿן נויטבאַדערפֿטיקע קראַנקע און אינוואַלידן און באָרגט אויס פֿאַר זיי בײַהילפֿיקע מעדיצינישע און אָרטאָפּעדישע אינסטרומענטן.
די פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונג איז איצט אין פֿולן שוווּנג און ברען. כאָטש קעגן אָלמערטן און אַלע אַנדערע פֿאַרדעכטיקטע האָבן זיך אָנגעזאַמלט טויזנטער דאָקומענטן און איבער הונדערט עדות, בראָש מיט אַ "מדינה־עדות" פֿון וויכטיקן ראַנג, און — אַזוי ווי אַ סך אַנדערע אַפֿערעס האָבן זיך צום סוף אַרויסגעוויזן ווי אויפֿגעבלאָזענע באַלאָנען און האָבן זיך פֿאַרענדיקט ווי זייפֿנבלאָזן, קאָן מען אויך איצט נישט וויסן מיט וואָס עס וועט זיך פֿאַרענדיקן דער פֿאַרדאַכט קעגן אָלמערטן.
אָבער — אומאָפּהענגיק פֿון דעם דערוואַרטן אויסגאַנג פֿון דער אויספֿאָרשונג און אומאָפּהענגיק פֿון דער קאָלאָסאַלער וואָג פֿון די אַרויסגעבראַכטע באַשולדיקונגען, האָבן די ביז־איצטיקע קאָרופּציע־סקאַנדאַלן, אין וועלכע ער איז פֿאַרמישט, שוין איבערגעלאָזט זייער דראַמאַטישע ווירקונג אויף דער פּאָליטישער סיטואַציע אין לאַנד און אויך אויף דעם אַקטועלן פּאָליטישן פֿראָנט. זי איז געקומען צום אויסדרוק אין אָלמערטס דעמיסיע פֿון זײַן אָנפֿירונג אין דער "קדימה" פּאַרטיי, אויף דער פֿאָדערונג פֿון דעם "עבֿודה"־מנהיג, אהוד ברק, וועלכער האָט אַליין זיך געוואָלט דערשלאָגן צו דער מאַכט — און דאָס האָט, לויט דער ריי, געפֿירט צו די צוגעאײַלטע וואַלן אין אַפּריל 2009, וואָס האָבן צוריקגעקערט נתניהו און זײַן עקסטרעם־רעכטע רעגירונג צו דער מאַכט אין ישׂראל.
ווי מיר זעען, האָט זיך פֿאַרקאָכט אַ געדיכטע קאַשע, און די פּאָליטישע און די באָדן־ספּעקולאַנטן האָבן שוין צוגעשטעלט — ווי נאָר זיי דערשמעקן אַ קריזיס אָדער אַ סקאַנדאַל — דעם געהעריקן ברענשטאָף פֿאַר דער נײַער שׂרפֿה. זיי וועלן שוין וויסן ווי אַזוי פֿון אים צו פּראָפֿיטירן אויפֿן חשבון פֿון דעם פֿאַרגליווערטן פּאָליטישן פּראָצעס, וועלכער שטייט אַ געליימטער און וואַרט אומזיסט אויף נתניהוס ענטפֿער צום פּרעזידענט אָבאַמאַ, און אויף זײַנע עלף פֿראַגן — צו קענען ענדלעך באַוועגן די רעדער פֿון דעם שלום־וואָגן אין אונדזער ראַיאָן...
תּל-אָבֿיבֿ, 19טער אַפּריל, 2010